איך האב נישט קיין פראבלעם. נישט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פלוניש'ל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:58 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
קאנטאקט:

איך האב נישט קיין פראבלעם. נישט.

שליחה דורך פלוניש'ל »

די שפיל גייט אזוי," האט מיין מוטער אנאנסירט פאר דעם גאנצן הויזגעזינד. יעדער האט געהארכט בשעת'ן זיצן ארום א טעצל פריש-געפרעגלטע פאנקען. דעם ערשטן חנוכה-ליכט פלעמל האט זיך מיטגעשאקלט און צוגענייגט אן אויער.

"יעדער זאל אפשרייבן אויף א קליינעם בלאט א פראבלעם וואס ער פארמאגט, איינקנייטשן ס'פאפיר, אריינווארפן אין דעם דאזיגן פושקע. דערנאך גיימיר אויפשאקלען דעם שאכטל, און יעדער נעמט ארויס איין קוויטל מיט יענעמ'ס דילעמע. דיין פליכט איז, אז ביז מארגן – דעם צווייטן טאג חנוכה – זאלסטו איינהאנדלען אן אביעקט וואס וועט לעזן די פראבלעם פון דיין געשוויסטער. דאס מעג קאסטן צום מערסטנס צעהן דאלער".

מיינע מח רעדלען האבן זיך העפטיג אנגעהויבן צו דרייען. און אמער, איך ברויך אויסשאלטערן מיינע שמערצן בפומבי?

למעשה האב איך פיינעלאזירט אויף עפעס א רענדאם שוועריקייט, פארשריבן, אריינגעווארפן אין פושקע, און אזוי האבן אויך אלע פאמיליע מיטגלידער געטוהן, ווען אלעמענ'ס פראבלעמען שווימען ארום אינאיינעם לעכצנדיג פאר א ישועה.

חוץ דוד'ל.

דוד, דאן געוועזן אכט יאר, ווייסט נישט וואס דאס מיינט דאגות, איז נישט באהאוונט מיט צרות, ברוך השם! אבער ער וויל אויך מיטשפילן און פארברענגען מיט יעדעם.
"טאטי, וואס מיינט א פראבלעם? וואס זאל איך שרייבן?" האט ער זיך ערנסט דערגרינטעוועט.
"קלער פון א באדערפעניש וואס מאנגלט ביי דיר, ערגעץ וואו דו ווילסט - אבער דו פילסט ווי דו קענסט נישט – דערגרייכן, אדער עפעס וואס דו ווילסט גאר פארמיידן, און שרייב עס אראפ" האט אים זיין טאטע מחנך געווען מיט א שיעור כללי בסוגית פראבלעמען.

דוד'ל טראכט און טראכט. והנה - און אט! די פראבלעם איז אנגעקומען שנעלער ווי געמאלדן. כי טוב השם!

דוד האט שוין חדשים לאנג געטרוימט פון באזיצן א ווירקליכער זיגל מיט זיין נאמען, און איצט גייט מען הינריכטן ביידע פויגל ביינזאם! (ווי-תורה-דארט-חכמה אלערט). א פונק פון האפענונג האט זיך אנגעזעהן אין זיינע אויגן ביז גאר.

"טאטי, מיין פראבלעם איז, אז איך פארמאג נאכנישט קיין זיגל"

"דוד'ל, צום אלעמען ערשט, נישט האבן א זיגל איז נישט קיין פראבלעם, דו 'ווילסט' עס טאקע גאר שטארק האבן ביי דיר אין רשות, אבער אונזער שפיל איז געווידמעט אויף 'פראבלעמען'. צווייטנס, לויט די רעגולאציעס פון דעם שפיל מעג די לעזונג קאסטן סך הכל ביז צעהן טאלער. דאס מיינט, אז מיר דארפן וויסן ביים אריינשרייבן דעם פראבלעם, אז 'עכטע' פראבלעמען גייען מיר יעצט נישט קענען 'לגמרי' שליכטן"

ווי נאר דוד האט דאס געהערט, האט אן אנטוישונגס וואלקן ממלא מקום געווען זיינע שטראלנדע אויגן, ווען פאר'דאגה'טע קנייטשן האבן זיך אויסגעמאלן אויף זיין יונג שטערן. זיין האפענונג אויף זיין אזוי-ארויסגעקוקטער זיגל האט זיך אויסגעברענט נאך שנעלער ווי די חנוכה ליכט. הייסע זידיגע טרערן האבן אנגעהויבן פליסן פון זיינע אויגן, און ער האט מיט א געשטיקטער שטומע זיך גענומען ביטערליך צו וויינען.

"איך האב נישט קיין פראבלעם! איך האב נישט קיין פראבלעם!" האט ער ווייטאגליך געיאמערט, זיך אראפווארפנדיג אויפן קרקע, שטויסנדיג דערביי מיט זיינע פויסטן.

* * *

ליין איך אן ארטיקל ווי א איד פון קראנקן בעטל, אנע האר אויף זיין געזיכט ל"ע, קען נישט רירן רח"ל קיין שום אבר שוין פאר יארן לאנג, און גיבט גאר חיזוק וויאזוי צו לעבן פרייליך, און איז מחזק געזונטע מענטשן. און א טרער רינט אראפ אויף מיין פנים.

*

מיין אויער איז צוגענאגלט צום אפנהארציגע דרשה פון הר"ר שלום מרדכי רובאשקין שליט"א וויאזוי צו לעבן מיט אמונה און בטחון, און וויאזוי ער האט זיך געהאלטן שטארק אין יענע טונקעלע יארן. א קולע סקרוך לויפט דאן אריבער אלע מיינע גלידער.

*

איך טרעף זיך טרייסלען פון געוויין ווען דער גר צדק שרייבט זיין שווערע לעבנס רייזע, וויאזוי מ'האט אים ארויסגעווארפן פון זיין משפחה, ער האט זיך געוואלגערט אין די גאסן לעכצנדיג איינער זאל אים איינלאדענען, אויפגעגעבן האט ער זיין גאנצע האב און גוטס, אבער דאך שרייט ער מיט א שמחה: "הייליגער באשעפער איך האב דיר אזוי שטארק ליב!"

*

א מחשבה גזל'ט זיך אריין צו מיר שטילערהייט, 'ווען וועט אנקומען מיין שאנס צו אינספירירן אנדערע? איך וויל אויך משפיע זיין פאר אידן. למעשה אבער, בין איך נישט קראנק, איך בין נאכנישט פארוואגלט געווארן אין וויסטעניש, אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע ציינער לעב איך אויך נישט. קומט אויס אז איך בין א נארמאלער מענטש. פלעין. ווענילע. א מענטש מיט געווענליכע מיטשענישן, א איד מיט בינוני שטרויכלונגען. און העי! איך האב נישט קיין פראבלעם!'
דער נרדף וואס אינספיריט, דער געליטענער וואס מוטיגט, און דער איבערלעבער וואס טרייסט, האט נישט געבלוטיגט אונטער דראמאטישע לעקטער אויף א פארשטעלונג, ווען דער צרה איז אנגעקומען צו איר הויכפונקט איז די מוזיק בכלל נישט ווילדער געווארן, און קיינער איז נישט געשטאנען מיט אפענע מיילער ווערנדיג באגייסטערט פון זייער איבערמידליכע דרייסטקייט. זיי האבן ווירקליך דורכגעשוויצט אמת'ע, העלדישע, אבער פיינפולע געשיכטעס.
* * *

לאמיר עס נעמען איין טריט ווייטער.

האב איך דען טאקע נישט 'קיין שום' פראבלעם? אדער אויף די קליינע פראבלעמען וויל איך זיך נישט קאנצעטרירן צו פארבעסערן, ווייל דאס איז נישט אזוי באגייסטערנד?

לאמיר האלטן די פארשריפטן פון אונזער שפיל פאר די אויגן: 'די פרייז פונעם לעזונג מעג בלויז גרייכן ביז צעהן דאלאר'. פשט איז, אז יא! מיר פאקוסירן דייקא אויף אונזערע טאג-טעגליכע 'פלעינע' ירידה'לעך. און טאקע דאס בויעט אונז.

לאמיר בלויז קויפן 'הגבה' און 'פתיחה' (הייבונגען און עפענונגען), נישט קיין 'עליות' (שטאקן). ווייל מיר ערלויבן זיך דאס נישט.

און מיטן זיך מצמצם זיין צו צעשפלעטערן נאר די קליינע אייז-קוגעלעך, ביסטו א געשולטער שפילער.

"איך נעם זיך פאר בל"נ נישט צו רעדן ביים דאווענען". טיפיקעל.

"זיך אפזינדערן אביסל פון שפרעכן לשון הרע". שוין געהערט אזאנס.

"צולייגן נאך א באגרענעצונג אויפן איטערנעט חפצ'ל". גאאאר קריעטיוו.
נאך איין שטיג אראפ. גוט?

דוד'ל האט זיך למעשה בארואיגט, און פאקטיש געטראפן א קליין פראבלעמעלע, און דאס שפיל איז אריבער פריינטליך.

דעם פונפטן נאכט יום טוב, ביים צענטראלן משפחה-חנוכה-מסיבה, האט דוד באקומען פון זיין מאמען פאר א חנוכה-מתנה א שיינעם זיגל מיט זיין נאמען אויסגעקריצט.

דוד האט באקומען זיין זיגל אן דעם וואס דאס נישט-האבן-א-זיגל זאל ווערן א פראבלעם.

*

אסאך מאל וויל א מענטש דערגרייכן א געוויסער תכלית, אבער וויל קאנטראלירן אז דאס גאנצע מציאות זאל זיך יעצט ארומדרייען אין איינשטימונג מיט זיין ציל. ער וועט נישטערן פראבלעמען לכבוד זיינע ישועות, ער וועט אפירזוכן קשיות פאר זיינע תירוצים. ווען באמת איז מעגליך צו אנקומען צום ציל פונעם ארט וואו ער שטייט.
*

אפשר זיי אביסל נאטירליך, הממ? אולי איז די סעטואציע בכלל נישט אין דיין באזיץ? ווער זאגט אז דו קענסט נישט אויס'פועל'ן א שנה טובה דורכ'ן זיין אריגינעל, און מיטן טוהן ס'בעסטע אינעם 'איצטיגן' שיקזאל?

'איך וויל משפיע זיין'. אקעי, און ווער באשליסט אז דאס קען איך נאר באקומען אויב איך האב/באשאף צרות? אפשר קען איך זיין א ציווילער מענטש און מיין זיגל וועט אנקומען אומגעמאלדן? אפשר.


https://t.me/ploinishl
רעאגיר