ווייטאגליכער בריוו געדרוקט אין ״די צייטונג״

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

ווייטאגליכער בריוו געדרוקט אין ״די צייטונג״

שליחה דורך היכי דמי »

א ווייטאגליכער בריוו וואס איז געדרוקט געווארן אין פאריגע וואך׳ס צייטונג. איך ברענג די טעקסט פון די בריוו וואס איז ארומגעפארן.

חשוב'ער רעדאקטאר שיחי',

ס'איז יעצט מוצש"ק לסדר וישלח יעקב מלאכים, ווען ס'איז צו מיר אנגעקומען די שרעקליכע ידיעה איבער דער פטירה פון הרבני החסיד ר' חיים אלעזר הירשפעלד ע"ה, פון וויליאמסבורג, וועלכער איז ל"ע אומגעקומען אין דער שרעקליכער מגיפה. מיינע מחשבות רוישן איבער וואס עס גייט ליידער פאָר, און איך פיל אז מוז שרייבן צו אייך, חשוב'ער רעדאקטאר.

יעדע וואך ווען איך לייען די הויפט אפטיילונג פון "די צייטונג", זע איך ווי איר באריכטעט די ביטערע פאקטן אז מיר שטייען אינמיטן א מגיפה, מ'האלט יעצט אין אמעריקע אינמיטן דער דריטער כוואליע, די ציפערן שטייגן ליידער יעדן טאג – און בעת עס זענען פאראן חילוקי דעות ווי שטרענג מ'דארף זיין מיט די געזונטהייט רעקאמענדאציעס, איז כו"ע מודה אז מ'דארף זיך היטן עכ"פ מיט די מינימאלע אפהיטונגען וואס יעדער מענטש קען טון. מ'זאל זיך נאר צוזאמענקומען במקום הצורך, מ'זאל מינימיזירן דעם סכום פון מענטשן אויף א פלאץ, מ'זאל זיך זייפן די הענט, מ'זאל מוטיגן מענטשן וואס האבן נאך נישט געהאט דעם ווירוס צו גיין מאסקעס, וכו' וכו'. אויך אין אייערע עדיטאריעלס זע איך ווי איר בעט אז מ'זאל זיין געווארנט, און איר ברענגט ארויס אז מ'רעדט פון ערנסטע חששות פון טויט ר"ל, און ווייטערדיגע געזונטהייט פראבלעמען ה"י.

און דאס אלעס שפיגלט אפ די ביטערע רעאליטעט אז זייט די צווייטע כוואליע האט זיך אנגעהויבן ביים יהדות החרדית אין ניו יארק ארום אלול-תשרי זענען שוין ליידער אומגעקומען פון קאראנא-ווירוס פילע היימישע אנשים ונשים חשובים, צווישן זיי די פאלגנדע וואס איך געדענק יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות:
הר"ר אברהם נחמי' כ"ץ ע"ה, בארא פארק
הר"ר מאיר זעליג ריספלער ע"ה, וויליאמסבורג
הר"ר יעקב חיים ריינהאלד ע"ה, בארא פארק
הר"ר משה פוקס ע"ה, בארא פארק
הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער ע"ה, קרית יואל
הר"ר דוד פריעדער ע"ה, מאנסי
הרה"צ ר' יעקב יצחק מאשקאוויטש ז"ל פון ב"ב, נפטר בבארא פארק
הר"ר מרדכי שמואל קארן ע"ה, שיכון סקווירא
מרת צבי' כהנא ע"ה, בארא פארק
הר"ר אביגדור שלום מייזעלס ע"ה, קרית יואל
מרת גינענדל עלבויגן ע"ה, מאנסי
מרת הענדל לעזער ע"ה, בארא פארק
הר"ר חיים אלעזר הירשפעלד ע"ה, וויליאמסבורג

עס זענען זיכער פאראן נאך קרבנות וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מאמענט, און וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אוועק פון דער מגיפה. חוץ מזה זענען ליידער פאראן נאך צענדליגער היימישע אידן על ערש דוי אין די שפיטעלער, ה' ישלח להם רפואה שלימה במהרה.
און דאס איז טאקע די רעאליטעט וואס איך זע אין דער הויפט אפטיילונג פון "די צייטונג". יא, מיר זענען ליידער אינמיטן א שרעקליכער תקופה ה"י; א מגיפה וואס נעמט ארום די גאנצע וועלט.

אבער ווען איך מיש אריבער צו דער אפטיילונג "קהילות הקודש", ווער איך אריינגעפירט אין א גענצליך אנדערער רעאליטעט. דארטן זע איך א וועלט וואס איז עולם כמנהגו נוהג. גרויסע חתונות, ריזיגע מסיבות, מ'גיט זיך די הענט פאר גרויס און קליין, נישטא צווישן דעם ציבור קיין שום אויפפאדערונגען אז מ'זאל זיך היטן, נישטא קיין שום אנערקענונג אז יעצט דארף מען זיין איינגעהאלטן ווייל נישט נאר איז די גאנצע מדינה אין א שרעקליכער מגיפה, נאר אפילו ביי אונז פאלן קרבנות. דאס איז אויך די רעאליטעט וואס איך זע ביי שמחות און אין די בתי מדרשים וואו ס'איז נישט פאראן ביים ציבור קיין שום צוריקהאלט אויף סיי וואס, און וואו ס'איז אנגענומען בפי כל אז די מגיפה איז נישט דא און עס מיינט נישט אונז.
און אפילו ווען איינער וויל יא זיין אביסל איינגעהאלטן שטייט ער אויס מאדנע בליקן, פּרעשור, און טענות ומענות פון דעם רוב רובם פונעם ציבור וואס זענען ניטאמאל משיג אז ס'איז דא א מקום אביסל משנה צו זיין געווענליכע אויפפירונגען. כ'הער פון יונגעלייט וואס דארפן בר מצוה מאכן אדער חתונה מאכן און קענען נישט אויסשטיין דעם פּרעשור פון עלטערן און בני משפחה וואס פארלאנגען אז מ'מוז עס טון געהעריג כבימים מקדם. כ'הער פון מיטליעריגע אידן וואס ווילן דאס יאר נישט מאכן קיין חנוכה-מסיבה, אבער די קינדער זענען פול מיט טענות און זענען אינגאנצן נישט משיג אז תשפּ"א איז אנדערש ווי אנדערע יארן. און כ'זע עס ביי מיר אליין ווען כ'פרוביר נישט צו געבן די האנט ביי שמחות, די מאדנע – און ליידער צומאל אפילו פיינטליכע – בליקן און רעאקציעס. דאס איז די רעאליטעט וואס ווערט אפגעשפיגלט אין דער "קהילות הקודש" אפטיילונג. ס'איז ניטאמאל דא אַן אנערקענונג אז מינימאלער זהירות איז אמווייניגסטנס א "יש אומרים".

ווען איך מיש צוריק צו דער ערשטער אפטיילונג פון "די צייטונג" ווער איך געשלאגן מיט א געפיל אז די ארטיקלען וועגן דער מגיפה ווערן געשריבן מיט א צינישקייט. דער שרייבער שמייכלט זיך אונטער, "הע, דאס איז סתם נארישע וועלטליכע נייעס. אבער מיר ווייסן דאך אז דאס אלעס האט גארנישט מיט אונז!" דער הויפט העדליין די וואך ווארנט: "געוויסע מענטשן זאלן בלייבן אינדערהיים ווען נאר מעגליך, און אלץ גיין מיט מאסקעס." אינעם ארטיקל שטייט אז דאס איז כולל אויך די פאמיליע-מיטגלידער פון עלטערע מענטשן – וואס ביי אונז מיינט דאס א חלק ניכר פון דער געמיינדע.
וואו זענען אט די מאסקעס – און אנדערע סארט זהירות – אין דער "קהילות הקודש" אפטיילונג וואו איר ברענגט די פאקטישע בילדער און באריכטן פון וואס עס גייט פאר ביי אונז? וואו איז די אנערקענונג אז כאטש מיר ווילן ווייטער אנגיין מיט עבודת ה', פארשטייען מיר אז זאכן וואס האבן גארנישט מיט אידישקייט – צב"ש מאכן גרויסע מסיבות און געבן די הענט ביי שמחות – טארן נישט האבן קיין ארט צווישן אנשים מן הישוב וואס שעצן דעם לעבן פון זייערע ברידער?

ווען מיר ווילן אויפטון אין דעם תחום פון אינטערנעט און אומגעפילטערטע סמארטפאונס פארשטייען מיר זייער גוט וויאזוי צו שאפן "פּיער פּרעשור" לטובת דער מערכה. מיר פארשטייען גענוי וויאזוי אונזער פסיכאלאגיע ארבעט, אז מיר זענען א נאנטע ברידערליכע געמיינדע, און מיר מאכן נאך איינער דעם צווייטן. ווען עס קומט צו חתונה-תקנות פארשטייען מיר אז כדי צו האלטן א סטאנדארט קען מען נישט מאכן א סטאנדארט נאר פאר ארימעלייט, נאר מ'מוז אויך ארייננעמען אין בילד עשירים און בעלי בתים. אבער פלוצים ווען עס קומט צו א פראגע פון לעבן און טויט נעמט אונז איבער א קאלטבלוטיגע צינישקייט: "יעדער קען טון וואס ער וויל," "אז דו ווילסט זיך היטן האסטו די ברירה זיך צו היטן," "ווער לאזט דיך נישט?" "אז דו האסט מורא קום נישט," וכו' וכו'. פלוצים איז נישטא קיין שום פארשטענדעניש אז אויב דער גאנצער ציבור איגנארירט יעדן זהירות, איז פשוט נישט מעגליך פאר א זיידן צו זיין אפגעהיטן ביי א שמחה, פאר א מיטליעריגע פרוי צו זיין אפגעהיטן אין גראסערי, פאר א ווייבל מיט דייעביטיס זיך צו היטן אין טאג-טעגליכן לעבן, אדער פאר א יונגערמאן וואס האט בחסדי ה' איבערגעלעבט די ביטערע מחלה צו זיין אפגעהיטן אין זיין אייגענעם שטוב מיט קינדערלעך וואס גייען אין חדר.

און דאס איז אלעס חוץ דעם פשוט'ן פאקט אז געזונטע מענטשן קענען אנשטעקן אנדערע, אפילו עס וועט נישט שאטן פאר זיי פערזענליך.
לאמיך אייך זאגן א דערדרוקנדע מחשבה וואס כאפט זיך אריין אין מיין קאפ. אפשר איז עס צו שארף, אבער כ'ערלויב מיך עס צו זאגן זעענדיג איין טראגעדיע נאך דער אנדערער, און ווי גארנישט טוישט זיך ביי אונז. מיר האבן זיך אזויפיל געשלאגן קעגן דעם גאווערנאר און דעם מעיאר אז מ'זאל לאזן האלטן אפן די בתי מדרשים און מוסדות למען ה' ותורתו וחינוך בנינו ובנותינו, און אוודאי זענען די עקסטרעמע פארשפארונגען געווען איבערגעטריבן. אבער זעענדיג אין די לעצטע חדשים אז טראצדעם וואס מ'הערט ליידער שרעקליכע בשורות קענען מיר ביי זיך נישט פועל'ן צו האלטן אפילו די מינימאלע געזונטהייט זהירות כדי נישט אנצושטעקן אנדערע מענטשן, בויערט א מחשבה אין מיין קאפ: האבן מיר טאקע געמיינט עבודת ה'?
א מענטש קען האבן א רצון צו גיין אין ביהמ"ד ווייל ער וויל דינען השי"ת – אדער פשוט ווייל דאס איז זיין רוטין. ער קען האבן א רצון צו שיקן זיינע קינדערלעך אין מוסדות הקדושים ווייל ער וויל זיי זאלן נתחנך ווערן בתורה, יר"ש ומידות טובות – אדער ווייל אזוי פארט זיין לעבן, און ער קען נישט סובל זיין קיין שינויים. ווען עס ווערט נתגלה אז מיר זענען קראנק אויף רוטין, אז מיר קענען נישט טוישן קיין כי הוא זה אין אונזער לעבן, אז מיר "מוזן" מאכן גרויסע חתונות און מסיבות, אז מיר "מוזן" געבן די הענט ווייל דאס איז אונזער רוטין, שטעלט זיך די קשיא: איז אונזער קאמף פאר ישיבות און בתי מדרשים ווייל מיר מיינען עבודת ה', אדער ח"ו ווייל ס'איז פשוט אונזער געוואוינהייט און רוטין?

איך בין נישט חלילה מקטרג, און אוודאי זענען אידן בשמחה אז מ'קען אנגיין מיט עבודת ה'. אבער אונזער "מסירת נפש פאר אידישקייט" וואלט געווען ריכטיגע מסירת נפש ווען ס'וואלט זיך ארויסגעוויזן אז מיר האבן דאס אלעס געטון טאקע פאר'ן אויבערשטן. ווען מיר האבן אויך מסירת נפש פאר פשוט'ער רוטין און געוואוינהייטן, וויאזוי קוקט השי"ת אָן אונזער מסירת נפש פאר תפילה בציבור?
חשוב'ער רעדאקטאר, עס איז זייער שיין ווען איר ווארנט אין אייער עדיטאריעל אז עלטערע מענטשן זאלן זיך היטן. אבער צי קלערט איר אז א טרוקענער עדיטאריעל גייט עפעס טוישן? צי קלערט איר אז אן עדיטאריעל אין דער ניכטערער טייל פון דער צייטונג גייט עפעס אויפטון ווען גאנצעטע בלעטער פון דער זעלבער צייטונג ווייזן גענוי דאס פארקערטע?
איך קען נישט קיין סך ערווארטן פון אויסגאבעס וואס זייערע פראפאגאנדע-אינטערעסן שטייען ליידער העכער אלעם. אבער יעצט איז די צייט ווען "די צייטונג" – די זעלבסטשטענדיגע אידישע צייטונג – דארף שיינען, און דארף ליארעמען מיט א קול גדול ולא יסף! ומי יודע אם לעת כזאת הגעת. איר דארפט זאגן דעם ריינעם אמת און דעם דבר ה' אז ס'האט אונז ליידער באנומען א רוח שטות און מיר קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה ר"ל.

כ'וויל ענדיגן מיט די מורא'דיגע ווערטער פונעם הייליגן פלא יועץ. די גמרא דערציילט (ברכות ל"ב ע"ב) וועגן א חסיד וועלכער איז געשטאנען און געדאוונט, און א שר האט אים געטראפן און אים געגעבן שלום, אבער דער חסיד האט אים איגנארירט. נאכ'ן ענדיגן דאווענען, האט דער שר געפרעגט דעם חסיד פארוואס ער האט נישט געענטפערט, וואס איז דאך געווען א סכנת מיתה דורך דעם שר. האט דער חסיד מסביר געווען אז ער האט נישט געקענט מפסיק זיין ווייל ער איז געשטאנען פאר דעם מלך מלכי המלכים. פירט די גמרא אויס אז דער שר האט מקבל געווען דעם תירוץ, ונפטר אותו חסיד לביתו – און דער חסיד איז אהיימגעגאנגען.

אלע מפרשים שטעלן זיך שוין אויף דעם וויאזוי דער חסיד האט זיך געמעגט אריינלייגן אין א סכנה, און זיי ענטפערן כל אחד כדרכו אז דער חסיד האט געוואוסט אז דער שר וועט אים נישט קיין שלעכטס טון, ממילא איז נישט געווען קיין שום חשש סכנה. אבער דער הייליגער פלא יועץ (ערך שמירה) שרייבט פחד'יגע ווערטער, אז ס'איז באמת יא געווען א סכנה, און די לעצטע ווערטער "ונפטר אותו חסיד לביתו" מיינט אז דער חסיד איז נענש געווארן און איז נפטר געווארן ווייל ער האט עובר געווען אויף וואס עס שטייט אין דער תורה הק' "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם." עס כאפט א טרייסל אז אפילו למעשה האט גארנישט פאסירט פאר דעם חסיד דארטן וואו ער האט זיך אריינגעלייגט אין א סכנה, דאך איז ער אזוי שרעקליך נענש געווארן שפעטער.

דער פלא יועץ פירט אויס: "נמצא שמי שמכניס עצמו במקום סכנה וסומך על הנס, שתים רעות עשה לעצמו, אחת, שענוש יענש על עברו על ונשמרתם, ועוד, שמנכין לו מזכיותיו, והרי זה כמחליף מרגלית ואבן טובה על שוה פרוטה. הנה כי כן ראוי לאדם לשמר נפשו מאד מכל חשש סכנה, ולא ילך בדרכים ולא יכנס בימים ונהרות אם לא על צד הכרח גדול, לא על בצע כסף כל דהוא. וכל אשר יבוז כסף לשמירת נפשו ושלא לכנס למקום סכנה, להוצאת מצוה רבה תחשב."

על אחת כמה וכמה, ווען אונזערע אויפפירונגען האבן גארנישט מיט אידישקייט אדער געלט, נאר מיט פשוט'ער רוטין, איז נישט פאראן קיין שום תירוץ אויף דעם וואס מיר קענען נישט אננעמען אביסל זהירות, און אנערקענען אז יעצט איז די צייט איינצוציען אונזערע געוואוינהייטן. מאכן קלענערע מסיבות און שמחות, נישט געבן קיין הענט, לייגן גוטע זייף ביי די סינקס וואס וועט מוטיגן מענטשן דאס צו נוצן – נישט קיין ביליגע געשיר-זייף, און בכלליות זיך אויפפירן אחריות'דיג אין אזא זמן וויסנדיג אז יעדעס ביסל זהירות איז א מצוה פון כל המקיים נפש אחת מישראל. ובפרט ווען מ'רעדט נישט דא נאר פון זהירות פאר דעם אייגענעם שמירת הגוף, נאר בעיקר פאר די עלטערע און שוואכע וואס זענען אנגעוויזן אויף די יונגע און געזונטע אז זיי זאלן זיי נישט אנשטעקן ר"ל.

כ'האף אז מיינע דברים היוצאים מן הלב וועלן עפעס פועל זיין, און זאל השי"ת העלפן אז ס'זאל שוין זיין והסירותי מחלה בקרבך, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום אורו של משיח בב"א.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר