איך וויל מיך גט'ן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

איך וויל מיך גט'ן

הודעהדורך ערליכער איד » זונטאג יאנואר 17, 2021 2:28 pm

מורי ורבותי, איך קען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט'ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן, ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגען צו סאשעל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן, גארנישט. איך האב מחליט געווען איך וויל מיך גט'ן און טוישן מיין לייף סטייל. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן. איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך? איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזוי צו מאכן די פראצעדור.
אויך איך וויל אוועקמופן, ווי זאל איך גיין?
יישר כח.
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך mevakesh » זונטאג יאנואר 17, 2021 2:40 pm

איך פארשטיי אז דו האסט אפגעמאכט קלאר אז דו ווילסט דיר גטן אלזא מיט וואס דארפסטו הילף?
דיין ווייב וויל זיך אויך גטן? אויב יא קען דאס גיין געשמירט אויב נישט וועסטו לכאורה דארפן מאכן געוויסע שריט ביז דו וועסט צוקומען צו גטן
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 961
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 897 מאל

הודעהדורך והאיש משה » זונטאג יאנואר 17, 2021 3:01 pm

ערבוב דברים אני רואה כאן...אדער אפשר האבן די אלע זאכן א שייכות...
א) איך וויל זיך גט'ן
ב) טוישן לייוו סטייל
ג) מופן

א. גט'ן גייט צו א רב
ב. טוישן לייוו סטייל קען מען נישט מייעץ זיין אויב מ'ווייסט נישט דיין לייוו סטייל פון ביז יעצט
ג. מופן כנ''ל
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג יאנואר 17, 2021 3:20 pm

צום קעפל:

די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...

ווי אנדערע באמערקן שוין, דארפסטו זיך קודם מסדר זיין דיינע מחשבות, דיין פתיחה ענדלט אין א אויסברוך ענדערש ווי א ענטגילטיגע החלטה.

און אז דו ווייסט נישט ווי דו ווילסט גיין בלייב דערווייל ווי דו ביסט וויפיל א וועג צוריק איז זייער שווער.
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1112 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יאנואר 17, 2021 3:24 pm

טרעף א ערליכע אידענע וואס וויל זיך אויך גט'ן, און מאכט א חליפין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יאנואר 17, 2021 3:51 pm

ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח

לדעתי דאס אליין גיין צו סאושעל וואוקערס געלט מענטשן קען זיין א פראבלעם
ווייל נישט יעדער (ס'דא וואס יא) איז דא דיר צו העלפן נאר בלויז צו מאכן געלט....
דארפסט טרעפן א גוטען חבר וואס דו טראסט אדער בעסער געזאגט וואס ביידע טראסטן, אייינער וואס האט נישט קיין שום נגיעה לכאן ולכאן
מען קען נישט וויסען וואס יענער קען אויפטוהן

נישט אייביג איז גט'ן די עצה
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » זונטאג יאנואר 17, 2021 4:01 pm

עמעזאן האט געשריבן:
ווי אנדערע באמערקן שוין, דארפסטו זיך קודם מסדר זיין דיינע מחשבות, דיין פתיחה ענדלט אין א אויסברוך ענדערש ווי א ענטגילטיגע החלטה.


הדא הוא דכתיב שאגתי מנהמת לבי
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך במדבר » זונטאג יאנואר 17, 2021 4:20 pm

ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח


איז דאס א סימפטאם פון די קאראונא ווירוס?!....

איך בין א שטילע יונגערמאן מיט נישט צופיל חברים, און איך האב שוין געהערט פון עטליכע פון זיי ממש די זעלבע ווערטער.כ'וואונדער מיר איז דאס בלויז א צופאל אדער האלט מען פאר/אינמיטן א קריזיס?
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

הודעהדורך פערינא » זונטאג יאנואר 17, 2021 7:23 pm

זיי נישט קיין נאר. ווארט אויס די וואקסין און אפאר חדשים וועסטו זען צו די ווילסטו טאקע זיך גט'ן. לא עת לעשות. גייסט ווײטער קענען פארן און האצקענען.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

Re: איך וויל מיך גט'ן

הודעהדורך חתן בחור » זונטאג יאנואר 17, 2021 7:50 pm

וואס טוט זיך מיט די קינדער? די האסט קינדער און ביזט גרייט זיך אפּצוהאקן מיט זיי?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יאנואר 17, 2021 8:28 pm

זייער ווייניג פרטים.

די אלע געלטער און מענטשן האט איר אריינגעלייגט אז זי זאל זיך טוישן? האט איר אויך אריינגעקוקט צו איר דארפט זיך אפשר אליינס טוישן?

טוישן די לייווסטייל? וועט די ניק נאמען בלייבן די זעלבע מיטן זעלבן באדייט?

מופן? וואו ווילט איר נישט וואוינען?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 18, 2021 1:34 am

ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח

נעם איין טויש אויף אמאל, יעדע פון זיי איז א לאנגע קאמפליצירטע דורכגאנג.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג יאנואר 18, 2021 1:40 am

מ׳זאגט נאך פון הרבנית הצדקנית מרת לארע שלעזינגער שתחי׳ אז אויב איז דא קינדער וואס זענען נאך נישט אויפגעוואקסן איז זייער סעלפיש זיך צו גט׳ן. ווארט צו אביסל ביז זיי האבן חתונה. אויב איז די נעסט ליידיג דאן טראכט נישט 2 מאל. אז ביסט נישט צופרידן יאג אפ פון איר!
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 541
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

יא? און וואס נאך ווילט איר?

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 18, 2021 10:09 am

איר ווילט זיך גט'ן? איך הער! אצינד די וויכטיגסטע פראגע, וואס נאך ווילט איר?

וואס די טעראפיסטן און עסקנים האבן צו זאגן, ווענדט זיך אין אלגעמיין אין זייער מארגן אויפשטאנד. חלילה צו פאסן א באשלוס אין לעבן אויף זייער ראט און געדאנקן-גאנג, וועלכע איז אין אלגעמיין קאראפטירט ביז צום גרונד. לאמיר זען וואס חז''ל האבן צו זאגן פאר איינעם וואס וועקט זיך אויף אין א "איך וויל מיך גט'ן" גיסטע.

בית שמאי אומרים, לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה, שנאמר כי מצא בה ערות דבר.
איז אזוי צוויי מענטשן האבן חתונה. ביידע קומען פון אנדערע הינטערגרונטן, ביידע האבן באזונדערע נאטורן, באזונדערע אנטשויאונגען. ס'נעמט א וויילע ביז מ'קומט צו א געמיינזאמע פארשטענדעניש. זאגן אונז בית שמאי: האב געדולד, ארבייטס אויס די דיפערענצן צווישן אייך און קומט צו א טאלק. יא, ס'קען נעמען יארן, אבער האטס געדולד. דאס איז די באדייט פון חתונה האבן. ס'איז נישט אלעמאל קיין אוואנטורע. ביידע האבן די מעגליכקייטן צו שטארבן בעפאר זיי קומען צו א געמיינזאמע פארשטעדעניש, זאגאר פארפאלן, דאס לעבן איז אן אנגייענדער געראַנגל. אפגעזען אויב זי באגייט פארראט. דאס באדייט אז זי פארמאגט סעקסיאלע אנטשויאונגען אין מוח וואס שליסט אויס איר מאן! דאס שוין נישט! ווערט פטור פון איר אמשנעלסטן.

בית הלל אומרים, אפילו הקדיחה תבשילו, שנאמר כי מצא בה ערות דבר.
די בית הלל נעמען מער א ליבעראלער צוגאנג. אויב זי פירט נישט קיין נארמאלע שטוב ווירטשאפט. זי שטעלט נישט אהער קיין נאכטמאל, דאס הויז זעט אלעמאל אויס ווי א שלאכט פעלד, עס איז קיינמאל נישט פארהאנען קיין פרישע זאקן אין שופלאד, דאס אייז-קאסטן איז אלעמאל לער פון אינהאלט אלעס איז שטוב איז נאכגעלאזט און פארנאכלעסטיגט, קיין שום זאך וואס זי טיט איז צו דער זאך, דאן ווערט פון איר פטור! א מענטש האט נישט קיין פליכט צו ליידן א גאנץ לעבן פון אזא סארט פרוי.

רבי עקיבא אומר, אפילו מצא אחרת נאה הימנה, שנאמר והיה אם לא תמצא חן בעיניו.
רבי עקיבא זאגט: ניין! דאס לעבן איז אויסשליסליך יא א אוואנטורע! א מענטש דארף גלייכן זיין לעבן, ער דארף הנאה האבן פון יעדע מינוט וואס זיין נשמה האלט זיין קערפער ביים לעבן! אויב דאס ווייב קומט נישט נאך זיינע סעקסיאלע באדערפענישן, שיקט איר זאפארט ווייטער.

איז אזוי: ווען עס איז בלויז ער מיט זי, וואלט מען פילייכט געקענט אנעמען די שיטה פון רבי עקיבא. אבער ווען אנדערע מענטשן זענען פארמישט, הויפזעכליך קינדער, און זיי גייען אויסטערליש ליידן פון א שיידונג, פילייכט זאל מער טראכטן פון אנדערע אויך און נישט בלויז פון זיך זעלבסט. אין אזא פאל וואלטן מיר ווען געפאסט א באשלוס לויט די באהויפטונג פון בית הלל, געוואנדן לויט די אומשטענדן. אבער אין א פאל פון פארראט, אז זי איז פארמישט מיט אנדערע מענער אדער פרויען, ווי מען הערט היינט צו טאגס אין גרויסן, אפילו בלויז ווירטואל, וואלטן מיר אנגענומען ווי די בית שמאי אויפן הארבסטן פארנעם. אפגעזען וואס עסקנים און טאראפיסטן האבן צו זאגן...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2560 מאל

Re: איך וויל מיך גט׳ן

הודעהדורך אמת וצדק » מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:23 am

זייער שיין קאך לעפל!
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:54 am

אונז רעד מיר זיך דורך כאילו די קינדער איז אונזער פראבלעם.

אונזער קינדער איז אונזער עלטערן'ס פראבלעמען ַַ די רשעות איז דאך אין לשער. דא ווילסטו אז מ'זאל אויפגעבן א לעבן פון אידישע רבי עקיבא רעכט! פארוואס? ווייל ס'איז דא קינדער אבער ווער האט חתונה געהאט און אנגעזייט די קינדער? נישט ער. זיינע עלטערן. איר עלטערן מיט זיינע עלטערן האבן זיך משדך געווען. שיק זיי אהין זייער פעקלעך!

Something gotta give to stop the train wreck
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:07 pm

סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.

גראדע ווערט אין אבן העזר געפסק'נט ווי די בית הלל, אבער נישט מיט דער אוקימתא דוקא.

און אפילו דאס שטייט דארט נאר ווען זי איז אים מצער זאל ער איר גט'ן.

און דאס אלעס איז א מחלוקת ראשונים צו עס איז א עצה טובה צו א איסור.

אבער אין אלעמען פעלט דא א נקודה, דער "ערליכער איד" וואס קען מער נישט אויסהאלטען און וויל גט'ן, און גיין ערגעץ אנדרעש, זעהט אויס מער ווי אן עפיזאד וואס ער גייט אדורך נפשיות'דיג, און דארף שטארקע הילף, א גט מוז קומען מתוך יישוב הדעת און נארמאלקייט ווי מען זעהט איין אז לא זה המקום, נישט פין קיין געצווינגענע נפשיות'דיגע רצונות וואס דערנאך וועט זיין וחמת המלך שככה און זכר את ושתי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:23 pm

איך ווייס נישט ווי ערנסט דער פותח האשכול איז דא, אבער איין זאך זיכער, די אפציע פון זיך גט'ן דארף מען אין באטראכט נעמען די מינוט וואס די זאך הייבט אן צופאלן, מ'פרובירט וואס מ'קען, ס'גייט דורך איין יאר און נאך א יאר און ס'ווערט נאר ערגער, גיי שוין און גט זיך! רעד זיך נישט איין אז ס'וועט געשעהן א נס און ס'וועט בעסער ווערן. ווילאנג מ'איז נאך יונג איז פיל גרינגער אנצופאנגען א נייע לעבן פון פריש, ווארט נישט ס'זאל דורכגיין "עטליכע און צוואנציג יאר" אפצומאכן אז ס'איז כלו קל הקונצן, דו ווילסט נישט אויסקוקן ווי יוחנן כהן גדול וואס האט פרובירט אנצופאנגען א נייע לעבן ביי די אכציג יאר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3222 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יאנואר 18, 2021 1:33 pm

אויך אמת.

דער שפעטער דער שווערער.

עס איז אייביג שווער.

איין מעלה איז א מען קען ווערן א משגיח פאר שבת שבע ברכות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג יאנואר 18, 2021 4:36 pm

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מ׳זאגט נאך פון הרבנית הצדקנית מרת לארע שלעזינגער שתחי׳ אז אויב איז דא קינדער וואס זענען נאך נישט אויפגעוואקסן איז זייער סעלפיש זיך צו גט׳ן. ווארט צו אביסל ביז זיי האבן חתונה. אויב איז די נעסט ליידיג דאן טראכט נישט 2 מאל. אז ביסט נישט צופרידן יאג אפ פון איר!


טעות. כ'ווייס פון צוויי פעלער ווי ליידיגע נעסטערס האבן זיך פונאדערגעשיידט און נאך גרויס דרוק אז ס'איז שעדליך פאר די אייניקלעך'ס שידוכים האבן זיי צוריקגעטרעטן.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3960 מאל

Re: איך וויל מיך גט׳ן

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יאנואר 18, 2021 5:02 pm

עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל:

די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...



עס איז נישט פון ב"מ זצ"ל, א באקאנט ווארט פון בית ישראל זצ"ל
ד"א איך ווינדער מיך נאך אלס פארוואס פון ב"מ מעג רופן בלשון גנאי לאחר פטירתו
איבערהויפט אז עס קומט פון א חסיד פון זיין זון
צוריק צום ענין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יאנואר 18, 2021 5:15 pm

עס איז גראדע יא א ווארט פונעם רבי'ן זצ"ל. פארשטייט זיך בדרך צחות כדרכו בקודש.

און צו די ווינדער וואס דו האסט איז מיין וואונדער צו דיר, ווייסטו דען נישט אז דארט ווי ער איז אויפגעוואקסן איז חוצפה און אפשיי די ערשטע זאך? עס איז קדמה לתורה ביי זיי!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2922
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יאנואר 18, 2021 6:06 pm

פארוואס מוז יעדע שמועס אנקומען צו דעם?
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » דינסטאג יאנואר 19, 2021 11:14 am

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל:

די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...



עס איז נישט פון ב"מ זצ"ל, א באקאנט ווארט פון בית ישראל זצ"ל
ד"א איך ווינדער מיך נאך אלס פארוואס פון ב"מ מעג רופן בלשון גנאי לאחר פטירתו
איבערהויפט אז עס קומט פון א חסיד פון זיין זון
צוריק צום ענין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס האסטו אזוי קעגן ברך משה אז די האלטסט אז "ברך" איז א לשון גנאי?
זופ מיט מאנדלען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: איך וויל מיך גט׳ן

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יאנואר 19, 2021 1:54 pm

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל:

די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס האסטו אזוי קעגן ברך משה אז די האלטסט אז "ברך" איז א לשון גנאי?


מ׳ האט גאבעטן נישט אריינמישן, וועל איך נישט ענטפערן, איבערהויפט אז דו ווייסט זייער גוט דעם תירוץ

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און 2 געסט