אישתישבי האט געשריבן:סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אונז רעד מיר זיך דורך כאילו די קינדער איז אונזער פראבלעם.
אונזער קינדער איז אונזער עלטערן'ס פראבלעמען ַַ די רשעות איז דאך אין לשער. דא ווילסטו אז מ'זאל אויפגעבן א לעבן פון אידישע רבי עקיבא רעכט! פארוואס? ווייל ס'איז דא קינדער אבער ווער האט חתונה געהאט און אנגעזייט די קינדער? נישט ער. זיינע עלטערן. איר עלטערן מיט זיינע עלטערן האבן זיך משדך געווען. שיק זיי אהין זייער פעקלעך!
Something gotta give to stop the train wreck
מנחם ציון האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
.
ס'איז נישט קיין אוקימתא פון קאך לעפל אין די גמרא
ס'איז פשוט א פראקטישע וועג לחלק כל השיטות באופן מעשי און איך האלט אז ער איז גערעכט
אישתישבי האט געשריבן:קינדער פין א שטוב וואס איז ל"ע געג'ט קענען אויסקומען גאר גוט אויב די עלטערען פירען זיך אויף ווי מענטשן. און צומאל איז דא וואס ווען זיי זענען צוזאמען און פייטען זיך יומם ולילה איז נאך ערגער ווי געג'ט אויך.
און אמאהל איז קאך לעפעל גערעכט אויך.
רביה"ק האקט ענדליך.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער זאגט אז ווען מ'בלייבט צוזאמען וועגן די קינדער וועלן אלע ליידן, דער מאן וועט ליידן, די פרוי וועט ליידן, די קינדער וועלן ליידן פון די אנגעצויגנקייט אין שטוב, און אין לויף פון די יארן וועלן צוקומען נאך קינדער צום געמויזשאכטס. און וואס געשעהט ווייטער ווען מ'לעבט מיט אזעלכע קרומע חשבונות? דיי קינדער וועלן חתונה האבן מיט זייערע (אומ)באשערטע און אזוי וועט דאס ווייטער גיין עד ביאת גואל צדק. ענדערש זאלן די קינדער אביסל ליידן אפאר יאר, אנפאנג וועלן זיי בלאזן אבער זיי וועלן עלטער ווערן און קומען צום שכל און פארשטיין אז דאס איז געווען דאס בעסטע פאר זיי, און יעדער וועט ארויס צופרידן.
קאך_לעפל האט געשריבן:הייליגע באשעפער, ראטעווע מיך ארויס פון דאנעט.... כ'זאג צו כ'וועל שוין זיין וואויל....
ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
אויב דו וועסט אוועקמופן צו אן אומבאקאנט פלאץ וועסטו אויך מקיים זיין א גמרא. וועלכע זאגט..."אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים. ואל יבזה שם המקום...!
אויך זאגסטו אז דו ווילסט טוישן דיין לייפסטייל. דאס איז נאך ד גרינגסטע. דו קענסט דיך טרעפן א זכר
אויס מענטש האט געשריבן:נעלם געווארן ?!
פארשווינדן ?!
טייערע אידן פרובירן צו ענטפערן דיין פראגע @ערליכער איד. ואתה איכה???
קאאפעריר מיט, ענטפער די פראגעס.
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די איידיע פון ווארטן ביז די קינדער ווערן גרויס איז, דער מענטש וויל טוישן זיין לעבנס שטייגער וויבאלד ער איז נישט צופרידן פון זיין יעצטיגן לעבנס שטייגער, קא נשמע לן, אז ער וויל הנאה האבן פון זיין לעבן, זאגט מען אים, ווארט ביז די וועסט שוין זיין אלט און גרוי, דעמאלץ וועסטו שוין מילא נישט האבן קיין סאך הנאה פון דיין לעבן וויבאלד דער האלב לעבן וואס מען האט די עיקר הנאה איז שוין פארבייגעגאנגען, און דעמאלטס טו וואס די ווילסט.....
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:האסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:האסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.
און אויב דאס גאנצע ברענגען קינדער איז געטון געווארן אן בחירה? בכלל וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז עס איז נישט קיין עצה צו זאגן ווארט ביז די קינדער ווערן גרויס, סאיז ווי כאילו דו זאגסט אים געים אווער און די קענסט שוין נישט אינדזשויען לייף.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אונז דארף מיר גוט אריינקריכן אין אונזער נשמות און זיך פרעגען; וואס וואלט איך געוואלט אז מיינע קינדער זאלען טון אויב חס ושלום זיי טרעפען זיך אין מיין מצב?
אויב די ענטפער איז, אז זיך שיידן פון די ווייב איז וואס די וואלסט מייעץ געווען דיין קינד אין פונקטליך דיין מצב, איז באמת נישטא מאראלישע פליכט צו טון אנדערש פאר זיך אליין.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט