די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דו האלסט אז עס איז אויסגעהאלטן צו איינמייערען קינדער און דערנאך זיי לאזן הפקר מיט די מאמע ווייל מען וויל זיך גיין הנאה האבן אין א אנגדערע לייוו סטייל????
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פאר א סיבה שטייט אין די תורה א מצוה פון גט׳ן
עת לקרב ועת לרחק
אמאל איז א מצוה זיך צו גט׳ן און מ׳ קען נישט קוקן אויף די קינדער, עס איז זייער ווייטאגלעך אבער עס איז נישט דא קיין ברירה נאר בוחר זיין הרע במיעוטו
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דעת האט געשריבן:לאמיר זאגן די טאטע וויל גיין איין לייפסטייל און, לויט ווי רוב עולם זאגט דא, זאל ער גיין. נעבעך וואס איז ער שולדיג אז ער האט געהאט די אלע קינדער, ער קען נישט אייביג קוקן אויף דעם. פארפאלן, ער מעג טון וואס ער האט צו טון און שוין.
וואס טוט מען אבער אויב די ווייב דיסיידט אויך אז זי וויל אן אנדערע לייפסטייל און עס איז אנדערש ווי די לייפסטייל וואס דער טאטע וויל?
דארף זי יעצט בליין מיט ערציען די קינדער? לויט רוב דא, איז די ענטפער ניין!
נעבעך, זי האט אויך נישט געהאט קיין בחירה. זי מעג דאך זיכער אויך אנטלויפן און האבן א פרישע טשענס. ניין?
נו, וואס טוט מען מיט די קינדער???!!
באבע זיידע לעבן שוין נישט אדער האבן אויך דיסיידעד צו גיין א דיפרענט לייף סטייל.
א בית יתומים. אקעי.
אבער וואס טוט מען אויב די מענטש פון די בית יתומים האט אויך דיסיידעד צו גיין א דיפרענט לייף סטייל?
ערליכער איד האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים
איך מיין ארויס צוברענגן, אז אסאך וואס דרייען זיך דא ארום, אדער אפי׳ וואס דרייען זיך נישט דא ארום, זענען אין דעי זעלבע מצב, נישט צופרידן מיטן ווייב, מיט זיין גאנצע ארום. זיין לבוש,ארבעט,די ווייבס אנגעטועכס,האט צוטיען מיטן טאטען,מאמען, שווער, שוויגער, איז די שאלה וואס זאל ער טיען לפי האמת,
פארוואס 45 פראצענט פון גוים, אפי׳ מיט קינדער גט׳ן זיך. איז אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט אקעגן זיך גט׳ן. מוסדות, שידוכים, וכו׳

קאך_לעפל האט געשריבן:ערווארט נישט גארנישט וועסטו נישט אנטוישט ווערן, האט עמיצער פריער דא פריער זאכליך ערווענט.
געווען איז עס חמישה עשר בשבט, רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע האט דאן געוויילט אין פלארידע, ווי עס איז די שטייגער פון צדיקים. דער רבי האט דאן דארט געפירט דאס פירות טיש וואו עס האבן זיך באטייליגט א טייל פון די ארטיגע וואקאציאנערן, און דער רבי האט געטיילט שיריים פון די פירות פאר די אנוועזענע. איז געווען דארט א חתן וואס האט אין יענע טעג זיך געגרייט צו גיין אונטער די חופה, און ער געבעטן אז די רבי זאל אים געבן א באזונדערע פרוכט פאר זיין כלה נאה וחסודה. דער רבי האט זיך פארקלערט פאר א וויילע און דאן רופט ער זיך אן ניין! מיט דאס וואס דו האסט, זאלסטו דיך טיילן מיט דיין ווייב! די אנוועזענע האבן זיך שטארק צושמייכלט פון די טיפע שלום בית לעקציע וואס דער רבי האט אזוי אינאיינוועגס געשאנקן פארן חתן עטליכע טעג איידער זיין חתונה.
דער צדיק און דאקטאר רבי אברהם יושע טווערסקי ז''ל וואס איז אקארשט נפטר געווארן, איז אמאל געלאדענט געווארן אויפצוטרעטן ביי א מער-מאדערערנע פארזאמלונג אין די שטאט טינעק - ניו זשערסי. האט עמיצער אים דארט געפרעגט צו זיין פאטער דער מילוואקי רבי, רבי יעקב ישראל ז''ל, האט געגליכענט זיין ווייב, האט אים דער דאקטאר גענטפערט אז יא! און ער האט באלד צוגעלייגט, נישט מיט קיין האליוואד-סארט ליבע וועלכע איז באשיינפערליך נישט קיין ליבע.
ער האט דאס באלד עקלערט מיט א געשיכטע פונעם הייליגן קאצקער זי''ע.
דער קאצקער האט אמאל געזען עמיצן עסן א זאפטיג שטיקל סעלמאן פיש איינגעטינקן אין גוטע פארגליווערטע קאטשאניו, פרעגט ער אים דער קאצקער, זאג נאר פארוואס עסטו די פיש? ענטפערט יענער ווייל איך גלייך די פיש! פרעגט אים דער קאצקער יעדעם וועם די גלייכסט עסטו אזוי אויף? דו עסט דאס פיש בלויז ווייל דו גלייכסט דיך זעלבסט! ווען דו גלייכסט ווען דאס פיש וואלט נאך דאס פיש ווען געשווימען אין די טיפענישם פון ים.
גלייכן מיר טאקע אונזער ווייבער? אדער גלייכן מיר בלויז זיך זעלבסט? טיילן מיר זיך מיט אונזער ווייבער מיט אלעם וואס מיר פארמאגן? נישט בלויז מאטריאלע אייגענטום נאר אויך אונזער זעלן? ניין! ווייל מיר ליבן זיי בלויז לויט די האליוואד סטיל! דערפאר ערווארטן מיר, און ווען מיר באקומען נישט וואס "מיר" ווילן, קומט אן אויסבראך: איך וויל מיך גט'ן...
אויף דעם האט דער רבי דער ב''מ זי''ע געפרעגט, און ווער וויל דען נישט?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot] און איין גאסט