מארטין לוטער קינג.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

מארטין לוטער קינג.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]היינט איז די יומא קדישא הילולא, פון איינע פון די גרעסטע מענטשן-רעכט קעמפער וואס האט נאר אמאל געלעבט אויפן פלאנעט, דער העלדישער מארטירער, דאקטאר מארטין לוטער קינג. דער הויכגעשעצטער גייסטליכער און דאקטאר האט געלעבט אין די עפאכע ווען סערעגאציע, און ראסע-קלאס איז נישט געווען קיין זעלטנהייט אין אמעריקע. די שווארצע, הויפזעכליך אין די דרום שטאטן, זענען געווען געצווינגן צו זיצן אין דאס הונטערשטע טייל פון שטאטישע אוטאבוסען, זיי האבן פארמאגט באזונדערע וואסער איינריכטונגען צו טרינקן, און זיי זענען געווען פארבאטן צו קטנ'ען אין די זעלבע אשר יצר שיסלען ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג.

דאקטאר קינג, האט געפירט אן אומבויגזאמער קאמף אפצושאפן די שלעכטע סערעגאציע איינפירונגען אין לאנד. און טראץ די נאכאנאנדע פארפאלגונגען און שאנטאזשירונגען פון די עף.בי.איי. אונטער די פירערשאפט פונעם קאראפטירטער דירעקטער זשאן עדגאר האווער, און אויף די גוטהייסונג פון ראבערט קענעדי, דער יוסטיץ מיניסטער. האט קינג זיך פארט נישט אפגעשראקן פאר גארנישט אויף די וועלט, און ווייטער אנגעפירט מיט זיין העפטיגער קאמף קעגן ראסע אפטיילונג, ביז צו זיין לעצטער אטעם אין פולן זינען פון ווארט.

ער האט פארמאגט א מעכטיגע טענאר שטימע, און ער איז געווען באשאנקן מיט אן אויסטערלישער קריזמע, ער האט האט אין זיינע לעגענדארע רעטארישער אויפטריטן, ממש באצויבערט די די באגייסטערטע מאסן. ער האט שטענדיג ווידערהאלט די נאבעלע שטעלונג פון די ערשטע טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע האבן פראקאלאמירט אין די דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט: מיר האלטן די דאזיגע ווירקליכקייטן אלס זעלבסטפארשטענדליך. אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג...

דאס קלימאקס פון זיין קאמף איז געווען דאס מארש וואס ער האט אנגעפירט אין וואשינגטאן. אין די פרי באגינען פון ח' אלול תשכ''ג, זענען די שאסייען וועלכע פירן קיין וואשינגטאן פארפלייצט געווארן מיט שווערן טויזענטער אוטאבאסן און פריוואטע אוטאמאבילן, וואס האבן געפירט שווערע טויזענטער מענטשן קיין וואשינגטאן. דער ציל פון די מארש איז געווען, אויסצואיבן דרוק אויף די אמעריקאנער רעגירונג צו באשטעטיגן די ציווילע רעכטן געזעצן. דארט אויף די ברייטע שטיגן פונעם מייעסטעטישער לינקלאן געדענקמאל האט זיך דער דאקטאר אויפגעשטעלט,

און וישא משלו ויאמר:

איך האב א טרוים אז איין טאג, וועט דאס נאציאן אויפשטיין, און זיך צוהאלטן צו די ווירקליכע באדייט פון איר גלויבונג: מיר האלטן די דאזיגע ווירקליכקייטן אלס זעלבסטפארשטענדליך. אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג...
איך האב א טרוים אז איין טאג אויף די רויטע בערג אין דזשאָרדזשע, וועלן די קינדער פון געוועזענע שקאלפן און די קינדער פון געווען שקאלפן-באזיצער האבן די מעגליכקייט צו זיצן אויף די זעלבע טיש פון ברודערשאפט....
איך האב א טרוים אז איין טאג, אפילו די שטאט מיסיסיפּי, א שטאט פארשוויצט פון די היץ פון פיינטשאפט, פארשוויצט פון די היצן פון אומרעכט, פארשוויצט פון די היץ פון אונטערדרוקונג, וועט טראנפארמירט ווערן צו אן אנגענעמע ארט, פון יוסטיץ און פרייהייט...
איך האב א טרוים אז די קליינע קינדער וועלן איין טאג לעבן אין א נאציאן, וואו זיי וועלן נישט ווערן געריכטעט לויט די קאליר פון זייער הויט, נאר אויף די אינהאלט פון זייער כאראקטער.
איך האב א טרוים אז איין טאג, דארט אראפ אין אַלאַבאַמא, מיט אירע שלעכטע ראסיטן, און מיט איר גיבערנאטור וואס זיינע לעפצן טראפן ווערטער פון אריינמישן און אוועק-מאכעריי. איין טאג טאקע דארטן אין אַלאַבאַמא, קליינע שווארצע יונגלעך און מיידלעך וועלן זיך אנכאפן די הענט מיט ווייסע יונגלעך און ווייסע מיידלעך ווי ברודער און שוועסטער...


די רעדע איז געווען אזא מאכטפולע אזש די אומצאליכע מאסן זענען ממש אריינגעפאלן אין אן ווילדער עקסטאז. די הילכיגע אפלאדיסמענטן האבן זיך אפגעדינערט ביז מיילן ווייט. די רעדע האט אינספערירט מיליאנען מענטשען און איר מעכטיגער איינפלוס איז נאך לעבעדיג ביז צום היינטיגן טאג. עס ווערט פאררעכנט פון די רעדעס וואס האבן ווירקליך גענדערט די וועלט.

מיט בלויז 5 יאר נאך די גרויסע מארש אין וואשינגטאן, האט דער וויסטער ראסיסט זשעימס ערעל רעי, אריינגעיאגט א קויל אין קאפ אריין פאר דאקטאר קינג, און די שטימע וועלכע האט פארשפרייט יוסטיץ, די שטימע וואס האט פארדאמט ראסיזם, איז טראגיש פריצייטיג פארשטימט געווארן, און אויף שטענדיג.
אפגעזען פון זיין טראגישער טויט לעבט זיין שטימע נאך אלס, די ווירדן און די טעטיקייטן פון דאקטאר קינג דינען אלס א לעבעדיגע אינספעראציע פאר מיליאנען מענטשען ביז צום היינטיגן טאג. זאל זיין געדענקעניש לעבן אויף שטענדיג![/justify]

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר