אנטי-קאָוויד-וואקסערס: איך פארשטיי אייך!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אנטי-קאָוויד-וואקסערס: איך פארשטיי אייך!

שליחה דורך העניך »

אנטי-קאָוויד-וואקסערס: איך פארשטיי אייך!
פון: העניך

יעדער פארשטענדליכער מענטש איז שאקירט און פארטרויערט זעענדיג וואס איז געשען מיט אונזער געזעלשאפט, און ווי א גרויסער פראצענט האט אנגעהויבן גלייבן די ווילדסטע קאנספיראציע טעאריעס וואס לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. פראמינענט איז יעצט די גלויבונג אז די וואקסינען פאר קאראנא-ווירוס איז שעדליך, און ס'איז פאראן אן אלוועלטליכע קאנספיראציע פון אלע דאקטוירים און רעגירונגען צו שטופן דעם וואקסין אנצוזייען מחלות און ליבעראליזם.

גראָדע און מעסיגע קעפ במחנינו שטייען און קוקן מיט בייז-וואונדער וואס האט פאסירט מיט אונזער ציבור. אט ביי אונזערע ידידים אין "אייוועלט" האט א איד מיט'ן נאמען "טישטוך" אויסגעדרוקט זיין ווייטאג אויף דעם פענאמען, און עטליכע האבן אפילו מיטגעשטימט מיט אים.

אבער מיינע טייערע אידן, כ'דארף זיך מודה ומתוודה זיין אז איך האלט אז די אנטי-וואקסערס זענען פיל מער שכל'דיג און קאנסיסטענט ווי די אנדערע צווישן אונז וואס נעמען דעם וואקסין בלינדערהייט פשוט ווייל אזוי זאגן רוב רובם דאקטוירים פון איבער דער גאנצער וועלט.

עס ווערט יעצט א יאר זינט די קאראנא-תקופה האט זיך אנגעהויבן, וואס חוץ די ערשטע צוויי-דריי וואכן, האבן מיר געלעבט א לעבן וואס איז אין גענצליכער קאנטראסט צו וואס אלע דאקטוירים פון דער גאנצער וועלט זאגן. מיר האבן זיך אנגעפיפן און אויסגעלאכט פון יעדער דאקטוירישער רעקאמענדאציע, און מיר זענען געווען קליגער פון יעדן מומחה איבער דער וועלט.

99 פראצענט עפידעמיאלאגן זאגן אז מאסקעס העלפן – כאטש עפעס – נישט אנצושטעקן אנדערע, אבער מיר האבן זיי אויסגעלאכט. אלע מעדיצינישע מומחים זאגן אז זיך צוזאמענקומען בציבור קאסט נפשות, און דערפאר זאל מען דאס מינימיזירן, אבער מיר האבן מחליט געווען אז מיר זענען גרייט צו צאלן מיט נפשות אפילו פאר יארצייט-סעודות און הכנסת ספר תורה'ס.

אלע דאקטוירים האבן געווארנט ווי וויכטיג ס'איז אז מ'זאל כסדר זייפן די הענט, אבער ביי אונז איז עס דבר תמוה דאס צו טון אין אונזערע עפנטליכע פלעצער.

אלע מומחים האבן געזאגט אז מ'זאל פרובירן נישט צו שטיין נאנט צו אנדערע מענטשן, נישט געבן די האנט פאר מענטשן, און נישט נאר האבן מיר זיך אויסגעלאכט דערפון, נאר מיט האבן אפגעשפעט פון די וואס האבן פרובירט צו פאלגן די מומחים.

אויב זאלן מיר יעצט פלוצים טענה'ן אז מיר זענען נישט קליגער פון דאקטוירים, און אז ווען כמעט אלע דאקטוירים איבער דער וועלט זאגן עפעס איז נאריש צו זאגן פארקערט, איז נאר דא איין הסבר אויף דעם וועג וויאזוי מיר האבן געפראוועט דעם לעצטן יאר: מיר זענען פשוט'ע קאלטבלוטיגע רוצחים.

די אנטי-וואקסערס זענען איידעלע און סענסיטיווע נשמות וועלכע זענען אומבאקוועם מיט רציחה. פאר זיי איז מער ניחא צו שפירן אז ס'איז דא א מהלך וואס ערקלערט אונזער קאראנא-יאר אויפפירונג. זיי ווייסן וואס חז"ל זאגן, מוטב להיות שוטה כל ימיו, ולא רשע שעה אחת. איז דאך געוויס בעסער צו זיין א שוטה וואס גלייבט נארישע קאנספיראציע טעאריעס אז די דאקטוירים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, ווי איידער א קאלטבלוטיגער רשע וואס גלייבט יא דאקטוירים און פאר א יאר צייט זיך אויסגעלאכט פון זייערע בקשות אז מ'זאל ראטעווען דאס לעבן פון מענטשן.

איז טייערע אנטי-וואקסערס, כאטש איך האלט אז אייער לאגיק איז נעבעך פארדרייט, שפיר איך מיט מיט אייער הארץ, און סימפאטיזיר מיט אייער פארזוך צו מאכן סענס פון אונזערע אויפפירונג. איר זענט מער קאנסיסטענט ווי אייערע פריינט וועלכע שרייען יעצט אויף אייך אז מ'דארף פאלגן דאקטוירים – ווען זיי אליין האבן זיך א יאר צייט אויסגעלאכט פון די זעלבע דאקטוירים בשעת אידן האבן ליידער באצאלט מיט'ן לעבן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר