עס מוז זיין אז ג-ט זעלבסט האט דא פארארבייט מעשים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

עס מוז זיין אז ג-ט זעלבסט האט דא פארארבייט מעשים!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אנגעהויבן האט זיך אלעס אינעם זיבעטן טאג. נאך דעם וואס דאס פאלק פון פרס און מדי האבן געהוליעט פאר גאנצע דריי מאנאטן נאכאנאנד אן קיין אפשטעל, האט דער קעניג אחשוורוש אפגעראכטן א קלענערע, און א מער אינטימישע מאלצייט, אצינד בלויז מיט די איינוואוינער פון די הויפט שטאט שושן. טאג זיבן פונעם מאלצייט, ווען דער קעניג איז שוין געווען גוט געלוינט פון די פעסער וויין וואס ער האט זיך אריינגעגאסן אין מאגן, האט דער קעניג אחשוורוש פארארדענט די זיבן סריסים וואס זענען שטענדיג געשטאנען גרייט צו זיין באפעל, אז זיי זאלן ברענגן די קעניגן ושתי פאר אים, אנגעקליידעט מיט איר קעניגליכער קרוין. צו צייגן פאר די נאציאנען און די הארן איר שיינקייט, ווארום זי איז ווירקליך געווען א שיין געשטאלט.

די קעניגן ושתי האט אבער נישט געהאלטן ביים קומען, ווי עס האט געלויטעט דאס באפעל פונעם קעניג דורך די סריסים, זי האט נישט אויסגעפאלגט די באפעל פון די סריסים זיך צושטעלן פארן קעניג. דער קעניג האט נישט בלויז אויסערליך געצארנט, נאר אויך אינערליך האט ער געפלאקערט און געזידט ווי א הייסער קעסל אויפן פריפעטשיק.

דער קעניג האט זיך געוואנדן צו די געלערענטע לייט, צו די אסטראנאמער, און היסטאריקער, ווארום דאס איז געווען די קעניגליכער פראצעדור ווען ס'האט זיך געהאנדלט אין יוסטיץ. ווי אויך זענען אנוועזען געווען די העכסטע אדוואקאטן און געזעץ-געבער פון פרס און מדי, וועלכע זענען גרינטליך באהאווענט אין די פערסישע קאנסטאטוציע. און זיי זענען געווען די נאנסטע צום קעניג, די מיניסטארן כרשנא, שתר, אדמתא, תרשיש, מרס, מרסנא, און ממוכן, די העכסטע מיניסטארן פון פרס און מדי וועלכע פארמאגן שטענדיגע און אומבאגרעניצטע צוטריט צום קעניג.

די אנקלאגע:
ושתי, האט נישט אויסגעפאלגט די באפעל פון די סריסים, נאכדערצי ווען ס'איז געקומען פון זיין מייעסטעט דער קעניג זעלבסט.

פּראָקוראָר ממוכן:
די פארברעך איז נאך פיל טיפער און ברייטער ווי דער מוח קען זיך בלויז פארשטעלן. נישט בלויז זיין מייעסטעט דער קעניג האט ושתי דא אזוי גוט מסדר געווען, נאר אלע הארן און אלע נאציאנען פון די גאנצע מעכטיגע אימפעריע פון אחשוורוש דער העלד זענען אצינד אין א געפערליכער פעקל. פארוואס? ווייל אצינד גייען אלע פרויען אין לאנד זיך האלטן אויף די זעלבע סאציאלע שטאנד ווי זייער מענער. די מענער וועלן זיין אראפגעקוקט און דערנידערט אין די אויגן פון זייער אייגענע ווייבער. די ווייבער וועלן ארגומענטירן קעגן זייערע מענער: נעמליך,דער קעניג אחשוורוש האט געלאזט רופן זיין ווייב ושתי, און זי האבן אים געוויזן א גרויסער זאפטיגער פייג. און אז די קעניגן זעלבסט פייפט זיך אריין אין איר מאן, אפגעזען פונעם פאקט אז ער איז א גרויסער מעכטיגער קעניג, דאן פארוואס זאל איך פאלגן מיין מאן דער שוסטער? מיט וואס איז ער מער ווי מיר? פילייכט זאל ער מיר פאלגן. ממוכן האט ארגומענטירט און מיט רעכט, אז מיט אזא סארט סאציאלע ארדענונג וועט דאס גאנצע אימפעריע אונטערגיין איבער נאכט, בלויז פון די גראנדיעזע שלום בית קאטאסטראפעס זעלבסט. און דאס דאזיגער טאג וועט אנזאגן אז בלויז הארענטעס פון פרס און מדי עקזיסטירן, ווען די רייד פון די קעניגן וועט געהערט ווערן איברן לאנד, און עס וועט מער נישט עקזיסטירן אזא באגריף ווי הארן פון פרס און מדי. די ביז איצטיגע שטאנדהאפטיגע מענער-דאמינאציע וואס איז שוין אין קראפט זינט ג-ט זעלבסט האט דעקלערט פאר חוה: והוא ימשל בך, וועט גענצליך אראפגעווישט ווערן פון די מאפע, און דאס וועט ארויסרופן שאנדע און צארן ביי די מענערישע באפעלקערונג אין לאנד. דאס איז אן אויסשליסליכער נאציאנאלע נויט-פאל, האט פּראָקוראָר ממוכן דעקלערט פאר די באזארגטע אנוועזענעדע מיט אנגסט.

דאס לעזונג:

ערשטע שטאפל:
אז ס'וועט דעם קעניג געפעלן: ווי באלד ס'הערשט אצינד אן אויסנאמס-צושטאנד אין לאנד, זאל דער קעניג זיך דערווארבן דאס אויסשליסליכע מאכט. די מיינונגען פון די קאנגרעס און סענאט זענען פון אצינד אן אנגעהויבן מער נישט מאסגעבנד. פון היינט איז דער קעניג דאס אויסשליסליכסטער אויטריטעט אין לאנד און ער קען טאן וואס אימער זיין הארץ באגערט. ער איז שוין מער נישט אנגעוויזן אויף חכמים, יודעי העתים, יודעי דת ודין, גאנישט! און דאס זאל פראטאקאלירט ווערן אין די געזעץ ביכער פון פרס און מדי, אזוי אז דאס זאל אויף קיין שום פאל נישט קענען גענדערט ווערן. און ס'זאל גלייכצייטיג דייטליך ארויס שטיין דער אורזאך פארוואס, ווייל ושתי האט נישט געהארכט דעם קעניג, דאס האט געזאלט אנדייטן אז דער קעניג דער מאן, איז העכער אין אויטריטעט פון די קעניגן די פרוי.

צווייטע שטאפל:
ושתי מוז זאפארט ווערן אויס קעניגן, זי מוז פארוואנדלט ווערן צו א אלגעמיינע ציווילע בירגערין. און איר מייעסטעט זאל טראנספארמירט ווערן צו א צווייטע קעניגן, וואס ווייסט עטוואס בעסער ווי ושתי.

דריטע שטאפל:
איינמאל ושתי איז שוין א ציווילע בירגערין, איז זי דאך א מורד במלכות, אויף וואס די שטראף איז הענגן!

די רעזולטאטן וועלן זיין:
אז די באפעלקערונג וועט הערן וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט די חצופה ושתי, וועלן די פרויען איינמאכן אין זויערן, און אלע פון גרויס ביז קליין וועלן רעספעקטירן זייער מענער, אויב זיי ווייסן וואס ס'איז ווירקליך גוט פאר זיי, און די פעמעניסטישע באוועגונג וואס ושתי האט בייזוויליג געוואלט איינשטעלן אין פרס און מדי, וועט פארשוואונדן ווערן פונעם האריזאנט פאר שטענדיג.
פאר די אנוועזנדע הארן און רעגירונגס באמטע איז דאס זייער געפאלן, נעמליך, ווער וויל דען נישט זיין פולשטענדיג בעלעבאס ביי זיך אין שטוב? דאס געזעץ איז עמטליך אריין אין קראפט!
ס'איז ארויסגעשיקט געווארן דעקרעטן איבער אלע לענדער פון די אימפעריע, יעדע לאנד און נאציאן אויף איר איינגארטיגער שפראך: יעדער מאן איז בעלעבאס ביי זיך און שטוב. און צו פארזיכערן אז די פרויען קאנספערירן נישט אונטער די רוקן פון זייער מענער, און רעדן שלעכטס אויף זייער מענער צו זייער פריינדינס אונטער די ביימער אין די קאנטרי אויף אונגאריש, האט דאס געזעץ גלויטעט אז די פרויען מעגן בלויז רעדן אין די שפראך פונעם מאן. און דאס סאציאליע ארדענונג אין לאנד איז צוריק געשטעלט געווארן אין פלאטץ ווי בעפאר.

דאס פאקט אז אחשוורוש איז דעקלערט געווארן אלס דאס אויסשליסליכסטער אויטריטעט אין פרס און מדי, און אז ער איז מער נישט געווען אנגעוויזן אויף די קאנגרעס און סענאט פון פרס און מדי, האט געשפילט א שטארקע ראלע אין די שפעטערע געשענענישן.

אויפן איניציאטיוו פון פרעימער מיניסטער המן, גיבט אחשוורוש ארויס א דעקרעט אויסצופירן א ברוטאלער האלאקאסט אויף א גאנצער אומשולדיגער נאציאן, מענער, פרויען, און קליינע קינדער. וואו זענען די חכמים, די יודעי העתים, די יודעי דת ודין? זיי זענען נישט צום האבן!

זיין נייעם קעניגען אסתר באשולדיגט דעם פרעימער מיניסטער המן, מיט הארבע פארברעכן קעגן די מענטשהייט, מיט קאנספיראציע אויסצומארדן א גאנצער נאציאן צוליב נידערטרעכטיגע ראסיסטישע אורזאכן. דער קעניג ווערט בייז ווי א ווילדער טערק, און נעמט זיך שרייען מיט באנומענע קולות: הענגט דעם הונט! איין מינוט, פאוואליע, וואו זענען די חכמים, די יודעי העתים, די יודעי דת ודין? זיי זענען נישט צום האבן!

דער קעניג קאנפיסקערט דאס פאלאץ פון זיין פרעימער מיניסטער המן, און שענקט דאס אוועק פאר מרדכי און אסתר. וואו זענען די חכמים, די יודעי העתים, די יודעי דת ודין? זיי זענען נישט צום האבן!

דער קעניג באשטומט דעם פארהאסטן זשיד מרדכי אלס זיין נייער פרעימער מיניסטער! וואו זענען די חכמים, די יודעי העתים, די יודעי דת ודין? זיי זענען נישט צום האבן!

דער קעניג ערלויבט פאר די אידן דורכצופירן א ברוטאלער פּאָגראָם אויף די פערסישע באפעלקערונג, פינף הונדרעט אומשולדיגע מענטשן פארלירן זייער לעבן אין בלויז איין טאג! וואו זענען די חכמים, די יודעי העתים, די יודעי דת ודין? זיי זענען נישט צום האבן!

די צען בענאקעס פון המדתאזאהן ווערן ארויפגעצויגן אויפן שאנד סלופ אין צענטער פון שושן מיט שאנדע, וואו זענען די חכמים, די יודעי העתים, די יודעי דת ודין? זיי זענען נישט צום האבן!

עס מוז זיין אז ג-ט זעלבסט האט דא פארארבייט מעשים ווי אזוי זאכן זאלן פאלן אין פלאטץ![/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר