עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

שליחה דורך קטלא קניא »

הרב שמואל דוד גרוס, מראשי הדיינים פון גער, האט געשיקט א טרייסט בריוו צו דער משפחה פון דעם רוצח און דעם נרצח אינעם שוידערליכן מארד וואס א טאטע איז באגאנגען קעגן זיין אייגענעם 14 יעריגן זון. אונטן איז דער גאנצער בריוו איבערגעשריבן פון זיין כתב־יד אז קיינער זאל נישט זאגן אז איך האט אפגעריסן זיינע ווערטער פון זייער שייכות און קאנטעקסט.

דא רעדט זיך פון א טאטן וואס האט צום טויט געשטאכן זיין אייגן קינד. טאמער ווייסט רב גרוס נישט, איז לא תרצח פון די עשרת הדברות, מען איז דערויף חייב מיתה, ס'איז יהרג ואל יעבור און וואס יעדעס קינד ווייסט אז ס'איז פון די דריי הארבסטע עבירות. אויך איז עס די איינציגסטע עבירה וואס איז יהרג ואל יעבור נישט מכוח א דרש נאר פון קאמאן־סענס, מאי חזית דדמא דידך סומק טפי. אויסער אידישקייט, איז רציחה דער הארבסטער פארברעך אין כמעט יעדער קולטור און געזעלשאפט, ווייל אז מענטשן מעגן זיך הרג'נען, קען א ציוויליזאציע נישט האבן קיין קיום.

לכאורה איז דאס אלעס אזוי פשוט ביי יעדן איינעם אז מ'דארף עס גארנישט אויסרעדן. נאר זעט אויס אז נישט ווען ס'קומט צו א היימישן רוצח. איז אזא פאל קומט צו גיין א דיין, פון די הויפט דיינים אין גער און א ראש פון א בית דין וואס הייסט גאר "הישר והטוב", און שרייבט א בריוו צו דער משפחה וואס דארפן זיך נעבעך ספראווען אז ביידע זייטן זענען פון זייער אייגענע. עס איז טאקע א טרייסט בריוו און ס'איז נישט דער פלאץ צו פארדאמען רציחה, נאר ער גייט פיל ווייטער.

לאמיר לייגן אין א זייט דעם קנאפן לשון לימודים פון א הויפט דיין, זיינע זיסע תורה'לעך פון ליקוטי מוהר"ן און א מעשה'לע פונעם חפץ חיים, וואס אויב מ'גלייבט עס, האט א האלבע וועלט געדארפט שטארבן. לאמיר נאר קוקן וואס ער האט צו זאגן אויפן רוצח.

זאגט ער אזוי: עס איז נישט געווען בבחירה, ער איז געווען אן אונס, און ער פארגלייכט אים צו א מאמען וואס האט בטעות דערשטיקט איר קינד ווען זי איז איינגעשלאפן ביים געבן צו זייגן. ער שרייבט דער רוצח דארף נישט קיין תשובה. אויך פארגלייכט ער דעם רוצח צו אן אמורא פון דער אגדתא פליאה אז רבה האט געשאכטן ר' זירא וואס גאר אסאך מפרשים לערנען עס נישט אפ ווי פשוט פשט. ער שעלט דעם וואס פארדאמט דעם רוצח, ער זאגט קיינער איז נישט שולדיג, און ער לייגט צו אז טאמער האט מען נאר די ריכטיגע ברילן קען מען אלעס פארשטיין. אז דאס אלעס איז נישט גענוג, ענדיגט ער צו מיט אזא עיקר־שכחתי הוספה אז ס'איז נישט בלויז לחיזוק נאר להלכה.

אינעם לעצטן וועקער איז דא אן ארטיקל אויף די סיבות פונעם זלזול און קאראנא אין אונזערע קהילות, וואו ס'ווערט אויסגערעכנט ווי איינע פון עטליכע סיבות, "די געווענליכע דיעטע פון אותות ומופתים וואס כל־מיני ארגאניזאציעס פיטערן אונז דבר יום ביומו, נעמען אונז ארויס פון גלייכגעוויכט און מיר פארלירן אונזער אחיזה אין רעאליטעט." צום באדויערן, ווייזט אזא בריוו פון א הויפט־דיין אז מיר האלטן פיל ווייטער. מיר האבן אויך פארלוירן אונזער אחיזה אין אוניווערסאלע מאראלן און אין די פשוט'סטע ווירדן פון רעכט און אומרעכט.

דאס ווייסן מיר שוין פון לאנג, אז טאמער איז מען היימיש, קען מען גנב'נען, שלאגן, געוואלדיגן און לעסטערן קינדער און ערוואקסענע און מען וועט פארטיידיגן מיט כל מיני סברות שונות ומשונות. מ'וועט צאמשטעלן געלט, דאווענען פארן רודף און שעלטן דעם אמת'ן קרבן. מיר ווייסן אויך אז פאר דער קריוודע פונעם רבי'ן מעג מען אונטערצינדן א קימפעטארין־היים, נישט באגרארבן מתים און דירעקט אונטערצינדן אפילו א לעבעדיגן מענטש פאר דער עבירה אז ער וויל דאווענען אין א באזונדערן מנין.

וואס איז רעכט און אומרעכט ביי דער וועלט גייט ביי אונז נישט אן. ביי אונז אז מען געהערט, מען איז היימיש, משלנו, מ'גייט די שמונה בגדים, מ'האלט פונעם רבי'ן, וועגט עס אלעס איבער. כמעט יעדע באוועגונג ביי אונז לעבט אויף כל מיני גניבות און ליידער פיל יחידים אויך. ס'איז מעשים בכל יום וואס מען צייגט אן אויף דעם און יענעם בי"ד ווי לוקחי שוחד. ליגן זאגן איז ביי אונז אזוי מצוי און שכיח, נישט א ווייסער ליגן, נאר גראבע פעטע שקרים, אז ס'איז א ליצנות מוחה צו זיין, "כאילו דו ביסט אן איש אמת," אדער, "גיי אויפן עולם האמת," און אונזערע אנדערע צינישע אויסשפרעכן און אוועקמאכערייען.

און איצט שטעלט זיך דאס נישט אפ אפילו ביי רציחה ממש. נישט געפרואווט, געוואלט, כמעט, נאר א מארד פשוטו כמשמעו. נישט פון עפעס א מאפיא "קוואטער" אדער א סלאָם לאַנדלאָרד, נאר פון א יונג קינד ביי דער האנט פון זיין אייגן פאטער, א מארד וואס שרייט צום הימל און שוידערט אויף יעדן וואס האט א טראפ מענטשליכקייט און געפיל, נישט קיין חילוק צי איד אדער גוי, פריי אדער פרום, רעכט אדער לינק, און דאך, לפי אונזער דיין, "אין כאן אשמה על אף אדם." איר ליינט גוט? "קיינער איז נישט שולדיג." דאס בחור'ל האט זיך אליין געהרג'עט, אליין געשטאכן, א מלאך איז געקומען, דער מלאך המות זעלבסט, וועמען איר ווילט, נאר נישט דער וואס האט געהויבן דעם מעסער און אריינגעשטאכן.

דאס איז ממש ווי די מעשה פון שמעון בן שטח (עיין תוספתא סנהדרין ח, ב). דא ליגט א קערפער פון א יונג קינד, דא ליגט א פארבלוטיגטער מעסער און דא שטייט דער וואס האט אריינגעטריבן דעם מעסער. דארט האט שמעון בן שטח גערופן דעם רוצח, "רשע", און "לא זז משם עד שנשכו נחש ומת". דא אבער איז קיינער נישט שולדיג, מען דארף ניטאמאל קיין תשובה, און די קללה פון א שלאנג איז פאר דער וואס רעדט אויפן רוצח. אז דאס איז נישט סדום זאגט מיר בחרם וואס יא.

אזוי איז עס אבער ווען א געזעלשאפט ווערט קוים ערצויגן, רעדט זיך איין אז זיי זענען די בעסטע און קענען נישט הערן אפילו א האלב ווארט קריטיק אויף זיך (אויסער איבער טעלעפאנען און שייטלען און רעדן ביי חזרת הש"ץ וכדומה). פארדארבענע מנהיגים וואס די ערגסטע געוועלטיגן דורך כוח און געוואלד און די "בעסטע" האבן גע'ירש'נט זייער שטעלע און זענען מיט שוואכע פעאיגקייטן, א געזעלשאפט וואס ווייסט נישט פון קיין דין וחשבון צו זאגן אין קיין שום פעלד, אפילו נישט ווען עטליכע מענשט זענען צעדריקט געווארן צום טויט ביי א לוויה געהאלטן שפעט ביי נאכט. א וועלט וואס האלט זיך אין איין טוישן אויף ערגער אונטער א סלאגאן פון חדש אסור מן התורה וואס פארמיידט פון פארבעסערן, און א געזעלשאפט וואס טיילט איין פאר יעדן זייערע מדרגה אין אידישקייט, נאר פארבאט זיך אליין קוקן אין שפיגל.

לאמיך קלאר מאכן: איך האב נישט קיין אינסיידער אינפארמעישן און איך ווייס נישט מער ווי אנדערע, און לכאורה ווייניגער. דאך האב איך נישט געזען קיין באריכט אז דער חשוד איז א סקיצאפרעניק וכדומה, נאר פארקערט, מען האט באריכטעט אז ער איז א מוחזק פאר געוואלד. איך בין אבער א מענטש, א פאטער, א איד, און איך געהער צו א חסיד'ישער געזעלשאפט און איך בין בארירט ווי יעדער נארמאלער מענטש. איך געדענק ווי ערשטוינט און שאקירט מען איז געווען, און בצדק, ווען לייבי קלעצקי איז דערמארדעט געווארן און אנדערע גרויזאמע פארברעכן ביי אונז, און אויך וויאזוי מיר רעאגירן ווען מען קומט אויף מיט מענטאלע תירוצים פאר די וואס באגיין אזוינע פארברעכן קעגן אונז. איז ווי גרויס איז דער גרויל און הימל־געשריי אז א דיין זאל קענען אזוי שרייבן אויף א חשוד אין א קאלט־בלוטיגן מארד פון זיין זון.

ווען דער דיין זאל טרייסטן די פאמיליע און שווייגן איבער דעם רוצח, וואלט מען אים געקענט פארשטיין. ווען ער זאל אויסווארטן ביז נאכן געריכט, וואלט ער זיכער געווען בארעכטיגט. ווען ער זאל זאגן אפאר ווערטער אז דער ראש המשפחה געפינט זיך נישט דארט און מרמז זיין איבער דער משפחה'ס קלעם, וואלט דאס אויך געווען א גלייכע זאך. נאר ער זאגט דאס אלעס נישט, לא מיניה ולא מקצתיה.

איבער דער טראגעדיע האט ער תורה'לעך נאר איבער דעם רוצח רעדט ער קלאר און גראב. קיין האלב ווארט זאגט ער נישט איבער דעם כאראקטער פונעם בחור, דעם נרצח, נאר ער ווייסט אז דער רוצח דארף ניטאמאל תשובה טון. דער וואס האט געהויבן דעם מעסער און עס אריינגעשטאכן ביי זיין זון פון פערצן יאר אלט איז ווי די אומגליקליכע מאמע וואס האט שלאפנדיגערהייט דערווארגן איר קינד. נישט מיינע ווערטער נאר פון א דיין, רבונו של עולם. פון א בי"ד וואס הייסט "הישר והטוב". פון דעם פסוק ועשית הישר והטוב לערנט מען ארויס לפנים משורת הדין, נאר דער דיין איז נישט גורס והרשיעו את הרשע - בתנאי אז ער איז משלנו.

עד לאן הגענו?

הרב שמואל דוד גרוס
ראש כולל אוהבי תורתך
אב"ד ביה"ד הישר והטוב
רב חסידי גור - אשדוד

ב"ה כ"ג ניסן תשפ"א

לכב' משפ' שיליץ הדגולים והיקרים. האב החשוב וכל בני המשפחה

בימים קשים אלו אנסה לומר מה שנראה לי על ההסתכלות במה שקרה פה שודאי לא הי' במקרה או לדבר שתלוי בבחירה, אלא מהדברים שעליהם נאמר בחז"ל בהדי כבשי דרחמנא למה לך. ועל ר"ע שסרקו בשרו במסרקות ברזל ומשה רבינו שאל ומלאכי השרת שאלו את הקב"ה זו תורה וזו שכרה. וענה לו שתוק כך עלה במחשבה לפני ומסבירים זאת שהמדרש אומר שבתחילה רצה הקב"ה לברא את עולמו במדת הדין. וזה הכוונה כך עלתה במחשבה לפני.

כתוב בתהילים צדקתך כהררי קל משפטיך תהום רבה. חסד ה' גדול כהר, אך המשפטים נעלמים מאתנו כמו תהום.

בפ' השבוע מצינו מיתת בני אהרן. ומשה רבינו אמר לאהרן הוא אשר דבר ה' בקרובי אקדש ועל פני כל העם אקדש [אכבד]. בחז"ל אומר ומביא רש"י שמשה רבינו אמר חשבתי שבי או בך עכשיו אני רואה שהם גדולים ממני וממך. והדברים לכאורה תמוהים שהרי בני אהרן חטאו שהכניסו אש זרה. אלא שיש דברים נשגבים מבינתינו גזירה מלפני שיתקדש השם בגדולים ואז נוטלים מהאדם את הבחירה. ובתו"כ שם איתא שכיון שבא מעשה לידו א[מר] משה אהרן אחי לא מתו בניך אלא על קדושת שמו של הקב"ה שנא' ונועדתי שמה לבנ"י ונקדש בכבודי, כיון שידע אהרן שבניו ידועי המקום שתק וקבל שכר על שתיקתו. מכאן אמרו כל המקבל עליו ושותק סימן יפה לו עיי"ש בהמשך. זה ברור שבניכם נשמה טהורה שבאה לעולם וסיימה את תפקידה ורצון השי"ת שנשגב מאתנו הי' שכך יקרה. הגמ' במגילה ד' ז' מספרת רבה ור"ז עבדו סעודת פורים בהדי הדדי קם רבה שחטיה לר"ז וכו' והדברים מבהילים רבה האמורא הקדוש בשעה שקיים מצות היום ולא הי' בדעתא שחט את חברו ר"ז הקדוש. ורואים שדבר זה קורה אצל אמוראים ג"כ וודאי שאין על זה עונש. ובשו"ת חת"ס חו"מ סי קפ"ג דן באשה שהמיתה את בנה כשלקחתו להניק ונרדמה עם הילד ובקומה משנתה מצאתו ל"ע מת. ופוסק שלא צריכה תשובה היות והיה באונס וחז"ל פטרו מגלות כשהמיתו באונס. ובשו"ת מהר"ם מלובלין בסי' פ"ב, פ"ג, פ"ד, פ"ה ([עמוד] 2) דן שם על מקרים של חטאים דומים באונס וגם כותב בתוך הדברים שאין עליו דין רוצח ומי שיזלזל בכבודו ויבי[י]שו עונשו יהי' מאד קשה וינשכהו נחש בלחישה ואשר יהי' מהפך בזכותו ולעזרתו חושה יזכה לראות בנחמת ירושלים עיר הקדושה.

והנה ודאי שהאב וכל המשפחה צריכים לדעת שזו היא מן השמים לקחת את הנשמה ואין כאן אשמה על אף אדם. ובליקוטי מוהר"ן מזקינכם בתורה קי"ג כותב וז"ל ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו כי שמעתי בשם הבעש"ט כי קודם גזר דין שבעולם ח"ו מאספין כל העולם אם מסכימים לדין לההוא ואף את האדם בעצמו שנגזר עליו הדין ח"ו שואלין אותו אם הוא מסכים אזי נגמר הדין ח"ו והענין עמוק מאד איך שואלין כל אדם, עכ"ל. יש להאריך בזה עוד איך שראייתינו קצרה וכמו שאדם מבוגר צריך משקפיים אחרות לקריאה ואחרות לראי' מרחוק כי אנחנו מרחוק רואים אחרת את הדברים אבל אם היינו רואים מקרוב שם בשמים הכל אחרת לטובה ובודאי נשמתו של בנכם הצדיק היתה קרבן ציבור לכלל ישראל. ומספרים על הח"ח כשנפטר עליו חתנו בצעירותו בכתה מאד הרבנית. ואמר לה הח"ח אם חתנינו לא הי' נפטר הי' צריך חצי עולם למות ל"ע והוא כיפר במיתתו עליהם. בעל הנחמות ינחם אתכם משברכם בתוך שאר אבלי ישראל ותזכו יחד עם כל כלל ישראל לראות במהרה בנחמת ציון וירושלים. ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ויקיצו וירננו כל שוכני עפר.

שמואל דוד הכהן גרוס

מה שכתבתי זה לא רק לחיזוק אלא לפסק הלכה

(הערת המעתיק: שטארקער טעקסט (באָלד) איז מיינס. ביטע לאזט מיר וויסן אז איר באמערקט א טעות און איך וועל פאררעכטן.)
ger1.jpg

Ger2.jpg
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

דער אשכול פארמאגט 59 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר