איבערהיפן-שידוכים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

איבערהיפן-שידוכים

שליחה דורך אלע צוזאמען »

א רייע מיט קינדער זענען זיי און די יארן, די עלטסטע שוין 27 נאכפאלגענדיג מיט א 24 דערנאך א 22 און די קומענדיגע ביי 18, דאס איז אחוץ די די קליינע ביי זיי און דערהיים, און קליין מיינט מען דא פון 15 אראפ.

דער קוים 18 יעריגע בחור איז אין ישיבה, שוין אינגאנצן דערפרעסט, און פארוואס זאל ער נישט זיין, לויט ווי די משפחה רוקט זיך יעצט, האט ער נישט וואס צו אנהייבן אפילו טראכטן פון א שידוך פאר זיינע חברים פון זיין כיתה האבן דריי אדער פיר קינדער, און אלעס פארוואס, ווייל ביי אונז אין אונזער היימישע קאמיוניטי, גייט מען פאר קיין געלט און די וועלט נישט סקיפן א שוועסטער/ברודער, און פארוואס גייט מען נישט, ''וועגן די גאס גייט שמועסן''.

איי די גאס שמועסט שוין יעצט אין גרויסן, דא קומט די פרישע תירוץ, ''וואס גייט די עלטערע ברודער/שוועסטער זאגן'', האסט אפילו געפרעגט פון די בלאקעדזש צו זי/ער איז מסכים, ניין, פארוואס, ווייל.....

אפשר הייבט מען אן לפּחות פרעגן פון די עלטערע געשוויסטער צו זיי זענען מסכים,אויב זיי זאגן ניין איז case closed, אבער אויב געבן זיי די גרינע ליכט, צו וואס ווארטן, צו וואס נעמען יונגע און זיי בידים פארשימלען, לאזן גרוי ווערן אויפן ישיבה באנק.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר