פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 30, 2021 12:39 am

נאך א מיינונג האט געשריבן:א מענטש וואס שטעלט זיך פאר אלס מחנך, מוז וויסן אז די אחריות איז זיינס, נישט דער מחונך. ווען דער בחור דארף נישט קיין חינוך, בלייבסטו אן אומגעלונגענער שוסטער.

גערעכט.
רב ווייס,זעט אויס, האלט אויך אזוי
און ער נעמט זיין אחריות זייער ערענסט -
ווען נישט רעדט ער נישט!

ער קען נישט לאזן דער בחור אויפוואקסען אן אימציוועלזירעט מוסף-ברימער קאווע-גיסער
פאר דעם האט ער געגעבן אזא שארפע דרשה
זאל דער בחור הערן זייער קלאר "דיינע מעשים האבן קאנסעקווענסען"!!! רעדט דיך נישט אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, דו וועסט פליען פין דא! וכו'


בלייבט איבער צו זען, צו ס'האט אויפגעטון אדער ח"ו פארקערט




איך שרייב לויט די צד אז דאס איז געווען אויסגערעכענט און נישט קיין ווילדע אויסברעך וואס האט אים אנגעכאפט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3029
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

הודעהדורך נאך א מיינונג » זונטאג מאי 30, 2021 7:00 am

כאילו ביי איינעם איז עס נאך א ספק צו די זאכן טון אויף בכלל......

דער ווייס האט געזאגט פונקט וואס ער מיינט, עס איז נישט דא קיין שום סבה צו טראכטן אז ער מיינט עפעס אנדערש. איך וויל נישט אזא ישיבה, נאר ווען די שוואכער ווייסן גוט ווי שוואך זיי זענן, און זיצן איינגעלייגט אויסרופענדיג ווי שוואך זיי זענן, און זיי דאנקן מיר פארן אריין נעמן אין ישיבה.

אזא איינער מעג ניטאמאל זיין א קעכער אין ישיבה. ער מעג זיין דער שלאק שאמעס פון דער קעכער, טאמער די הנהלה האלט אויף אים א שטארקן אויג
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג מאי 30, 2021 12:01 pm

א פריוואטע ישיבה איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער.
די חילוק איז נאר אז אנשטאט צו מאכן געלט און דערנאך עס איינקעשן אויף תאוות הששרה, גייען די ראשי ישיבה גלייך צום שררה.
יעצט, כדי אז ס'זאל זיך קענען אויסהאלטן ברויך מען האבן די גבירים וואס זאלן אהינשיקן די תכשיטים זייערע, דאס וועט נאר געשען אויב די ישיבה הייסט א ישיבה למצויינים, דארף מען קודם אריין נעמען גוטע בחורים פון ארימע שטובער אלס אן אינוועסטמענט פאר די בעלי כסף וואס וועלן דערנאך שיקן זייערע תכשיטים פאר פראטעקציע געלט, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען ס'קומט אריין צופיל געלט אויפן חשבון פון שררה (א ראש ישיבה פאר שוואכע בחורים איז שוואכע שררה).
דאס באדערט שטארק פארן ראש ישיבה און ער איז דאס מודיע למען זיכוי הרבים, ס'האט מיר נישט אויסגעזען ווי דער ראש ישיבה האט געטראכט פון שויתי ה' לנגדי די לעצטערע תקופה.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 30, 2021 1:11 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:א פריוואטע ישיבה איז [טייל מאל] א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער.
אנשטאט צו מאכן געלט און דערנאך עס איינקעשן אויף תאוות הששרה, גייען [טייל פין] די ראשי ישיבה גלייך צום שררה.

האט טאקע זיין ישיבה געליטן פון אן אימעדש פראבלעם?!
האט צופיל פין די "בעלי כסף תכשיטים", ווי דו רופסט זיי?!
האט זיין ישיבה עפעס פארלוירן די גלאנץ אויפן גאס?!
אדער האט מען זיך נאך אלץ געריסן אריינצוגיין דארט?
א יעדע קריים דארף האבן א מאטיוו

איך האב גראדע הנאה געהאט ווען נאך וואס ער האט געפליקט די "פרעסערס" האט ער צוגעלייגט אז דאס איז נישט פארבינדן מיט די שטיבער און מען זעט אסאך מאל פון מער פארגרעבטע שטיבער זאלן ארויסקומען איידעלע בחורים. - אויך האט ער קיינמאל נישט קאמפלעינט אין זיין rant וועגן בחורים מיט שוואכע כשרונות.

אין אנדערע ווערטער, בחור אויב ביסטו שוואך - ליין פארגרעבט - איז דאס ווייל דו, יא דו אליין, האסט אזוי בוחר געווען, און ס'האט נישט מיט דיין שטוב אדער מיט סיסטעם וכו' .
ס'ליגט אין דיינע הענט צו מאכן א יו-טוירן (די ליין האט מיך געשטופט צו קלערן אפשר איז ער דא פאר א מישען, און איז נישט א אומשולדיגער אויסברוך)

ס'איז ליידער דא זייער אסאך אדאלטס וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט עלאנג-די-וועי אז זיי זענען ריספאנסעבעל פאר זייערע מעשים.
אז דו גיסט אויס, וויש זיי מוחל אויף!!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3029
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

הודעהדורך גיב א שמייכעל » זונטאג מאי 30, 2021 4:37 pm

זיינע תלמידים ווייסען צו זאגען אז ער רעדט אלס אזוי, און נאך אלטס רייסט מען זיך אריין צו גיין אין זיין ישיבה.
נישט און אלע ישיבות רעדט די סטעף אזוי וואלגאריש און גראב, אבער ווען א מגי"ש/משגיח רעדט אזוי וועלן די בחורים רובא דרובא מאל עס גלייכען אז ער רעדט זייער שפראך, און זאגט וואס ער האט צו זאגן און א גוטן פורים... אנע פשטליך און רמזים.
זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

הודעהדורך גיב א שמייכעל » זונטאג מאי 30, 2021 4:51 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
גיב א שמייכעל האט געשריבן:
Lesser האט געשריבן:איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.

וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?

ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...

ער איז שוין היפש לאנג א ראש ישיבה, פארדעם איז ער געווען מנהל ביי ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל אין אור ישראל, נאך ר' אליעזר'ס פטירה איז פארגעקומען א רייבעריי צווישען איהם און ר' אליעזר'ס אלמנה, דאכצעך זי האט געטענה'ט אז ער וויל איבערנעמען די ישיבה מיט די בינינים, דאן איז ער ארויס (געפלויגן...) פון דארט און געפענט זיין אייגענע ישיבה.

פון ווען? ווען ער איז נאך געווען אין פעמפערס...?!

ער איז געווען אין אור ישראל פאר צוויי-דריי יאר
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג מאי 30, 2021 5:02 pm

גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.

ר' אליעזר איז אינגאנצן נישט געווען געמאכט פון די סחורה. ס'נישטא וואס צו פארגלייכן ציווישן די צוויי. די ראש ישיבה קען זיין א חלק פון די בחורים אן די גאנצע וואלגאריע וואס קומט נישט אריין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1886 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » זונטאג מאי 30, 2021 5:11 pm

ער איז א וואלגארער פערזאן.

און וויי פאר אונזער דור אז ער איז פון די מחנכים פון אונזערע קינדער.


פני הכלב כפני הדור.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 457
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 30, 2021 5:18 pm

אוהב ספרים: שטיין שטייט אין די גמ' (מס' סוטה) פארקערט. ..."פני הדור כפני הכלב"...! ס'הייסט אז בעיקבתא דמשיחא וועט דער פיהרער פונ'ם דור האבן א פנים ווי א כלב...!

אבער לויט דיר. דו מאכסט דעם כלב האבן א שיין פנים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 20349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11691 מאל

הודעהדורך גיב א שמייכעל » זונטאג מאי 30, 2021 5:21 pm

קורקלענד האט געשריבן:
גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.

ר' אליעזר איז אינגאנצן נישט געווען געמאכט פון די סחורה. ס'נישטא וואס צו פארגלייכן ציווישן די צוויי. די ראש ישיבה קען זיין א חלק פון די בחורים אן די גאנצע וואלגאריע וואס קומט נישט אריין.

כ'האב זיי נישט געמיינט צו פארגלייכען. כ'האב געוואלט ארויסברענגען אז ר' אליעזר האט אריין געברענגט די סטייל פון אזוינע ישיבות.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 30, 2021 6:29 pm

גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיינע תלמידים ווייסען צו זאגען אז ער רעדט אלס אזוי, און נאך אלטס רייסט מען זיך אריין צו גיין אין זיין ישיבה.
נישט און אלע ישיבות רעדט די סטעף אזוי וואלגאריש און גראב, אבער ווען א מגי"ש/משגיח רעדט אזוי וועלן די בחורים רובא דרובא מאל עס גלייכען אז ער רעדט זייער שפראך, און זאגט וואס ער האט צו זאגן און א גוטן פורים... אנע פשטליך און רמזים.
זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.

איך האב דאס סוספעקטעט...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3029
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג מאי 31, 2021 12:47 pm

איך האב געהאט א מנהל וואס האט געקענט רעדן אזוי אדער סאך ערגער, און זיינע דרשות איז נישט געווען 20 מינוט סהאט געקענט נעמען פאר צוויי שעה, ער האט גערעדט פאר פייער און פאר וואסער, שטותים און לאקשן און מ'האט אפילו נישט געקענט ארויס גיין אין בית כסא ווייל ער האט געקענט מאכן קאמענטס אינמיטן די דרשה אויף די בחור וואס איז ארויס, ער איז געפלויגן צום סוף אבער לאו דווקא וועגן זיינע דרשות.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 4468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 31, 2021 4:51 pm

און קוק וואו אזוי דו ביסט אויפגעוואקסען
איין שטיק ת-ר-מ-ב!!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3029
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יוני 01, 2021 2:03 pm

סאיז א טשעפע אדער א קאמפלימענט?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 4468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » דינסטאג יוני 01, 2021 11:43 pm

אויף וויפיל איך ווייס, ווערן די לשונות גענוצט. נישט איבעראל, אבער ס'זענען דא ישיבות וואו משגיחים קענען אזוי רעדן.

היינט גיבט מען שוין מער אכטונג, נאך וואס אלעס קען ווערן אויפגעכאפט, אמאל איז דאס געווען מער, אבער נישט אפט. אמאל זענען אויך געווען ישיבות וואו מען האט געקענט פיזיש שלאגן (און ס'האט שוין ארויסגעליעקט א רעקארדירונג וואו מען זעט אזאנס, און ס'האט טאקע אנגעמאכט א רעש אין די גוי'אישע גאס), דאס איז אויך נישט געווען אפט, אבער היינט פאסירט דאס ווייניגער.

מען דארף היינט אכטונג געבן.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך Samkoton » פרייטאג יוני 04, 2021 12:30 am

איז נישט זיין ישיבה אין בארא פארק?
וואס רעדט ער וועגן פארפאסן א באס?
Samkoton
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג יוני 04, 2021 12:47 am

Samkoton האט געשריבן:איז נישט זיין ישיבה אין בארא פארק?
וואס רעדט ער וועגן פארפאסן א באס?

זיין ישיבה גדולה איז אין בייסוואטער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1886 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » זונטאג יוני 06, 2021 7:00 pm

הקטן האט געשריבן:
אמת וצדק האט געשריבן: ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?

דער סארט שוואכע בחור פין וועם ער רעדט, פילט זיך בכלל נישט געקלאפט נאך אזא דרשה, די אלע זאכן ליגט ביים בחור אין האנט, און קען אויך מחליט זיין צי נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זיין הנהגה און ביהעווען ביז סוף זמן (באצלן די קנס) כדי נישט צי דארפן פאקען פעק און פליען פין דארט.

ב"ש. ווען זיין בעל בית ווייזט אים די מיטעלסטע פינגער, אלעס איז די שמאל דוחה און נישט די ימין מקרבת פארוואס אין די וועלט זאל ער וועלן זיין גוט? פארוואס אין די וועלט זאל ער זיך וועלן צושטעלן? מ'האט דאך אים ממילא אפגעזיגלט, ווייל אים ציט נישט לערנען וועגן כל דאלים גבר און טופח על מנת להטפיח 9 שעה א טאג יא טאקע ווייל ער איז נישט קיין מצוין. און אים ציט צו מוזיק מער ווי דאווענען און לערנען. איז ער יעצט א גארנישט? איינער האט ליב קארס, איינער האט ליב עסן, איינער האט ליב צו ליינען היסטאריע ביכער, און איינער האט ליב צו לערנען, ווער האט אפגעמאכט אז די אלע זאכן מוזן זיך צאמקומען אין די זעלבע מענטש?

איך הער נישט בערי וועבער רעדן אזוי צו זיינע בחורים און עפעס ער האט נישט קיין שונאים (ווי ווייט איך ווייס) "נאר" אין די ישיבות ווי ס'הערשט אזא דזשאזשמענט און בייעס קעגן עניוואן וואס פיט נישט די מאלד ווי מ'זאגט קוקט אזוי אויס...

דו הערסט טאקע נישט די העיט אויפן אזויגערופענעם שוואכן בחור דא? אוודאי אין נאמען פון חינוך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סאנטיאגא אום זונטאג יוני 06, 2021 7:46 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
Rich people believe: I create my life. Poor people believe: life happens to me

T. Harv Eker —
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 435
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » זונטאג יוני 06, 2021 7:12 pm

הקטן האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה געהאט ווען נאך וואס ער האט געפליקט די "פרעסערס" האט ער צוגעלייגט אז דאס איז נישט פארבינדן מיט די שטיבער און מען זעט אסאך מאל פון מער פארגרעבטע שטיבער זאלן ארויסקומען איידעלע בחורים. - אויך האט ער קיינמאל נישט קאמפלעינט אין זיין rant וועגן בחורים מיט שוואכע כשרונות.

אין אנדערע ווערטער, בחור אויב ביסטו שוואך - ליין פארגרעבט - איז דאס ווייל דו, יא דו אליין, האסט אזוי בוחר געווען, און ס'האט נישט מיט דיין שטוב אדער מיט סיסטעם וכו' .
ס'ליגט אין דיינע הענט צו מאכן א יו-טוירן (די ליין האט מיך געשטופט צו קלערן אפשר איז ער דא פאר א מישען, און איז נישט א אומשולדיגער אויסברוך)

ס'איז ליידער דא זייער אסאך אדאלטס וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט עלאנג-די-וועי אז זיי זענען ריספאנסעבעל פאר זייערע מעשים.
אז דו גיסט אויס, וויש זיי מוחל אויף!!!

ביטע דעפיין די vague טערמינען פרעסער, און פארגרעבט.

לתועלת הרבים המשתתפים בשיחות חברים של האשכול
Rich people believe: I create my life. Poor people believe: life happens to me

T. Harv Eker —
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 435
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » זונטאג יוני 06, 2021 7:32 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:ער איז א וואלגארער פערזאן.

און וויי פאר אונזער דור אז ער איז פון די מחנכים פון אונזערע קינדער.


פני הכלב כפני הדור.

אזוי ווי א רב דארף שוין נישט היינט קיין סמיכה אדער כאטש וואלן - אלעס וואס ער דארף איז א לאט און א אייגענע שטעטל - דארף א ראש ישיבה נישט דורכגיין קיין שום פארהער, קיין שום scrutiny זיך צו דערקלערן מחנך. זירא!

דאס איז ליידער די מציאות אין כמה וכמה תחומים, סיי אין ביזנעס און סיי אין אקעדעמיע. ס'איז נישט דא ביי חסידים קיין שום סדר קיין שום דעגרי אז דו ביזט בכלל פעהיג צו דעם פאסטן, א שטייגער ווי YU וכו ס'איז אפגעריסן און צופלויגן... די מער איך טראכט אריין דערין נישט די קאריקילום און נישט די authority טויגט. ס'איז עפעס אזוי נישט valid

ער שטופט אפאר יאר ביי דעם ראש ישיבה, ביי יענע מתיבתא ערגעצוואו קלעבן זיך צו אפאר הייסע פענס פון משנים קדמוניות... ממממידעך זיין אז ער ווייסט וואס ער טוט... און ויהי היום: ער איז אליינס קאפעליטש מאכער! פארוואס? פארווען? וואס ביזטו? ווער ביזטו? איך קען זיי מוחל ליינען דיין רעזומעי? אין דיין אפיס הענגט עפעס א דיפלאומע פון עפעס א institution? האסט אמאל געשריבן א בוק אויף די נושא וואס דו האלסט אז די ספעציאליזירסט דאך אזוי? @חסיד פון ליטא זאגט דאך אז ישיבה איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע אנדערע ביזנעס. נא? כ'פרוביר עס אנצוקוקן ווי איינס, און סא-פאר פעלן זייער אסאך וויכטיגע עלעמענטן. פארגעס פון א בוק. האסט ריוויאס אויף יעלפ? ווייסט עמיצער דא פון א BBB.org פאר חסידישע ישיבות? האסט טעסטימאניעלס פון alumni's? כ'קען אפשר גיין צו דיין וועבסייט און ליינען דיין קאריקילום פלאן? וואס איז די סדר? וואס טוט מען אויף דארט א יאר? א זמן? וויפיל דרשנים פלאנט מען אראפצוברענגען אין די צייט פון סדר? נישט ווייל איך קעיר, איך בין פשוט נייגעריג צו "דו" קענסט דיין אייגענע קאריקילום, מהלך החינוך, סטראטעגיעס, און מעטאדן אויפציציען דאס וואס דו שרייסט אז דו ווייסט בעסער ווי מיר... איך דארף נישט קיין פענסי זאכן. פען און פעיפער! סימפל. פארוואס איז דאס נישט בנמצא? ווייל ס'איז בושות צו שרייבן? אדער ווייל דו אליין ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און דיינע מיטלען טוישן זיך יעדע פאר חדשים?.... פארוואס איז דאס א סוד פון חדר אדער 'אין' חדר?

און מ'קען אזוי גיין צו יעדע שטאפל פון מארקעטינג. האסט אמאל אויפגעטרעטן אויף א פאדקעסט? האסט סאושל מידיע, איך קען קוקן יוטוב קליפס פון דיינע געדאנקען אין חינוך? דיינע שיטות אין אנדערע דרויסנדיגע טעמעס? פארוואס איז אלעס אזוי פנימי בין כותלי הבית מדרש? לאמיר הערן וואס דו פארקויפסט? וואס איז דיין קרעדיביליטי אין דעם פעלד פאר א גוט יאר?

ס'איז איראניש, ווען מ'גייט צו א דענטיסט און מ'באטראכט די גאנצע וואנט פון פרסים, פילט מען זיך אין גוטע הענט, אבער פאר די אייגענע קינדער צאלט מען שווערע אלפים פאר א מענטש מיט זיין סטעף זאלן אויפהאדעווען און ערציען אונזערע טייערע קינדער אן די מינדענסטע השגה וואס דער מענטש איז און פון ווי ער האט זיך געלערנט די פאך... וואס הייסט? איך האב דאך עקספיריענס! וויאזוי האט טראמפ געזאגט אויף הילערי? She has experience, but it's bad experience

כ'גלייך נישט שטארק טראמפ אבער ס'איז א גוט ווארט.
Rich people believe: I create my life. Poor people believe: life happens to me

T. Harv Eker —
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 435
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 07, 2021 2:25 am

טאקע א פראבלעם, אבער דאס איז נישט די ראשי ישיבות פראבלעם, די קשיא איז אויפ'ן טאטען, פארוואס שיקט ער אין אזא ישיבה?, פארוואס ווייסט ער נישט וואס די מעלות און חסרונות פון די מחנך צו וועם ער שיקט זיין זון איז?
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 07, 2021 5:54 am

סאנטיאגא האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה געהאט ווען נאך וואס ער האט געפליקט די "פרעסערס" האט ער צוגעלייגט אז דאס איז נישט פארבינדן מיט די שטיבער און מען זעט אסאך מאל פון מער פארגרעבטע שטיבער זאלן ארויסקומען איידעלע בחורים. - אויך האט ער קיינמאל נישט קאמפלעינט אין זיין rant וועגן בחורים מיט שוואכע כשרונות.

אין אנדערע ווערטער, בחור אויב ביסטו שוואך - ליין פארגרעבט - איז דאס ווייל דו, יא דו אליין, האסט אזוי בוחר געווען, און ס'האט נישט מיט דיין שטוב אדער מיט סיסטעם וכו' .
ס'ליגט אין דיינע הענט צו מאכן א יו-טוירן (די ליין האט מיך געשטופט צו קלערן אפשר איז ער דא פאר א מישען, און איז נישט א אומשולדיגער אויסברוך)

ס'איז ליידער דא זייער אסאך אדאלטס וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט עלאנג-די-וועי אז זיי זענען ריספאנסעבעל פאר זייערע מעשים.
אז דו גיסט אויס, וויש זיי מוחל אויף!!!

ביטע דעפיין די vague טערמינען פרעסער, און פארגרעבט.
לתועלת הרבים המשתתפים בשיחות חברים של האשכול

גלייבט מיר די בחרים ווייסן שוין איינמאל וואס דאס מיינט
ס'מיינט נישט דעם בחור וואס מיטשעט זיך פארשטיין א מהרש"א

אין-איטש-קעס איך האב געניצט די לינגא וואס דער ראש ישיבה האט געניצט (אפשר מיינט ער דער וואס קויפט אין רעסטעראנט די VIP טשאלענט)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3029
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 09, 2021 4:25 am

הקטן: איך האלט אויך אז זיין ..."שמועס"... איז נישט געווען כולו רע. דער תוכן איז גאנץ גוט געווען. די קשיא איז נאר אויף די לשונות וואס ער האט גענוצט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 20349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11691 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יוני 09, 2021 7:01 am

berlbalaguleh האט געשריבן:הקטן: איך האלט אויך אז זיין ..."שמועס"... איז נישט געווען כולו רע. דער תוכן איז גאנץ גוט געווען. די קשיא איז נאר אויף די לשונות וואס ער האט גענוצט...!

די "לשונות" איז די "שמועס"


איך דיפענד נישט זיין שמיעס איך וואלט ווען נישט געוואלט מיין זין זאל אויפוואקסען מיט אזאלעכע "שמיסען" (מכח כמה טעמים)
די לשונות דינט לכורה פאר shock effect און ס'ווערט פארשטאנען אזוי
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3029
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מיטוואך יוני 09, 2021 11:16 pm

איך האב לעצטענס געזען מיט מיין ווייב Borat און אונז האב מיר אויסגעהערט די ראש ישיבה'ס דרשה היינט. מ'קען רואיג טוישען רב משה ווייס'ס נאמען צו משה בארעט (Borat).

בארעט לויפט ארום אמעריקא, ער ריפט די שווארצע מיט די שם גנאי niggers און די אמעריקאנער עפענען זיך אויף פאר אים און די פינסטער און שאקלען צו דערצו. אדער זינגט ער kill all the Jews און די חברה זינגען מיט. די עולם שטעלט זיך נישט אפ פאר א רגע אן שרייט, געוואלד. וואס האט ער יעצט געזאגט?

די משה ווייס רעדט צו זיינע בחורים ווי בארעט, ער רופט זיי מיט מיעסע ווערטער און די עולם גולם שאקעלט צו מיט די קעפ. כאילו ס'איז אפשר דא א פלאנעט ווי א מחנך קען אזוי רעדן. איך בין דורך דריי ישיבות, איך האב קיינמאל נישט געהערט פרעכע ווערטער פון די ראשי ישיבות. און אוודאי נישט אזוינע גענגסטע רייד.

https://youtu.be/0_lxIyWTmKA

זעמיר בלינד ווי די אמעריקאנער אויף בארעט, אדער שפילט רב משה ווייס/בארעט א טריק אויף אונז.

אפגערעדט ווי ער טעראזירט די אינגע בחורליך פאר זיך מאכן די פיאות אדער עסען הערינג מיט קיכלעך אדער טשולענט. וואס וויל ער פון די צארטע קינדער. זיי זאלען ווערן ראבאטען? ער באלאנגט נישט און חינוך. וזהו.

סתם אזוי האב מיר געשמועסט ערענסט גערעדט צו אונז וואלט מיר נישט געציטערט פאר אונזער'ס א טאכטער אדער אייניקעל וואס דארף נעמען א חתן איינער, א בחור, וואס האט זיך געווייקט אסאך יארן אינטער אזא השפעה. ס'איז אזוי damaging און אירע "מאמע השגות" אז זי טענה'עט אז ס'איז א גרויסע חסרון פאר א פראספעקטיוו שידוך פון אזא long term חינוך/שפראך.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט