די עכטע דעבאטע צווישן די לינקע און די רעכטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3330 מאל

די עכטע דעבאטע צווישן די לינקע און די רעכטע

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דאס מערסט-פאפולערסטע פארעם פון א רעגירונג, איז היסטאריש אלעמאל געווען א מאנארכיע. דאס פאלק האט איינמאל אויפגענומען אויף זיך א קעניג, איז פון דאן אן איז די קעניגרייך אריבערגעגאנגען פון טאטן צו זון. צומאל האט זיך דער קעניג זעלבסט דעקלערט אלס קעניג, דורך א קריג אדער א רעוועלוציע, אד''ג. ווי אזוי ס'זאל נארנישט זיין, דער קעניג איז דאס אויסשליסליכטער געוועלטיגער אין לאנד, און אלעס אין לאנד – די מענטשן אינאיינעם מיט זייער פארמעגנס, אלעס, אלעס, געהערט פאר אים און בלויז פאר אים, און ער קען טאן דערמיט וואס אים געפעלט. דאס באדייט אז יעדער איז א קנעכט פארן קעניג, און קיינער געניסט נישט פון קיין שום פרייהייט, און אח און וויי איז ווען מ'פאלט אריין מיט א בייזער קייזער...

אין רוים איז עס געווען עטוואס אנדערש. דארט האט עקזעסטירט א סענאט (אין די גמרא ווערן זיי אנגערופן זקני רומי), און די סענאטארן זענען אריינגעוועלט געווארן דורכן פאלק. און זיי האבן אויסגעקליבן א קייזער וועלכער זאל רעגירן אויפן לאנד. אין א פאל ווען דער סענאט האט פארלוירן זייער ציטרוי אינעם קייזער, האט מען אים אראפגעווארפן פון טראן, און אויפגענומען א נייער קייזער. אזוי ארום האט דאס פאלק געהאט א ווארט איבער זייער רעגירונג, אבער נישט אינגאנצן, ווארים די סענעטארן האבן געפאסט דאס באשלוס ווער דער קייזער זאל זיין, און זיי דאס אלגעמיינער פאלק, האבן נישט געהאט קיין שום ווארט אינעם פּראָצעדור צו באשטומען ווער זייער קייזער זאל זיין... די דאזיגע סיסטעם ווערט אנגערופן א רעפובליק - דאס פאלק רעגירט אויף זיך דורך זייערע אייגענע ערוועלטע פארשטייער.

אין יאר תקל''ו ( אין די זעלבע צייט וואס דער הייליגער תניא האט זיך באשעפטיגט צו פארשפרייטן חסידות אין די ליטא) האבן די דרייצן קאלאניעס פון אמעריקע זיך דעקלערט אומאָפּהענגיג פון די בריטישע אימפערע. און נאך לאנגע העפטיגע און פארצויגענע שלאכטן, איז זיי ענדליך באוויזן צו פארטרייבן די ענגלענער פון גאנץ צפון אמעריקע, אצינד זענען זיי שוין געווען גענצליך פריי פון טיראני. אבער וואס טיט זיך מיט א רעגירונג? מ'קען דאך נישט אנגיין אן קיין רעגירונג... דערפאר אין יאר תקמ''ז ( אין די צייט וואס אין פוילן און אין גאליציע איז כלל ישראל געזעצן אין א טיפע טרויער איבער דאס הסתלקות פונעם הייליגער רבי אלימלך פון ליזשענסק זי''ע) האבן זיך ארויסגעלאזט פארשטייער פון איבער אלע קאלאניעס קיין פילאדעלפיע, מיטן ציל צו פארמירן א שטאנדהאפטיגע און דויערהאפטיגע רעגירונג פאר די פאראייניגטע שטאטן.

פון דאס פערשקע-שטאט דזשאָרדזשע, פון די הויכן פון די קאראליינעס, פון שטאט וועלכע איז דאס מיטער פון פרעזידענטן, ווירדזשיניע - (אכט פרעזידענטן זענען געבוירן אין ווירדזשיניע, אריינגערעכענט די צוויי מערסט- פּראָמינענטסטע, זשארש וואשינגטאן און טאמעס זשעפערסאן, דערפאר ווערט ווירדזשיניע אנגערופן די מאמע פון די פרעזידענטן.) פון די הערליכע ניו ענגלאַנד, פון די רוישיגער ניו יארק, און איר דערנעבערדיגער ניו זשערסי, האבן זיך געשלענגעלט מייעעסטעטישע פיאקערן איינגעשפאנט צו ריטערישע פערד, וועלכע האבן געפירט די הויכגעשעצטע פארשטייער צו די הייסע פילאדעלפיע, וואו זיי האבן געהאפט אויפצוטאן גאר גרויסע זאכן...

די פארשטייער האבן זיך אבער זייער געפלאגט, ווארים א טייל פארשטייער זענען געווען קאנסטערטיוו געשטומט, און א טייל זענען געווען ליבעראל געשטומט.
דער ראדיקאלער קאנסטערטיוו רעכטער, איז אויסגעשפראכן קעגן סיי-וועלכער סארט רעגירונג, ער וויל זיין גענצליכער פרייהייט. ער פארליידט נישט ווען עמיצער טיילט אים אן וואס יא אדער נישט צו טאן. ער וויל נישט צאלן קייין שטייערן, און ער איז נישט אינטערעסירט צו געניסן פון די רעגירונג מיט קיין אפגעריבענער גרייצער – נעם נישט פון מיר מיין פעיראל טעקס און גיב מיר נישט קיין פוד-סטעמס. דאס ווערט אנגערופן אַנאַרכיע.
דער ראדיקאלער ליבעראל זאגט ניין! אלעס די רעגירונג! יעדער איז גלייך ארים און רייך, אלעס זאל זיין פריי! פרייע געזונטהייט דעקונג, פרייע הייזער, פרייע ערציאונג, די רעגירונג זאל זיך זארגן און קאנטראלירן אירע בירגער פון דאס וויגל ביז צום טויט -קאסטן. ווי אזוי איז דאס פינאנציאל מעגליך? נעמליך, יעדער ארבייט, און זיין גאנצע געלט גייט פאר די רעגירונג, און אויסטויש זארגט זיך די רעגירונג פאר אלע זיינע באדערפענישן. דאס ווערט אנגערופן מארקסיזם, און דאס האט נאך קייינעם נישט גליקליך געמאכט אין לעבן...
אייגנטליך, וואס טוען אנדערע נארמאלע לענדער? זיי האבן א דעמאקראטישער רעגירונג... און אלעס גייט צו ווי אזוי דאס פאלק וויל. דעמאקראטיע איז א צוזאם שטעל פון צוויי די פאלגענדע צוויי גריכישע ווערטער: דעמאס – די מענטשן. קראטיען – צו רעגירן. אין א דעמקראטישער סיסטעם באלאנסירט זיך די רעגירונג צווישן לינק און רעכט, צווישן קאנטערסיוו און ליבעראל, לויט דאס ווילן פון דאס מערהייט פון פאלק.

אצינד איז אזוי: אלע פארשטייער האבן געגלייבט אין פרייהייט, זיי האבן געהאלטן אז פרייהייט איז געגעבן געווארן פאר א מענטש פון ג-ט, און קיינער קען דאס נישט אוועק נעמען פון אים.
אויב ס'וועט הערשן א טאטאלע אַנאַרכיע, און יעדער קען טאן וואס זיין הארץ באגערט, אריינגערעכנט מענטשן מיט בייזע געדאנקן, וועלן די בירגער זיין געצווינגן זיך זעלבסט צו באוואפענען, און נאכאנד שטיין אויף די וואך נישט אטאקירט צו ווערן פון קיין בי. על. עם. און אנטיפא באנדעס, און דאס איז זיכער נישט דאס פרייהייט אונטער סיי-וועלכער דענקענדער פארשוין וויל לעבן. עס מוז עקזעסטירן עטוואס רעגירונג און געזעץ, אז מיר זאלן קענען לעבן אין ווירקליך אין די לאנד פון די פרייע און היים פון די בראווע... די אלטע גריכישע פילאזאפן האבן שוין דעקלערט: אן קיין געזעץ און ארדענונג איז נישט פארהאן קיין פרייהייט". דאקעגן, איינשטעלן א טאטאלע מארקסיסטישע רעגירונג, איז דאס דאך קאפויער פון פרייהייט, איז דאך שוין באלד בעסער געווען דאס ענגלישער מאנארכישער רעגירונג.
און טאקע וועגן דעם ווייל אלע פארשטייער האבן אזוי שטארק געגלייבט אין פרייהייט, האבן זיי געהאט א פראבלעם מיט א דעמאקראטישער רעגירונג אויך. נעמליך, אין א דעמאקראטיע אויב דאס מערהייט וויל, האבן זיי די מעגליכקייט אוועקנעמען דאס פרייהייט פון דאס מינדהייט, ווארים זיי זענען דאך דאס מערהייט.

נאך לאנגע העפטיגע דעבאטעס, האבן זיי באשלאסן אויפצושטעלן א רעפובליק, עטוואס ענדליך צו וואס די רוימישע אימפעריע האט פארמאגט.
זיי האבן אוועק געשטעלט דריי רעגירונג אפטיילן, און גענוי אראפגעשריבן ווי אזוי זיי זאלן פונקציאָנירן. דאס איז די היינטיגע קאנסטעטוציע.
די לעגיסלאטער פליגל מאכן די געזעצן. די עקזעטיוו פליגל אינפארסירט דאס געזעץ, און פירט דאס לאנד. די דזשודישאַל פליגל וואס טייטש די קאנסטעטוציע, און מאכט זיכער אז יעדע געזעץ פון לעגיסלאטער פליגל, אדער אקט פון די עקזעטיוו פליגל, איז אין איינקלאנג מיט די קאנסטעטוציע.

די קאנסטאטוציע פארזיכערט דאס פרייהייט פון אלע בירגער גלייך! עקאנאמישע פרייהייט, רעליגעזע פרייהייט, פרייהייט צו טראגן וואפן, פרייהייט צו רעדן, פרייהייט זיך צו פארזאמלען פרידליך, און נאך! די מאכט פון די פעדעראלע רעגירונג איז שטארק באגרעניצט געווארן צו בלויז וואס ס'איז פארגעשריבן אין די קאנסטעטוציע, און גארנישט מער!
אלעקסאנדער העמילטאָן און זשעמס מעדיסאן, האבן ערשט אפילו נישט געוואלט צולייגן צו די קאנסטאטוציע די רעכטן פון די בירגער, זיי האבן ארגומענטירט אז ס'פעלט זיך אינגאנצן נישט אויס! די בירגער זענען אין יעדנספאל פארזיכערט מיט זייערע רעכטן און פרייהייטן, ווייל די רעכטן פון די פעדעראלער רעגירונג, זענען אויסשליסליך באגרעניצט צו בלויז וואס ס'איז פארגעשריבן אין די ערשטע דריי פאראגראפן פון די קאנסטאטוציע! אבער פאר די רעפובליקאנער אין שפיץ פון טאמעס זשעפערסאן איז דאס נישט גענוג געווען! זיי האבן אויסשליסליך געפאדערט אז די ציווילע רעכטן פון די בירגער, זאלן זיין דייטליך ארויסגעשריבן אין די קאנסטאטוציע! ביי די ענדע האבן די זשעפערסאניסטן טאקע געזיגט, און די ביל אוו רייטס וועלכע פארזיכערט די רעכטן פון די בירגער, איז צוגעשטעלט געווארן צו די עקזעסטירענדע קאנסטאטוציע!

די היינטיגע דעמאקראטן זענען מער מארקסיסטיש געשטומט, און זיי וואלט ווען גע'פגר'עט אז דאס לאנד זאל זיין א דעמאקראטיע, ווארים אויב זיי זענען אין די מערהייט, וואלטן זיין ווען געהאט די מאכט צו פארוואנדלן אמעריקע צו סאוויעט שטאטן, בנשיאות שבת אחים און בערל סאנדער. איר וועט אלעמאל הערן פון זיי... אונזער דעמאקראטיע איז אין געפאר.... בלא בלא בלא... מיר זענען נישט קיין דעמאקראטיע... מיר זענען א רעפובליק, א לאנד געבויעט אויף געזעץ. איר וועט נישט געפונען קיינמאל די ווארט דעמאקראטיע אין די קאנסטעטוציע אדער אין די דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיקייט.
און בלויז א דאנק די קאנסטעטוציע וואס קען אויף קיין פאל נישט גענדערט ווערן, (סיידן מיט צוויי דריטל פון קאנגרעס, וואס קען כמעט נישט פאסירן) זענען אונזערע רעכטען און פרייהייטן פארזיכערט, האפנטליך אויף שטענדיג, און אפגעזען פון די אויפרעגונג פון די מארקסיסטן, סאציאליסטן, וואס רופן זיך היינט דעמאקראטן...

ווען בענזשעמין פרעקלין איז ארויסגעקומען פונעם זאל אין פילאדעלפיע, דאס ארט וואו די ערשטע טאטעס האבן געשריבן די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן, האט מען אים געפרעגט: הער בענזשעמין, וואס פאר א סארט רעגירונג האט איר דארטן אינערווייניג פארמירט פאר אונז? האט ער גענטפערט: א רעפובליק! אבער בלויז אויב איר וועט דאס קענען אנהאלטן.[/justify]
רעאגיר