גרויס אנטוישינג אין היכל מענצער אין עולם העליון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פיקח עצום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

גרויס אנטוישינג אין היכל מענצער אין עולם העליון

שליחה דורך פיקח עצום »

אזוי ווי עס טוט זיך אין עולם התחתון הכנות גדולות צום מעמד קידוש שם שמים, אזוי ווי די אדמור החכם מסקולען זי"ע האט אליין געהייסן די נזר השתדלנים ושר הטפסרים (טפשים?) צומאכען די גרעסטע מעמד וואס איז שייך ווען סקומט צו כבוד המענצער.....(התורה),
ווייסע פערדן מיט "ערקאנדישאנד קאוטש באסעס" מיט די זינגער הנודע, מיט אדמור מהריי ואדמורים וחמורים...

ומלכותא דארעא "כעין" מלכותא דשמיא
אין עולם העליון טוט זיך אויף טישן און בענק, וואס הייסט זייט קבלת התורה איז נאכנישט געוועין אזא כבוד התורה, פון גאנץ בעדפארד אין אלע וויידלעך פון די פערד אין די ערקאנדישען פון די באסעס פאר די זקנים, אין אפגערעדט פון די אלע אדמורים וואס גייען שפאנען, יעדע טריט עקסטער, ווערט באשאפן טריליאנען מלאכים, וואס בויען א פראכטפולע היכל פאר די הויפט מחותנים, די עלטערן פונעם נזר העסקנים ושר השתדלנים וואס קיין שום היכל איז נישט גענוג הויך פאר אזא זכות. קוים מיט שתדלנות לאט מען אריין סקולנע רבי אויך מיטצוהאלטען די מעמד הטראסק וואס מהענגט אן בזכותו,

מאנטאג 7:00
אינמיטען די גרויסע מעמד אויבן אין עולם העליון אין היכל החדש מענצער,ווען אפילו משה רבינו וויל קומען זיך משתתף זיין ביים קבלת התורה השלישי, וואקט אריין א קליינע שווארצע מלאך'ל מיט חוצפה'דיגע טריט, מיט א קליין כוס אין די הענט. און אן זאגן א ווארט געבט ער א שפריץ פונעם קליינעם כוס.

און ביז א פאר רגעים דרייען זיך אלע ווייסע מלאכים איבער צו פעך שווארץ, און זיי הייבן אן בויען מיט א שנעלקייט און בהלה א גינגאנטעשע היכל מענצער טיף אריין אין שאול תחתית ה"י!!!!!!!

יענקלע איז אופגעשטאנען מיט א שמחה מאנטאג, היינט איז די ערשטע טאג וואס ער גייט זיין א עכטע גרויסע כתה ו אינגעל, ער גייט שוין אהיים גיין מיט די גרויסע קינדער, שוין ענדליך 5 אזייגער טרעפט ער זיך אין ענגליש מיט א נייע טיטשער, און ער הייבט אן אביסל צו בענקען צו אינדערהיים, שוין טראכט ער צו זיך דער 9 יעריגע יאנקעלע נאך א שעה גייט מען שוין אהיים.
6:10 ענדליך נאך א לאנגע ערשטע טאג גייט יאנקעלע ארויף אויפן באס אין ויסעו.. אבער גלייך נאכדעים א ויחנו... אזוי ווייטער און ווייטער
6:45 יאנקעלע בענקט זיך שוין נאך אזא לאנגע טאג אבער באאם.... די באס ריקט זיך קוים אפאר פיס באגלייט מיט אלע מינע קולות וואס קען פייפן, וואס איז?
די אדמור החכם מסקולען זי"ע האט אליין געהייסן פארן שר הטפסרים ונזר השתדלנים וראש העסקנים צו מאכען די גרעסטע מאס קידוש שם שמים מיט פערדן פיר פיסיגע און צוויי פיסיגע.. זאלן שפאנען גאנץ בעדפארד, סנישט גענוג פון ביתו וואס איז נאר צוויי גאסן, ניין ,"את" לרבות אחיך הגדול, מיט די סקולענע צוואה, איז נישט קיין קלייניקייט , ממילא דארף יעדער וואס פארט, אידן און גוים צוגלייך שעלטען די אידן פארן מאכן די קידוש הטראסק.

7:00 יאנקעלע קען זיך שוין נישט איינהאלטען אין ער ברעכט אויס און א בענקידיגע געוויין, מאמי!!!!!

שנעל ווערט באשאפן א שווארצע מלאך וואס נעמט צוזאם אלע טרערן אין א קליינע כוס.......

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר