פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

הודעהדורך צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:43 pm

שוין א שטיק צייט באמערק איך אז דער סטיל פון ביבער היטן (אדער ברייטע קאפעליטשן) וואס בעיקר סאטמארער טראגן ווערט שמעלער און העכער און ענדלט אלץ מער צו די היטן וואס גאליציאנער חסידות'ן גייען. אויך קען איך עטליכער סאטמארער, א דיין בתוכם, וואס האבן זיך געביטן פון א "טשולנט טאפ" צו א הויכער הוט און נישט ווי ערווארטעט צו א ביבער הוט. אין צוגאב, איז דער טשולנט טאפ אויך נישט וואס עס איז געווען און ביי אסאך איז עס געווארן מער ווי א האמבורגער.

אלזאו פרעג איך, פארוואס האבן סאטמארער אישוס מיט זייער לבוש און צי צייגט עס אויף א טיפערער אומאיינגענעמנקייט מיט געוויסע אספעקטן פון זייער קולטור וואס דער כלומר'שטער שטאלץ שרייט פשוט איבער און באהאלט?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:55 pm

אין פאפא איז דעיס אויך געשעין פאר צוואנציג צי דרייסיג יאר ציריק, (אפשר מער?).
איך מיין אז די ריזען איז צי פראווען אז זיי זענען א legit חסידות, אין נישט סתם עפעס א באטשי קהילה.

אזוי ווי די קורצע רעקל וואס איז א ענדעינדזשערד ספישי, אזוי וועט לכאורה די שטאפענע היט זיין אין אפאר יאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קהל'ס נער אום מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:58 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 496 מאל

הודעהדורך סעגאל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:56 pm

אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:05 am

דאס האט אייגנטליך צו טון מיט די לאגיק פון הפוך על הפוך. (אויב דאס איז די ריכטיגע דעפינישן.).

איך וועלל אנהייבן ביים סוף . (אנכאפן די קאץ ביים וויידל.). די וויקטימס זענען די וויקטימייזערס. איך רעד דא זייער שטארק בכלליות. די בעלזער חסידים האבן ליעב זיך אהערצושטעללן אלס וויקטימס. פון מכלומרש'טן סאטמאר'ער טעראר.אשר על כן האבן זיי די רעכט אפצוסטעמפלען א יעדן וואס ער איז . איינער, א וויזשניצער. דער צווייטער, א קלויזנבורגער. דער דריטער, אה...א סאטמערער..! מאכט מען שוין יענעם פיהלן אומבאקוועם...אונז זעמיר דאך די וויקטימס...די זעלבע מענטאליטי וואס (להבדיל) די שחורים, פון שארפטאנ'ס שניט. מעגן מיר אלעס.. ס'קומט זיך אונז אלעס...! משא"כ אין סאטמאר אקצעפטירט מען א יעדן (מער-ווייניגער) ביז מ'טרעט נישט אויף די סאטמאר'ע הינער אויגן, פארשטייצעך. ביז מ'רעדט נישט ציוניזם...! יעצט לאמיר צוריקגיין צום אנהייב. ווען א סאטמערע איד, מיט א טשולנטאפ, למשל גייט צו א מסיבה וואו ס'זענען דא מערער בעלזער חסידים, מאכן זיי איהם פיהלן אומבאקוועם. און לא כל שכן אויב ער גייט אריין אין בעלזא'ער ביהמ"ד צו כאפן א מנחה אדער מעריב, למשל...! אשר על כן פיהלט א סאטמאר'ע יונגערמאן . אדער אפילו נישט דווקא א סאטמאר'ער. נאר ער גייט א טשולנט טאפ סעלף קאנשיעס. ממילא איז פארהאן א מעגליכקייט וואו ער שעמט זיך מיט זיין לבוש...!

די זענען באטראכטונגען פון וואס איך האב אבזערווירט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15812
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10519 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:10 am

איך ווייס נישט צי ס'איז דוקא בושה, אדער פשוט די העכערע היטן קוקן אויס שענער. יעדער ווייסט אז א הויכע הוט איז פאקטיש שענער אויפן מענטש.

אויסער דעם זענען אסאך יונגע בחורים נידריג און די הויכע סטייל היטן מאכט זיי אויסקוקן אביסל העכער.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 981 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:22 am

סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

סעגאל: נאך א מזל איך בין נישט קיין תלמיד חכם. און מ'הייסט מיר נישט אנטון א פלאטשיגן ביבער הוט.

איך האב א ביסל נאכגעפארשט פון וואו ס'שטאמט דער פלאטשיגער ביבער הוט. ערשטנס. אין אייראפע גייען נאך היינט א סאך גלחים מיט פלאטשיגע ביבער היטן. כ'געדענק כ'האב געזעהן אין אן אלטן (אפגעשטארבענעם) אמעריקאנער מעגעזין , (לייף) א פיקטשער פון יונגע גלחים אין רוים. זיי זעהען ממש אויס זייער ענדליך צו, להבדיל, בחורים פון סאטמאר'ע ישיבה...! איז אזוי (בדצ"ח)...ס'איז אמאל געקומען א איד צו א הוטנמאכער (אין יוראפ, פאר בערך 150 יאר צוריק.) און ער האט באשטעלט 40 ביבער הוטן. דער היטנמאכער האט אינמיטן די ארבעט באמערקט אז ער וועט נישט האבן גענוג סחורה. האט ער פון א יעדן הוט אראפגעשניטן א פאר סענטימעטער...! ווער ס'פארשטייט פארשטייט. (און ווער נישט. קען איך איהם נישט העלפן...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15812
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10519 מאל

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:50 am

איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 894
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

הודעהדורך סעגאל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:59 am

און ער מאכט וואס מענטשן פארלאנגען פארוואס זיי דארפען עס דארפסטי זיי פרעגן.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:23 am

איי ר' בערעלינו וווען דו ביסט זיס ביסטו זיס אבער ווען דו ביסט אין די גוסטע פון שטותים קענסטו שרייבן אזעלכע געבראטענע שטותים טאקע ווי נאר באטשיס פון יענע דור קענען.

אלזא, יונגע בעסערישע סאטמארע טוישן זיך הוטן ווייל זיי פילן זיך אומבאקוועם ווען זיי טרעטן אריין אין א בעלזער ביהמ''ד...

?Dude, can i have some of what you are smoking
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2829 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:52 am

אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.


ווייל קרויס היטן איז א בעלזער, און ס'איז א קאנספיראציע צי אריין צי כאפן אלע סאטמערע אין זיין נעץ, יעצט לאמיר פלעכטן ווייטער די מעשה.....

(אפשר האט עס עפעס מיט די וואקסינען)
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 496 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:03 pm

סאטמארע חסידים שעמען זיך "נישט" זייערע היטלען כמיטב ידיעתי.

סהאט נאך אלס געלוינט אבער פאר רבי בערלס חשבונות.......
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
זופ מיט מאנדלען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:09 pm

די באבובע באלאנגען אויך ארגינעל מיטן פלאטשיגס, פאר איז זייער הוט זיך צווואקסען?
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 906 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:11 pm

אגב די סאטמארע הוט איז די שטאפענע הוט און נישט די פלאכע ביבער הוט די פלאכע הוט איז אריינגעקומען און סאטמאר דארעך די רעבישע משפחות ווי עס איז נתקבל געווארן ביי די גאר פרומע פראקציעס ביז עס איז געווארן א נארמאלע זאך אבער עס צייגט נאך אלס אויף א פרומערע שניט אפשר צליב דעם ווילן געוויסע זיך טוישען צו א הויעכע הוט אלס די פרומקייט סטיגמע
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:13 pm

סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:16 pm

בן נון האט געשריבן:אגב די סאטמארע הוט איז די שטאפענע הוט און נישט די פלאכע ביבער הוט די פלאכע הוט איז אריינגעקומען און סאטמאר דארעך די רעבישע משפחות ווי עס איז נתקבל געווארן ביי די גאר פרומע פראקציעס ביז עס איז געווארן א נארמאלע זאך אבער עס צייגט נאך אלס אויף א פרומערע שניט אפשר צליב דעם ווילן געוויסע זיך טוישען צו א הויעכע הוט אלס די פרומקייט סטיגמע

לא דובים ולא יער
מיין זיידע קימט פון די שטאט סאטמאר אין איז געגאנגען אלץ בחור מיט א פלאכע ביבער היט נאך די מלחמה האט ער אנגעטון א שטאפענע הוט פארוואס ווייס איך נישט
ער קימט דוקא פון א פשוט'ע משפחה
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:17 pm

קיק נאך העסטי זעין אז אסאך שטאפענע הוט יודן משורשם זענען געגאנגען ביבער הוטן
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:27 pm

איך רעד פון די השתלשלת נאכן קריג ווי די אליין שרייבסט איז מען געגאנגען בלויז מיט שטאפענע היטן והמפרסם לא צריך ראיה
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:30 pm

בן נון האט געשריבן:איך רעד פון די השתלשלת נאכן קריג ווי די אליין שרייבסט איז מען געגאנגען בלויז מיט שטאפענע היטן והמפרסם לא צריך ראיה

גענוג אין נאך געווען מיט ביבער הוטן וצריך ראי'
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:33 pm

ליין איבער דיינע אייגענע תגובות
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:36 pm

בן נון האט געשריבן:ליין איבער דיינע אייגענע תגובות

וואס זאל איך איבערליינען
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:40 pm

ווי די שרייבסט אז דער עולם האט זיך און אלגעמיין אונגעטון שטאפענע היטן נאכן קריג
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:44 pm

בן נון האט געשריבן:ווי די שרייבסט אז דער עולם האט זיך און אלגעמיין אונגעטון שטאפענע היטן נאכן קריג

ווי שרייב איך דאס?
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:49 pm

צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2633
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

הודעהדורך נחמד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:16 pm

מיר האט א סאטמאר וואס האט געטוישט פון פלאטשיגע צו א ביבער היט געזאגט אז דאס לצנות קעגן פאפא רבי ווי לחיים פאפא רב און נאך האט ער נישט מער געוואלט טראגן דעם זעלבן היט ווי אים
נחמד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:16 pm

קורקלענד האט געשריבן:צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.
איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און 2 געסט