אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8348 מאל

אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם

שליחה דורך שמן למאור »

כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אויף דעם נושא, כ'האב אלץ מורה אז ס'קען מיך (עצי) שטי''ם מאכן אויף אייביג, אבער איך מיין אז דא איז די פלאץ צו אויסליפטערן די אלע ענינים וואס מען קען נישט רעדן אדער שרייבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ, אפילו עס קען זיין גאר א וויכטיגע ענין וואס קומט זיך צו ווערן ארויפגעלייגט אויפן טיש, וועל איך נעמען די מיה און שרייבן כיד השם הטובה,

איך וויל מקדים זיין, אז איך קום נישט אויסרייסן די גאנצע ענין פון אמונת צדיקים, איך גלייב אז עס איז אויך היינט דא אמת'ע צדיקים קדושים וטהורים, וכמאמר חז''ל, ראה הקב''ה צדיקים שהם מיעטין עמד ושתלם בכל דור, און כ'קען אויך די שטיקל תפארת שלמה אויפן פסוק ויאמינו בה' ובמשה עבדו, וואס ברענגט ארויס ווי וויכטעג אמונת צדיקים איז, און אפילו מ'פארשטייט נישט וכדומה, די שאלה איז נאר, ווער די צדיקים זענען...

ס'דא וואס זייער ציגאנג צום ענין איז דורך אוועקמאכן אלע תלמידי בעש''ט, ביז צו די בעש''ט אליין, שוין אפגערעדט אז די אלע 'אלעקסיי קפיצת הדרך מעשיות' גלייבן זיי נישט, נאר אפילו מקובל'דיגע מעשיות ווי למשל פונעם י''ג אורות, אדער מדריגת הצדיקים ווי גלוי אליהו, און שטארק אריינגעגעסענע מעשיות ווי דער ר''ר אלימלך פארברענט זיין האנט וכדומה וועלן זיי אויך אוועקמאכן כלאחר יד,
זיי וועלן אננעמען אז למשל די ראפשיצער רב, איז נישט מער געווען ווי עפעס א היינטיגע רבי'לע, וואס פארגלייבטע פארמאכטע חסידים האבן פשוט געגלייבט און א פיינע וואולע איד און פארציילט שיינע שטיתים וואס זיי האבן זיך איינגערעדט,

איך קען זיי נישט בלעימען פארן אזוי אננעמען, און כ'וועל שוין ציקומען פארוואס, אבער מיין ציגאנג איז אנדערש, און איך גלייב אז רובו ככלו פון באוויסטע רבי'ס ביז א דור צוריק, זענען געווען עכטע צדיקים בלתי לשם לבדו, נאר די לעצטע צענדליגע יארן האבן זאכן אנגעפאנגען צו אראפ פארן פון די רעלסן,

מיין טאטע זז''ג פלעגט אונז יעדע יאר חוה''מ סוכות נעמען איין נאכט פון מאנסי קיין בארא פארק, מיטציהאלטן די שמחות בית השואבות לרוב, אנגעפאנגען האט מען פארנאכטס, ביים שחרית פונעם סקולענער רבי'ן זצ''ל, (וואס פלעגט דאווענען גאר שפעט כידוע) דערנאך איז מען אריבער קיין ראכמוסטריווקא, דאן צו ביידע באבוב'ס דאן צו ר' משה וואלפסאן, דאן קיין מונקאטש, דאן קיין סטיטשין דערנאך קיין לעלוב 18,
געדנק איך ווי אלץ קליין קינד האבן אלע רביס ביי מיר געווען די זעלבע גרויס, וכמאמר החכם (??) מען מעסט נישט קיין צדיקים, ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך געמאסטן די צדקות לויט די עולם און לויטן ווייסקייט פונעם בארד וכדומה,
אלץ בחור האב איך איינמאל אויפן וועג אהיים פונעם לאנגן נאכט געפרעגט מיין טאטע, זאג מיר ביטע, ווער איז די גרעסטע צדיק וואס מיר האבן היינט באזיכט? האט ער מיר געזאגט די פאלגנדע, איך גיי נישט מעסטן קיין צדיקים אבער מעגסט וויסן אז מיר זענען היינט געווען ביי צדיקים קדושי עליון וואס זענען כל כילו מיקדש פארן באשעפער און פאר זיין רצון, מיר זענען אויך געווען ביי פיינע ערליכע אידן, און אונז זעמער אויך געווען ביי שיינע שוי שפילערס,

די זאך איז מיר שטארק אריין און קאפ נישט יעדע ווייסע בעקעטשע מיינט א צדיק! (מען זאגט א ווערטל, פלייש איז נשתנה למעליותא לויט וואס מלייגט אים אריין אין, ווען מ'לייגט עס אריין און קרויט ווערט עס א האלאפטשע, ווען מלייגט עס אריין און טייג ווערט עס א קרעפל, און ווען מ'לייגט עס אריין און א קאלירטן באקיטשע ווערט עס א רבי,)

ס'דא היינט א גרויסע רבי וואס נאכן זיך סליוון האט ער פארלוירן אסאך, (פונט מיט חסידים) וואס איז פשט? ס'קען נאר מיינען איין זאך, ער פלעגט 'פרעסן' און היינט קען ער נישט איז ער געווארן דאר, מיט דעם אלעם זענען זיינע חסידים פארקויפט אז ער איז גרעסער פונעם בעש''ט

איך מיז דא ענדיגן און כ'וועל ממשיך זיין שפעטער, כ'האב נאך אסאך וואס צו שרייבן דא, אויב מ'וועט מיך לאזן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר