מה יאמרו הבריות! ווער וועט זיך משדך זיין מיט אונז?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

מה יאמרו הבריות! ווער וועט זיך משדך זיין מיט אונז?!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יענקל, גאנץ א וואוילער אינגערמאן, א בא'טעמ'טער, גלייכט צו סאשעלייזן. האלט מיט זיינע שיעורים, גלייכט צו לערנען, אבער גלייכט נישט דעם סיסטעם, דער סטאטוסקווא. פרובירט ווען ער קען, מיט וואס ער קען, צו ווייזן אז ער איז בעסער פון דעם, אז מ'קען זיין אן עהרליכער איד אהן נאכגיין כסוס כפערד אין הבין. יענקל קריגט זיך נישט מיט קיינעם דערוועגן נאר טוט זיך דאס זייניגס, און איז מחנך די קינדער אויך אויף אזא מהלך, גיבט כסדר אריין זעלבסטווירדע, אז דער עיקר איז פאר זיך, און נישט פאר יענעם. אין דער צייט ווען יענקל'ס חברים זענען פארנומען זיך צו טוישן צו קענען טוהן גוטע שידוכים, אויסצוקוקן גוט פאר די גאס, איז יענקל פארנומען אנצוגיין מיט זיין לעבן. בשעת ווען זיינע ברודערס/שוואגערס זענען פארנומען טאנצן ביי זייערע רבי'ס חתונות איז יענקל פארנומען צו כאפן נאך תורה, נאך וויסענשאפט.

גאנץ פיין חתונה געהאט, ס'ווייב זיינע ביילא קומט פון א באלעבאטישע שטוב ווי מ'שווערט זיך ביים סיסטעם, דעם שמור לי ואשמור לך איז ווי א אפגעהיטענע מסורה שאין לזוז ממנה, דאס לעבן פאר יענעם גייט אן מיטן פולסטן טעמפא, אפילו די קינדער אין די וויגעלעך לערנט מען שוין אויס וויאזוי צו לעבן פאר יענעם, די זאקן מוז מעטשן מיט די הויזלעך, די קליינע זיסע הויזלעך מוז מעטשן מיט די העמד'ל, די קיוט קאלערדיגע העמד'ל מוז מעטשן מיט... אלעס ברויך שטימען און קלאפן, אפילו די באגעבא סחורה מוז זיין אפטודעיט. אלע יונגלעך'ס פיאות ברויכן זיין די זעלבע געשניטן און געקרייזלט, די מיידלעך'ס רייף מוז מעטשן מיט די קליידער, און ווען די מאמע שפאצירט ארום די גאסן מוזן אלע קינדער שיין נאכוואקן אין א סיסטעם פון הקטן לפי קטנו והגדול לפי גדלו און די חשוב'ע מאמע אינדערמיט ווי א קעניגן, און אלע קינדער ארום איר, זכרים איין זייט, נקבות די אנדערע זייט, ממש א הערליכע פאמיליע! מיט דעם אלעם קומט זיך יענקל מיט'ן ווייב אויס גאנץ גוט, קען זיך מאכן דיפרענסעס דא און דארט, דהיינו אין וועלכע מוסדות צו שיקן די קינדער און וועלכע הכשרים מ'לאזט אריין אין הויז, וועלכע קאליר קאר צו ליעסן וכדומה, אבער בדרך כלל גיבט בילא איבער די הנהגה פאר יענקל, ספעציעל ווען ס'קומט צו רוחניות'דיגע דיסיזשענס.

ושניים יסעו. די קינדערלעך וואקסן אויף, גדיים נעשו תיישים, ס'הייבט זיך די שידוכים עידזש. שדכנים הויבן אן רופן, און צעגערן, דאס איז גאר א גוטע שידוך און יענץ איז נאך א בעסערע, יענקל'ס ערשטע קאזין דער ראש הקהל'ס יונגסטע זוהן א רייסער פון דער ערשטער קלאס האט זיך אויך משדך געווען מיט יענעם, אזא בחור, פשיהאא! וועט זיכער בלייבן ביים לערנען אויב מ'וועט אים אויסהאלטן שטייטסעך אא"וו.

אבער אונזער יענקל האט גאנץ אנאנדערער אפטייטש, גאנץ אנאנדערער מהלך אין קאפ. שוין יארן וואס ער טראגט ארום מיט זיך א פאנטאזיע וויאזוי ער גייט טוהן שידוכים מיט זיינע קינדער. דהיינו, ער גייט נישט "קויפן" בחורים פאר זיינע טעכטער, נאר ענדערש גייט ער לאזן זיינע קינדער וועהלן וואס פאר זיי איז גוט. איי פון וואנעט ווייסן זיי וואס איז גוט פאר זיי, פרעגט אים ס'ווייב? און פון וואנעט ווייס איך און דו און סיי ווער וואס איז גוט פאר די קינדער פרעגט יענקל צוריק א פארוואונדערטער?! ווייל זיי זענען נאך יונג? הינטער די צוואנציג?? דערפאר קען מען זיי איינרעדן סיי וואס?! הא גופא איז טאקע דער תירוץ! כ'יאג זיך נישט, אונזערע קינדער יאגן זיך נישט, מ'העט ווארטן נאך אפאר יאר און ווען די קינדער וועלן שוין שפירן גענוג גרויס און באקוועם צו מאכן א דיסיזשען דאן וועלן זיי ארויסגיין זוכן זייער באשערטע און פרעגן זייער באגליקטע, דו יו וואנע מערי מי?? און פארשטייסעך, איז יענקל מסביר פאר בילא, אז אונז זענען שטענדיג דא פאר זיי, אויב ברויכן זיי הילף צו קענען מאכן א דיסיזשען, אדער פינאציעלע הילף, אדער סיי וואס, זענען אונז גרייט פאר זיי יעדע רגע אין טאג.

ס'ווייב זיינע טאנצט אויף און שיסט אויס מיט א געשריי.... וואאססס?!?! ביסט פון זינען אראפ?? ווער מאכט דען אזאנע שידוכים?!?! זעמער אונז דען מאדערן ארטאדאקסישע יודן?!?! וויאזוי וועל איך מיך קענען באווייזן אויף די גאס מיט אזאנע שידוכים??? און בכלל וואס גיי איך ענטפערן פאר מיינע עלטערן, ווען זיי גייען פרעגן פארוואס אונזערע קינדער ווערן עלטער און קיין שידוכים מאכן זיך נישט? אונז זענען נישט פון די שוואכערע עלעמענטן, אונז זענען פון די עשירים, פון די עליטע!!! וויאזוי וועל איך מיך קענען באווייזן פאר מיינע שוועסטערס, ברודערס, שכנים, פרענדס, קאנטרי מעידס, ווען זייערע קינדער גייען שוין ביי די אכצן-ניינצן און אונזערע קינדער ווארטן ביז די דריי און צוואנציג??? אבער יענקל האלט זיך ביי זיינס. פארוואס עפעס טוהן זאכן וועגן יענעם צו געפעלן?? דאס זענען דאך אונזערע קינדער וואס אונז האבן געהארעוועט זיי אויפצוציען מיט איבערמידליכע כוחות!!

אבער בילא לאזט זיך נישט און דא הויבט אן בילא שטורעמען, כ'האב שוין חרטה פארוואס כ'האב מיך די אלע יארן געלאזט איינרעדן פון דיר, פון דיינע מעשיות פון לייגן די קינדער אין פרעמדע מוסדות וואס ביינונז האט מען שטענדיג געוואוסט אז ס'באדערן, פון נישט דאווענען אינעם גרויסן שול וואו מיין טאטע און אלע מיינע משפחה מיטגלידער דאווענען, פון נישט גיין צוזאמען מיט מיין משפחה צו די אלע רבי'שע שמחות, ועוד ועוד. אזוי איז אנגעגאנגען העפטיגע דעבאטעס צווישן יענקל און בילא.

איין שבת מיטאג נאך די טשולענט איז יענקל מיט'ן ווייב געגאנגען אויף די וועכנטליכע שפאציר, און אזוי געמיטלעך שפאצירנדיג גערעדט פון אלע מיני נושאים. אבער די שמועסן און העפטיגע דעבאטעס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, סוכ"ס זענען זיי טרוד אין פרק האיש מקדש, און ס'ענין וויאזוי מ'ברויך מקדש זיין דאס באשערטע האט ווייטער פארנומען ס'אויבן אן. יענקל האלט זיך ביי זייניגס אז מ'ברויך לאזן די קינדער אליין האבן ס'לעצטע ווארט און די עלטערן מעגן נאר צוהעלפן אויב די קינדער פארלאנגען הילף. און בילא גיבט בשו"א נישט נאך, זי האלט זיך פעסט ביי אירע מיינונגען. אזוי גייען די ארגומענטן אהין און צוריק, יעדער ברענגט זיך זיינע ראיות, און נאכדעם הויבט בילא נאכאמאל ארויף צו ברענגען אירע ווייטאגן, פארוואס יענקל מוז שטענדיג זיין אנדערש? פארוואס אונזערע קינדער ברויכן לערנען אין אנדערע מוסדות, פון וועלכע די עלטערן זענען אויפגעוואקסן? גיין מיט די פיאות אנדערש ווי איר משפחה? אנדערע הוטן? און אזוי מאלט מען וואסער און מ'קאמפערט יענקל'ס קינדער צו די קאזינס, און מ'טענה'ט זיך נאכאמאל און נאכאמאל און מיט אלע טענה'רייען דערזעהט מען זיך צוריק ביי א'. נאר איין זאך וואס יענקל טענה'ט שטענדיג, אז מ'קען נישט און מ'טאהר נישט קאמפערן איין קינד צום צווייטן, צו א חבר'ס קינד אדער צו א קרוב'ס א קינד, אבער בילא וויל עס נישט דערהערן, ביי איר איז אסאך וויכטיגער וואס וועלן אירע שוועסטער, ברודערס, נעפיוס, ניסעס, קאזינס זאגן, וויאזוי וועט זי זיך קענען באווייזן פאר זיי, ווען אירע קינדער קליידן זיך אן אפילו עטוואס אנדערש, רעדן עטוואס אנדערש?? און אזוי שטייט דאס פארפאלק אריינגעטוהן אין זייער וועלטל.

פון אנטקעגן איבער די גאס באמערקט יענקל ווי די שכן'טעס גאסט, שושנה, שפאצירט זיך אזוי געמיטלעך, אהערגעשטעלט ווי א ריכטיגע אשת חיל ברויך זיין. א שיינע לאנגע שייטל, א שיינעם קלייד וואס קומט אן קוים ביז די קניען, ולא עד בכלל, אפילו דוד המלך וואלט באגייסטערט געווארן פון אזאנע שיינע פוס. די לאנגע האר פון די שייטל ענדיגט זיך ממש דארט וואו די הוד יפיה הויבט זיך אן, קוקט אויס ווי די צוויי רייצן זיך ווער ס'שענער, א נייעם דערהער אין דעם מאמר פונעם בעל הגדה שדיים נכונו ושערך צמח. און יעדע פאר מינוט קומט צו גיין א קילע שבת נאכמיטאג ווינטעלע און מאכט נענועים מיט אירע שיינע איידעלע האר. הויכע שטעק שיך וואס קלאפט ווי א גלאק כאילו ווי צו איינמעלדן פאר די ארומיגע אז די קעניגן פון שבא שפאצירט דא, בקיצור ממש ווי א אידישע פרוי ברויך אויסקוקן.

און דא נעמט יענקל די דרייסטקייט און גיבט זיך א דריי אויס צו בילא, קוקט איר אריין אין די אויגן און גיבט איר א פרעג: בילא זיסע, פארוואס קענסטו נישט זיין אזוי ווי די פרוי? פארוואס ברויכסטו שטענדיג זיין פרום? קוק ווי שיין זי גייט אנגעטוהן! און איר מאן איז נאך מן הסתם אין כולל אויכעט... בילא גיבט א טאנץ אויף ווי כאילו די קעניג פון די בינען האבן איר אליין געשטאכן ניטאמאל געשיקט זיינע דראנען שליחים, און שרייט אויף יענקל, פוי!! דו שעמסט דיך נישט? קודם כל ווי קומסטו צו קוקן אויף פרעמדע פרויען?? און נאך דערצו ווען דו שפאצירסט מיט מיר אויפן גאס, און דו האסט נאך די חוצפה מיך צו פרעגן פארוואס איך בין נישט ווי איר?? וואו איז דיין איידלקייט אוועקגעפלויגן?? וואו איז דיין סענסיטיוויטעט אוועקגעריסן געווארן?? דאס האט דיך דיין תורה פון אלע יארן געלערנט?? וואס טוט זיך מיט לא תחמוד אשת רעך?? פארדעם האסטו געברויכט אהערקומען וואוינען, זיך אנצוזעהן מיט פריצות'דיגע פרויען?? בילא הערט נישט אויף צו שטורעמען ווי א בייזער ווינט, ווי א וואלקאונישער אויסברוך...

יענקל שטייט דארט מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט. טאקע פאר אזא ערדציטעניש ווארט שוין יענקל בכליון עיניים פאר די לעצטע צען, צוואנציג יאר, סוכ"ס נאך אלע יארן זיך טענה'ן מיט בילא איז מען אין ערגעץ נישט אנגעקומען, געמאלן דעם זעלבן וואסער נאכאמאל און נאכאמאל און אין ערגעץ נישט דערגרייכט. און אט יעצט האט יענקל געקענט געבן אביסל צו טעיסטן פאר'ן ווייב פון אירע אייגענע מעדיצין וואס זי פיטערט אן פאר אירע קינדער. ער קוקט אריין בילא אין די אויגן, אבער טוט נישט רעאגירן, נאר ווארט אויס ביז די לעצטע שטיקלעך לאווא רינען ארויס פון די אנגעווייטאגטע בילא, ביז די לעצטע טרעמארס ענדיגן זיך. באלד דערויף רופט זיך יענקל אן מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, אז דארט אינעם זעלבן עשרת הדברות וואו ס'שטייט לא תחמוד שטייט אויך "וכל אשר לרעך"! דאס נעמט אריין שוועסטערס, ברודערס, נעפיוס, ניסעס, קאזינס און סתם פריינדינעס. יענקל גיבט צו פארשטיין פאר'ן ווייב, יעדע קינד פון אונז איז א ספעציעלע מתנה פון גאט, יעדער מיט זייערע כשרונות, מיט זייערע פארלאנגען, וואס איז גוט פאר איינעם מוז בכלל נישט זיין גוט פאר'ן צווייטן, צוויי משפחות זענען בכלל נישט גלייך, פונקט ווי צוויי מענטשן זענען נישט גלייך. און מענטשן זענען נישט קיין מאנקיס, מענטשן האבן געפילן, און פונקט אזויווי דו האסט נישט ליב ווען מ'קאמפערט דיך צו יענע פרוי, האבן די קינדער אויך נישט ליב ווען מ'קאמפערט זיי צו אנדערע, זיי ווערן גאר שטארק צוקלאפט פונקט ווי דו ביסט געווארן צוקלאפט, און מיט רעכט.

בילא שטייט דארט ווי אן אפגעגאסענע, קען נישט קוקן יענקל אין די אויגן, אבער... וויל מסביר זיין אז ס'נישט די זעלבע, ווייל.... אבער ס'גייט נישט, דער אמת פראסקעט אין פנים ווי א פראסטיגע ווינט וואס לאזט נישט נאך, דער "אבער" בלייבט הענגען אין די לופטן ווי א פארקרומטער שטומפיגער פייל, ווי א קויל וואס האט פארלארן איר כח, דער זעלבער "אבער" און "ווייל" וואס האט געטראגן א שווערע געוויכט קוים א שעה צוריק שטייט יעצט פוסט און ליידיג אן א נאכפאלגער, פונקט ווי א מענטש שרייט אין א חלום ווערט דער "אבער" פארשוואונדן, דער זעלבער "אבער" וואס האט געהאט מיט זיך א קורצע צייט צוריק מיין שוועסטער, מיין ברודער, מיין נעפיו מיין ניס, שטייט יעצט גענצליך ליידיג, הענגט אין די לופט ווי מכת ברד אינמיטן די מכה פון חשך. בילא שטייט דארט א פארטראכטע, כ'האב אים נישט וואס צוריק צו ענטפערן! געמיינט האב איך ביז היינט אז כ'בין מיך גרייט אלץ אוועקצוגעבן פאר די קינדער, אבער בין איך יעצט געוואר געווארן אז נאר דעם את הטפל לבשרו בין איך גרייט צו שניידן פון מיר, אבער דעם בשרו אליין נישט...

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר