a1b2 האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=1477
DotCom האט געשריבן:דער אשכול וועט אויך אפגעשפארט ווערן גלייב איך, אבער כאב שוין באקומען דעם אנטשולדיגונג בריוו, די געים איז אווער.
שיטה מקובצת האט געשריבן:האט מיר דערציילט א איד אז הר"ר אהרן ישראל קאהאן, בעל מחבר סידור "תפילה בכוונה" און "הוצאת שמע בני", האט אים דערציילט דאס גרויס חשיבות פון דעם בוך, און ווי עס איז א חיוב א יעדער בחור זאל דאס לערנען און חזר'ן. ער האט דערפאר געוואלט ארבעטן עס ארויסצוגעבן אין א אידישע מהדורא , כדי דער חסידישער עולם זאל אויך האבן צוטריט צו דעם אוצר. וויבאלד ליידער איז אויף אידיש גאאאארנישט דא, אפילו נישט עפעס שוואכער פון דעם.
פארן צוטרעטען צו די מלאכה האט הרב קאהאן געפרעגט איבער דעם פלאן פון הרה"ג יצחק זלמן גיפס שליט"א ראש הכולל ספינקא בארא פארק, - וואס איז אליין א גרויסער חסיד פון דעם בוך. הרב גיפס האט אים געזאגט אז עס וואלט געוועהן געוואלדיג אויב דער בוך ערשיינט אויף אידיש, אבער!! עצה טובה קמ"ל, אנטלויף דערפון!! וואס פעלט דיר אויס אז אלע הימיישע רבנים זאלן ארויסקומען מיט א איסור אויף דעם בוך - וועסט נאר פארלירן געלט און מ׳וועט באשמוצן דיין נאמען!
ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע
שלמה_דיין האט געשריבן:לויט וואס דו שרייבסט האלט הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א אז איבערטייטשן דעם ביכל וואלט געווען א טובה פאר אידישקייט און דאס קען העלפן א סך נבוכים בעניני אמונה אבער ער האט נאר צוריקגעהאלטן דעם אנדערן פון עס ארויסגעבן לטובתו פון יענעם. ר' יצחק זלמן איז טאקע א חשוב'ע קאלעגע מיינע, אן ערענסטע ת"ח, און א יר"ש מרבים. אבער ווי קומט דאס אז ער האט נישט די דרייסטקייט צו טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג? אויב האלט ער טאקע אז איבערזעצן דעם ביכל אויף אידיש איז א צורך הרבים זאל ער במחילה אליין שטיצן דעם איבערזעצן און זיכער מאכן אז פאר א צווייטן קומט נישט דערפין ארויס קיין שאדן!
ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע.
זר זהב האט געשריבן:וועגן עס איבערטייטשן אויף אידיש מיין איך אז יעדער וואס דארף שוין צוקומען צו דעם ביך קען געווענליך ליינען דעם גרינגען ענגליש מיט וואס דער ביך איז געשריבן.
זוי מיין איך.
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע
איר דארפט פארשטיין, אז הרב גיפס קען א גוטע ענגליש, ער האט מן הסתם אויך געזאגט פאר הרב קאהאן, אז די פאר פארמאכטע וואס קענען נישט קיין ענגליש, נוצען סייווי נישט די קאפ, און זיי ווייסען נישט אז מ'מעג טראכטן.
שיטה מקובצת האט געשריבן:דער פראבלעם איז א שרעקליכע און א טיפע. אונזער לעבן איז אויסגעשטעלט אז דווקא די נאאיווע זענען מצליח אין רבנות פאסטנעס, און די אינטעליגענטע בלייבן טמיר ונעלם. אזוי קומט אויס אז די רבנים וואס זענען פאליסי מאכער זענען, צוליב זייער גרויסע נאאיוויטעט און פתי יאמין מענטאליטעט, בכלל נישט אפן צו די מציאות פון אינטעליגענטע פראגעס אויף אידישקייט. זיי האלטן אז פראגעס קענען אפגעפרעגט ווערן מיט א סטעיטמענט פון מרן אור שבעת הימים, א ווערטל פון בריסקער רב, און א טשעפע פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
דער פראבלעם פון אנערקענען דאס לעגיטימקייט פון אינטעליגענטע פראגעס איז פארשפרייט אין אלע חרדישע קרייזן, אבער ביי חסידים איז עס פי כמה, ווארשיינליך וויבאלד פאר חסידות - מיט אמונה פשוטה אין רבי'ן - איז א סכנה צו אנערקענען אז פראגעס זענען לעגיטים, און פארלאנגען ערנסטע דורעכגעטראכטע תשובות.
איין בוך וואס האט שוין געהאלפן גאר אסאך חרדישע אידן איז "בעיאנד עי ריזאנעיבל דאוט", פון הר"ר שמואל וואלדמאן. דער בוך טוט פארענטפערן גאר אסאך פראגעס אויף א הערליכן אופן און מיט א צוגענגליכע שפראך.
האט מיר דערציילט א איד אז הר"ר אהרן ישראל קאהאן, בעל מחבר סידור "תפילה בכוונה" און "הוצאת שמע בני", האט אים דערציילט דאס גרויס חשיבות פון דעם בוך, און ווי עס איז א חיוב א יעדער בחור זאל דאס לערנען און חזר'ן. ער האט דערפאר געוואלט ארבעטן עס ארויסצוגעבן אין א אידישע מהדורא , כדי דער חסידישער עולם זאל אויך האבן צוטריט צו דעם אוצר. וויבאלד ליידער איז אויף אידיש גאאאארנישט דא, אפילו נישט עפעס שוואכער פון דעם.
פארן צוטרעטען צו די מלאכה האט הרב קאהאן געפרעגט איבער דעם פלאן ארק, - וואס איז אליין א גרויסער חסיד פון דעם בוך. הרב גיפס האט אים געזאגט אז עס וואלט געוועהן געוואלדיג אויב דער בוך ערשיינט אויף אידיש, אבער!! עצה טובה קמ"ל, אנטלויף דערפון!! וואס פעלט דיר אויס אז אלע הימיישע רבנים זאלן ארויסקומען מיט א איסור אויף דעם בוך - וועסט נאר פארלירן געלט און מ׳וועט באשמוצן דיין נאמען!
פארשטייט זיך אז פון דעם פלאן איז גארנישט געווארן.
אזוי קוק מיר נעבעך אויס...
טראכט האט געשריבן:עס איז דא א איד וואס הייסט ראביי דוד סאפירמאן ער האט געגרינדערט א ארגעניזאציע וואס הייסט אני מאמין פאנדעשאן Ani Maamin Foundation מיטל ציל אפציראטעווען אידן וואס פלאגן זיך מיט כפירה ר''ל, ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ביכער און MP3's פין צענדליגער שעות ווי ער רעד ארום איבער אמונה, ער רעד אין זייער א גרינגען ענגליש,
איך וועל אפשר שפעטער דא ארויפלייגן א לינק פין א דרשה וואס ער האט געגעבן און ווי ער איז מסביר די שרעקליכער חורבן וואס גייט היינט פאר,
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס ווייזט טאקע די שפל המצב פונעם דור, נישט פון דעם רב גיפס, סך הכל האט ער פראקטיש גע'עצה'ט א איד אז אזא אינוועסטמענט וועט נישט ברענגען נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט.
רב בערל וויין שרייבט לעצטענס אין די "(נערישע)עמי" וועגן סטאמר רב, ס'איז א נחת. 100 מאהל בעסער ווי הערץ פרענקל
ידען האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:דאס ווייזט טאקע די שפל המצב פונעם דור, נישט פון דעם רב גיפס, סך הכל האט ער פראקטיש ג'עצה'ט א איד אז אזא אינוועסמענט וועט נישט ברענגען נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט.
גערעכט אבער פארוואס זאל נישט רב גיפס אליין ארויסקומען מיט א שטארקע הסכמה דערויף און זיך נישט דערשרעקען פון די רשעים?
קען זיין אז די רשעים האבן יא א שטערקערע כח ווי ער.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט