חיימאָוּ און זיין אגענדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

חיימאָוּ און זיין אגענדע

שליחה דורך יהורם »

[justify]אין וויליאמסבורג האט אויפגעשיינט א נייער שטערן. נעמליך, יואלי חיימאוויטש האט אנטדעקט דעם וואטסעפפ פיוטשור וואס רופט זיך סטעטוס, און ער האט עס אנגעהויבן נוצן אויף אן אגרעסיווער שטייגער. אין אמת׳ן אריין איז ער שוין אקטיוו פאר א שיינע צאל יארן, אבער אין די לעצטע פאר יאר האט ער זיך קונה שם געוועזן אלס דער סטעטוס לייגער פון וויליאמסבורג.

אנגעהויבן פון טומלען ביי אן ארוינישע חתונה און זיך פארטשעפענען מיט די גבאים אויף שידור חי, אריבערגעלאפן צו א קול קורא במדבר אין די ראדני טוילעטס, און אויך ביים געבן א פירוש אין וואטסעפפ פאר ר׳ שמעי׳ גרינבוים. פילע אינגעלייט האבן אים פרובירט צו אפשטעלן, אבער ער האט נישט אויסגעהארכט צו קיינעם, און ער גייט אן מיטן פולסטן שטארקייט.

ער איז פעסט פארבינדן צו די ווייסע שטויב וואס האבן געשפריצט אונטער אלעקסיי׳ס קפיצת הדרך וואגן, און דאס איז ווארשיינליך די הויפט שליסל צו זיין אומאויפהערליכע ענערגיע. ער פלעגט גיין מיט א קלענערע בארד, און טיילמאל האט ער זיך באוויזן אן א קאפל. למעשה האט ער זיך לעצטנס ׳נארמאליזירט׳ און ער האט זיך געלאזט וואקסן א חאניאקישער בארד און פיאות, און זעלבסטפארשטענדליך א גרויסן בייכל און טאכעס ווי עס פאסט זיך פאר א סאטמארע אינגערמאן פון עיר הקודש ווילי.

מענטשן מיינען אז חיימאָוּ איז בלויז נאך א משוגענער, אבער דאס איז נישט ריכטיג. חיימאָוּ איז דא מיט אן אגענדע. חיימאָוּ טוט אראפציען די גאטשעס פון די וויליאמסבורגע געמיינדע, חיימאָוּ טוט אנטפלעקן פאר אלעמען אז די וויליאמסבורגע בעסערישקייט און באלעבאטיש קייט איז נאר א מאסקע. חיימאָוּ האט דאס אראפגעצויגן פון זיי, און ער האט באוויזן צו באזיגן די גרעסטע ארמיי פון ׳נארמאלע׳ ׳ציוויליזירטע׳ ׳וויליאמסבורגע׳ מענטשן. חיימאָוּ מאכט גבירים לאכן פון שמוציגע ניבול פה וויצן ברבים, חיימאָוּ גייט אריין צו די לעידיס טאנצן. ווייל חיימאָוּ באווייזט דאס אוממעגליכע.

אויב עמיצער האט מער דעטאלן איבער חיימאָוּ און זיין היסטאריע זאל ביטע דא מיטטיילן, אבער נישט איבער זיין פאמיליע, ווייל זיי זענען פריוואטע מענטשן און ער איז אן איש ציבור וואס טוט פובליק סערוויס.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר