וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

שליחה דורך העניך »

איך דארף אייך נישט זאגן אז אין די לעצטע וואכן און חדשים האלט מען אין איין הערן פון פרישע נפטרים. איך מיין נישט דווקא טראגעדיעס, נאר פשוט מענטשן וואס ווערן נפטר, יונג און אלט, קראנק און געזונט. עס גייט נישט דורך קיין עטליכע שעה וואס מ'זאל נישט הערן פון קיין פרישן היימישן נפטר.

צווישן די נפטרים זענען פאראן גאר אסאך עלטערע אידן, וואס אין די לעצטע צוויי-דריי חדשים קוקט אויס ווי ס'איז ממש דא א מגיפה צווישן זיי. מ'דארף נאר כאפן א בליק אין די נפטרים בלעטער פון די היימישע צייטונגען פון די לעצטע פאר חדשים און באפאלט א פחד אז דער סכום פון נפטרים איז צוויי אדער דריי מאל אזוי פיל ווי ס'איז נארמאל!

א גוי וואלט געזאגט אז ס'האט מעגליך א שייכות מיט דער קאראנא מגיפה וואס גייט נאך ליידער אן, און מאנט נאך קרבנות באופן כללי, און נאך מער ביי אומוואקסינירטע. אבער מיר אידן האבן זיך שוין געזעגנט פון קאראנא אנדערהאלבן יאר צוריק. איז וואס גייט פאר אין די לעצטע פאר חדשים?!

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר