מ'קען שוין אויסטאן די מאסקעס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

מ'קען שוין אויסטאן די מאסקעס?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]כי הנה הסתו עבר הגשם חלף הלך לו, הנצנים נראו בארץ עת הזמיר הגיע וקול התור נשמע בארצנו...

נאך לאנגע צוויי יאר פון ברוטאלע באהאנדלונג פון די ליבעראלע סאדיסטן, נאך יארן פון ווירטואלע דערנידערונגן פון די קאמוניסטן, קומט ענדליך אריין די גאר גינסטיגע נייעס, אז מיר קענען זיך שוין אט אפגעזעגענען פון די לינקע עבודה זרה מאסקעס. די פארפאלגונגען און די נאכגעשרייעכצער פון "מאסקע מאסקע וואו איז דיין מענטש?" קומט ענדליך צו אן ענדע, און דאס מענטשהייט גייען ענדליך צוריק באקומען זייער אוועק גערויבטע זעלבסט-רעכטן צו קענען טאן מיט זייער קערפער וואס אימער עס געפעלט זיי, אן די צושטומונג פון קאמיסאר ביידן און קלאפטע נעסטי פעלאוסי און אלע אנדערע קאמוניסטישע קאמיסארן...

די אלע וועלכע האבן געדינט די קאוויד עבודה זרה פאר גאנצע צוויי יאר, כאפן נאך אריין די סאמע לעצטע מינוטן, מיט זיך גוט אויסצושוויצן אונטער די שווארצע און בלויע מאסקעס. לקיים רצון קדשו פון דעם איטאליענער קאוויד גלח, זיין הייליגטום אַנטאַני פאָוטשי...

די הייליגע קאוויד דינער האבן דערשמעקט אז די מידטורם וואלן דערנעטערט זיך מיט א האסטיגע שנעלקייט, און דאס פארשקלאפטע מענשהייט וועלכע קענען שוין נישט טראגן די לאסט פון זייער קאוויד עבודה זרה גייען זיך לאזן הערן ביי די שטימע קעסטלעך אין גרויסן, האבן זיי ספאנטאן א שלעפ געטאן דאס מיסטעריעזע סייענס הענטל, און דעקלערט אז דער הייליגער סייענס האט זיך דראסטיש געענדערט, און מ'מוז זיך שוין מער נישט פאר'חזיר'ן דאס געזוכט מיט אן עבודה זרה מאסקע...

ס'איז נישט צו באגרייפן ווי דאס אנגסט פון פארלירן מאכט קען ענדערן הייליגע סייענס איבער נאכט... אין צוגאב איז ארויסגעקומען א באריכט פון די פרעסטיזשפולע זשאן האָפּקינס אינסטוטוציע אז די מאסקעס און די פארשפארונגען, און די אנדערע עבודה זרה מיטלען פון די קאמוניסטן, האבן בלויז אויפגעטאן צו נידערן די ציפערן פון די אנגעשטעקטע פונעם אונטערגאנג ווי פאר א טויטן באנקעס... ס'איז בלויז גוט געווען פאר א בארואיגונגס מיטל פאר די צארטע קאוויד עבודה זרה דינער, און אויף איינצוטיילן דאס אלגעמיינע מענטשהייט וואס צו טאן...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר