מעג איך וויסן דיין פרייטאג'דיגע סדר היום?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

מעג איך וויסן דיין פרייטאג'דיגע סדר היום?

שליחה דורך זר זהב »

איך האב נישט קיין סדר היום קיין איין טאג נעבעך, איך ווייס נישט וואס דער קומענדיגער מינוט גייט ברענגען.
פרייטאג אבער איז דאך א טאג אנדערש פון אלע אנדערע טעג אינעם וואך, אמער ס'איז ערב שבת קודש!

האב איך א סדר היום פאר פרייטאג וואס יעדער מייניך וועט זיין דזשעלעס.
און אדרבה זאל זיין דא א כינות סופרים טארבע חכמה, וילמדו תועים בינה.

איך שטיי אויף 11:00 שארף, איך לויף צום קאווע שטיבעל זעהן וואס ס'טוט זיך.
12:30 גייט מען אין שיהל כאפן די לעצטע מנין, איך לויף נאכדעם אין מקוה
פאר ס'ווערט געפאקט מיט פילגרימס.

איך קום אהיים זעץ מיר צום אינטערנעט פאר 5 שעה.
א שעה פאר'ן זמן שרייט מען אויף מיר אז די פיש איז נאך נישט געמאכט!

אויש כ'שטעל צו די פיש (זי האט געטוהן אלע אנדערע התחייבות'ן) ס'קומט די זמן, די פיש איז קוים אפגעקאכט. איך שעלט שוין,
ס'גייט זיין הייסע פיש. כ'לייג עס אריין אין פריזער, ס'קומט צום סעודה און מ'האמיר האלב געפרוירענע פיש מיט פיש זאפט אייסעס.

און דאס איז שוין מיט אזא לאנגן ריזיגן נאכמיטאג. פון א מעביר סדרה מאן דכר? א שטיקל חסידיש ספר אפגערעדט.

חומש מיט רמב"ן? א שטיקל אוה"ח הק'? וואס ווען ווי.

אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז גערעגט אויפ'ן קריעטער.
איך וויל נישט זיין אזוי!!
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר