וואס עסט מען שבת?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

וואס עסט מען שבת?

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

אין וועקער 16 (איך בין אביסל לעיט אין די געים מיטן ליינען די אלטע וועקערס, אבער ר' עקיבא האט זיך אויך געזעצט לערנען ביי די 40, איטס נעווער טא לעיט) איז דא אן הערליכן ארטיקל איבער די היסטאריע פון שבת מאכלים, און די שרייבער גייט דארט אריין צו מסביר זיין אז רוב פון די מאכלים וואס אונז עסן שבת איז בכלל נישט געווען בימי תנ"ך ובימי חז"ל, דהיינו אז אפי' אין די וואכן האבן זיי דאס נישט געגעסן. נאר אלע מאכלים זענען געווארן מיט די צייט לויט וואו מ'האט געוואוינט און ס'האט זיך געטוישט מיט די יארן. בקיצור ס'איז נישטא אזא זאך ווי טראצידיאנאלע עסן, וואס מ'האט געגעסן אלע דורות.

פערזענליך האב איך שוין געטוישט ביי מיר אינדערהיים אסאך פון די מאכלי שבת מפני כמה סיבות. למשל פיש עס איך אסאך מאל טונא פיש מיט וועדשטעבאל'ס, און איך מאך פאר מיינע קינדער טונא סענדוויטש'ס מיט קליינע בילקעלעך און זיי עסן עס אויף זייער שיין. איך דארף נישט זיין פארנומען זיי צו העלפן עסן, און אזוי אויך איז עס מער צוזאמגענומען און ס'מאכט נישט קיין גרויסע שמוץ. לפעמים עס איך אויך סאשי סאלאט און דאס איז ממש אן עונג שבת. בכלל האט מיין ווייב נישט צו סאך ליב פיש, און ס'נישט מער ווי רעכט אז זי זאל אויך האבן עפעס א געשמאקע עסן ביים סעודה, ממילא לאז איך איהר מאכן וועלכע פיש זי איז יא אין די מאד פון. און אסאך מאל לאז איך אויס בכלל די פיש חלק פונעם סעודה. זומער עס איך כמעט קיינמאל נישט זופ, כ'מיין ס'איז דאך הייס, און סתם זיך פארשוויצן מיט א הייסע זופ קומט נישט אריין. און ווינטער איז יעדע וואך דא אן אנדערע סארט זופ, פארשטייט זיך אסאך מאל איז עס טשיקען זופ...

און די זעלבע איז מיט אלע מאכלים, באופן כללי טוישט מען ארום לפי המצב והזמן, זומער ווינטער וכדומה. ווען איך האב געסט פרוביר איך יא ס'זאל זיין מער טראדיציאנאל, אבער ווען נישט איז עס בבחינת אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ.

עס איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן וואס דער עולם דא טוט, וויפיל מענטשן האבן געטוישט? און וואס מ'עסט יא. מ'מוז נישט טוישן, אז איינער ענדזשויט זיין קאטשעניו, אין די געפילטע פיש מיטן מייער, איז דאך דאס זיין עונג שבת. אבער מן הסתם איז דא מענטשן אדער עכ"פ זייער ווייבער וואס ענדזשויען עס נישט, איז וואס טוען זיי? האבן זיי געטוישט און עסן זאכן וואס זיי האבן ליב? און אז נישט, פארוואס טאקע נישט? ס'איז דאך נישט קיין עונג שבת פאר זיי און דאס איז דאך וואס מ'וויל ס'זאל זיין.

אזוי אויך איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז געוויסע זאכן זענען שוין יא אריינגעגלידערט אינעם סעודת שבת ווי למשל סעלעט'ס. סיי ביי מאן טאטע און סיי ביי מיין שווער איז דא יעדע וואך פרישע סעלעט'ס ביים טיש, וואס דאס איז נישט פון די טראדיצינאל עסן. (מ'דארף נאך זוכען וויאזוי עס קען זיין ביגמטריא 7 אזויווי אלע מאכלי שבת). זעהט מען שוין ווי זאכן טוישן זיך מיט די צייט, און ביז א הונדערט יאר וועט שוין מעגליך זיין האט דאג'ס פון די הייליגע שבת עסן, און ס'וועט בכלל נישט אויסקוקען ווי אונזערע סעודות וואס אונז זענען צוגעוואוינט צו.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר