טרעינס אין ירושלים - פרצת הדור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

טרעינס אין ירושלים - פרצת הדור

שליחה דורך מאמר קדישין »

איינער קען מיר ביטע פאר א גוט יאר מסביר זיין וואסי שלעכט מיט א טרעין וואס גייט אדורך ירושלים? אמער, דער רבי זכותויגן עלינו האט זיך דאך געראטעוועט דורך א טרעין, ואין פוצה פה ומצפצף. דא פוצה'ט מען און מצפצפט מען עד אין קץ ותכלה, און איך פאר א שווארץ יאר קען נישט פארשטיין א הו"א פארוואס דאס איז שלעכט.

איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מיר זינדיגן דורך א טרעין? מילא א סמארטפאון, פארשטיי איך. פון דארט קען מען אפשר קויפן טיקעטס צום טרעין. אבער רבונא דעלמא כולא, וואס ווילן זיי פון די טרעין?

איך מיין עס ערנסט, איך הייב נישט אן צו האבן אן אהנונג וואס זיי ווילן אפילו לשיטותם. איך קען זיי לאזן מיט זייער פערצעס פון איבערנעמן מירון, איך פארשטיי אויך פארוואס קרתא מוז זיך פארמאכן, קברים טאר מען נישט אויסגראבן אפילו טאמער עס איז נישט דא קיין קברים אדער זענען זיי גוים. די אלע זאכן פארשטיי איך גוט, אבער א טרעין איז שגבה מבינתי.

אשרי מי שיעמוד לימיני לעזור לי בהבנת הענין.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר