מעשיות וואס איך און דיך וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אנאנאמיס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2020 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

מעשיות וואס איך און דיך וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי

שליחה דורך אנאנאמיס »

עפעס וואס באדערט מיך שוין לאנג איז מעשיות וואס מען פארציילט אויף גרויסע אידן אדער סתם אויף אידן וואס האבן געטוהן עפעס מורא׳דיגע מעשים וואס זענען ווערט צו פארציילען, אבער ווען מען שטעלט זיך אפ פאר א סעקונדע באמערקט מען אז די מעשה איז דברים שבכל יום ויום וואס איך און דיר וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי.

אפאר משלים;

אין איינע פון די מאגאזינען איז געווען באשריבען די פטירה פון גאבד ירושלים און די שרייבער האט געברענגט סיפורים פון די געוואלדיגע מידות בין אדם לחברו וואס דער גאבד האט זיך אויסערגעווענטליך מציין געווען, איך וועל אראפברענגען צוויי מעשיות.

די שרייבער פארציילט אז די גאבד פלעגט האבן ביי זיך יעדע שבת בחורים וואס האבן געגעסן ביי אים סעודת שבת, אמאל נאכן ענדיגן זאגן דבר תורה האט די גאבד באמערקט אז איינע פון די בחורים פארשטייען נישט קיין אידיש און מסתמא האט נישט געקענט מיטהאלטן די דבר תורה. די גאבד זייענדיג א גאון און מידות טובות האט אנגעפאנגען די דבר תורה פון פריש אין ענגליש כדי די בחור זאל אויך קענען פארשטיין!

.

ווייטער נאך א פאסירונג ביים שבת טיש פון גאבד מ׳האט געהאלטן ביים בענטשען און די גאבד האט באמערקט אייינע פון די אייניקלעך א קליין אינגעל האט נאכנישט געענדיגט זיין אייז קרים, האט די גאבד זיך אנגערופען צו זיינע מקורבים ווארט׳ס צו ווילאנג די אינגעל ענדיקט זיין אייז קרים!

שיינע מעשה, ניין?
שטעל דיך אפ פאר א סעקונדע, ווען די האסט איינעם אינדערהיים און ער פארשטייט נישט קיין אידיש וואלסטו נישט איבערגעזאגט די דבר תורה פאר אים און ענגליש?
ווען די האלטס ביים בענטשען און א קליין זיסע אינגעלע האט נאכנישט געענדיגט עסן און ער וויל מיט׳בענטשען מיט די עולם וואלסטו זיכער אויך געווארט אויף אים.

דער שרייבער לייגט זיך אריין אין לא לא לענד און כאפט אפילו נישט אז ער אליין וואלט געטוהן די זעלבע זאך אן מאכן א ביג דיל.

נאך א הערליכע מעשה האב איך נעכטען געזעהן אויף די תשעה באב פראגאם פון יואל גאלד, א מעשה וואס ברענגט ארויס די הערליכע קאלירן פון כלל ישראל. בקיצור א עלטערע פרוי איז געווען אין א"י בשעת א טעראריסט האט אויפגעריסן א באמבע אין א רעסטאראנט, נאכן ארויסלויפן האט זיך די פרוי געטראפן אויפן גאס אן קיין שיך, נישט קענענדיג גיין ווייטער צוליב די גלאז און אנדערע אביעקן אויפן ערד. פלוצלונג גייט אריבער א מאן וואס האט געהאט א פאר שיך אין א בעג און האט עס ארויסגענומען און איר עס אוועקגעגעבן! ווען זי האט אים נאכגעשריגען אז זי וויל אים באצאלען דערפאר, האט ער צוריק געענפערט אז ס׳איז מסודר און זי דארף זיך נישט זארגען, און ער האט אוועק גע׳וואקט פון דארט.

הערליכע מעשה, נישט אזוי?
ווען איך זעה אן עלטערע פרוי אינמיטען א טעראר אטאקע אן קיין שיך, וואלט איך נישט געטוהן עפעס אנדערש, נאו ביג דיל.

ס׳איז דא נאך צענדילע אזעלעכע מעשיות וואס איך האב מיך אנגעשטויסען אין, למשל אז וויזניץ׳ע רבי האט געהאלפן א אינגעל אריבער גיין די גאס. ועוד ועוד

וואס איז דיע קראנקייט פון אריינגיין אין mode פון פארציילען סיפורים און נעמען די נארישסטע מעשיות און עס אראפלייגען כאילו מ׳רעד דא פון ספעציעלע אקטן דורך ברייטהאַרציגע מענטשען??

איך קען עס נישט פארשטיין

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר