וואס זאגן אונזערע פירער אין אונזער נאמען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואס זאגן אונזערע פירער אין אונזער נאמען?

הודעהדורך פארביסענער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 6:27 am

יעצט, אין ליכט פון די לעצטיגע שטורעם וועגן עדיוקעישן ביי חרדישע און ספעציעל ביי חסידישע מוסדות האב איך געטראכט איז אין פלאץ צו ברענגען א בריוו/סטעיטמענט וואס עס האט געשריבן א פרוי/עסקנ'טע מיט'ן נאמען חיה שפיטץ. חיה שפיטץ וואוינט אין לאנדאן און איז די דירעקטאר פון עטליכע טשאריטיס און ארגענאזאציעס, אינקלודינג אן ארגענאזאציע מיט'ן נאמען אינטערלינק. אינטערלינק איז אנגעבליך א שירעם טשאריטי וואס העלפט אנדערע טשאריטיס (און ביזנעסער) זיך אן עצה געבן מיט די רולס און רעגולאציעס ארום אויפשטעלן און מעינטעינען טשאריטיס אין ענגלאנד. אפיציעל איז זי אויך א חרד'ישע ווארטזאגער וואס ענטפערט און רעדט אן ביהעלף פון חרדים יעדעס מאל ס'איז דא א שטורעם אדער א שטינק אין די מידיא וועגן עפעס א שערוריה, סומאטוכע, סקאנדאל אדער רייבערונג אינערהאלב די חרדישע קהילות, צווישן חרדים און דרויסענדיגע אדער אלס תוצאה פון באשילדיגונגען וואס יוצאים/אט"ד'ס מאכן אנטקעגן זייערע געוועזענע קהלות. (זוכט זי אפ אויף יוטיוב און איר וועט געפינען אזעלכע האניג טאָניגע "ענגעיזשמענטס" פון איר מיט רעפרעזענטאטן פון פרויען רעכטן ארגענאזאציעס אדער מידיא אוטלעטן – סטעיטמענטס פול מיט קלישעיס און הויעך, שיין-קלונגענדיגע ווערטער, וואס זענען אבער ליידיג פון אינהאלט.)

חיה שפיטץ'ס מאן געהערט צו די פשעווארסקע קהילה אין לאנדאן און (מתוך שמועה) ארבעט שוין יארן איבערזעצן, דרוקן און ארויסגעבן דעם הייליגן דברי יואל'ס חידושים. איר שוואגער האט פאר א שיינע פאר יאר (אדער נאך אלץ) געארבעט אלס מנהל אין רז"ל'ס חדר אין לאנדאן און דוכט זיך מיר זי האט א נאנטע קרוב (בערנארד שפיטץ – BRNS GROUP) וואס אייגנט און פארפיגט איבער א נעץ פון ריעל עסטעיט קאמפאניס און בנינים (מייקרא-האוזינג) איבער עטליכע שטעט אין ענגלאנד.

פאלגנד איז א בריוו וואס זי האט געשריבן צו די קאורט מיט ארום 8 יאר צוריק, אין סופפארט פאר א מאמע וואס האט זיך קעגנגעשטעלט איר גרוש'נס פארלאנג ארויסצונעמען די צוויי קינדער פון סאטמאר און אריינלייגן וואו? נאר אין ליובאוויטש, אוואו זיי וועלן קענען קריגן אן עטוואס בעסערן עדיוקעישן פאר זייערע קינדער.

די בריוו, האלט איך, איז אינטרעסאנט פאר עטליכע סיבות. קודם איז וויכטיג עלטערן זאלן זעהן די געפּאָלישטע ליגנטס וואס מען זאגט נאך אין זייער נאמען פאר די גוי'אישע קאורטס אין פארטיידיגונגס פון אונזער עדיוקעישן. נאכדעם איז וויכטיג צו אויסגעפינען ווער זענען די מענטשן וואס פארקויפן די דאזיגע תירוצים און פאלשע, אויפגעבלאזענע מיסרעפרעזענטעישנס און קלישעיס; און ווייטער, וועמען די דאזיגע סטעיטמענטס און בריוון זוכן צו באאיינדרוקן – מערסטנס אזעלכע האלבע צו פערטל אידן (לדעתינו) כדי צו קריגן חן אין זייערע אויגן און זיי איינרעדן אז מיר זענען די צוקונפט פון אידישקייט און זיי זאלן בעסער ארויסגעבן א פרוטה ביים נעקסטן פורים שנאר-קאמפיין – און צום לעצט איז וויכטיג צו באמערקן די ריכטיגע און אמת'ע אגענדעס וואס די אזוי-גערופענע דוברים האבן און די זאכן וואס זיי פרובירן צו באהאלטן צווישן די שורות אדער מיט שיין קלינגעדיגע פראזן צו לויזע און מיינונגסלאזע טערמינען. איך וועל פרובירן מדגיש זיין (BOLD) די ערטער.

און אוודאי רעגט אויף צו זעהן ווי אנשטאט צוהעלפן מענטשן וואס זוכן זיך אדער זייערע קינדער ארויסצוברעכן פון דעם רשעות'דיקן צירקל, טוען אזעלכע סארט היפאקריטן ליבערשט פארוואסערן און צונישט מאכן זייערע גוט-מיינענדע פארזוכן און טענות אדער כדי צו אנטמוטיגן אנדערע פון זיי נאכמאכן אדער כדי צו נוצן, אנטקעגן די עלטערנס ווילן, זייערע קינדער אלס א מיטל צו פארבעסערן א צעבראכענע סיסטעם.. אבער מסתמא סתם און בלויז צוליב פערסאנעל און גאנץ מגושמ'דיגע אגענדעס און אינטערעסן, ווי פראפערטי, מאַכט און [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] (לייען שידוכים).


איך, מרס חיה שפיטץ MBA (יוניווערסיטי טיטול), טשיף עקזעקיוטיוו פון אינטערלינק פאונדעישן באזירט אין 97 סטעמפארד היל, פערטע פלאר אפיסעס, לאנדאן E16 5DN מאך די סטעיטמענט, גלויבענדיג אז אלץ וואס איך זאג איז אמת און דאס מעג געלייגט ווערן פארנט פון די געריכט אין באווייזן.

אינטערלינק איז די מיטגלידערשאפט (שירעם) ארגענאזאציע פאר ארטאדאקסישע טשאריטיס. עס שטעלט צו טרעינינג און ראט סערוויסעס צו אירע מיטגלידער כדי צו בויען זייערע סקיללס און רעסורסן און זי ארבעט צוזאמען מיט פובליק ארגענאזאציעס צו העלפן אומגיין זיך מיט אונגלייכבארעכטיגונג. א טייל פון אינטערלינק'ס ארבעט איז צו ערקלערן די חרדישע קהילה פאר די ברייטערע (אלגעמיינע) ציבור.

סקולס

די חרדישע קהילה נעמט די נושא פון עדיוקעישן זייער ערנסט און לייגט גרויס געוויכט דערויף. קינדערס' עדיוקעישן הויבט זיך אן ביי זייער א יונגע גיל און פארמעלע סקולינג הויבט זיך אן ביי גיל 3.

אקאדעמישע סטאנדארטן זענען פארלאנגנד פאר ביידע, אינגלעך און מיידלעך. די אקאדעמישע סטאנדארטן אין לימודי חול פאר מיידלעך זענען ספעציעל הויעך, און געוויסע חרדישע סקולס קומען ארויס די העכסטע אדער נאנט צו די העכסטע אין די סקול ליעג טבלאות אינערהאלב די לאנדאן בּאראו פון העקני. די סטאנדארט פון די הוראה (טיטשינג) איז ערווארטעט צו זיין עקסעלענט און סקולס עמפלויען א געמיש פון קוואליפייד טיטשערס און אויך אזעלכע וואס באזיסן נישט קיין פארמעלע, פרייע עדיוקעישאן אבער האבן טרעינינג, עקספיריענס און מעגליכקייטן צו דעליווערן די אקאדעמיק קוריקולעם און אין די זעלבע צייט רעפלעקטירן די סאציאלע און רוחניות'דיגע השקפות און שאיפות פון אונזערע סקולס.

די פונדאמענטאלע ערכים פון די חרדי קהילה זענען רעפלעקטירט אין אונזערע סקולס. א טייל פון די ערכים זענען פארבינדן אין ווי אזוי די קהילה איז ערווארטעט צו אינטערעקטן מיט די ברייטערע געזעלשאפט און סטעיט, אריינגערעכנט פאראויסשטופן פרידליכע און פאזעטיווע קשרים צווישן אידן און אנדערע בירגער (דרכי שלום), מקדם זיין א פארשטענדעניש צווישן די ברייטערע ציבור וועגן די גוטסקייט אין אידישקייט (קידוש השם) און אויספאלגן די בריטישע געזעץ (דינא דמלכותא). די ערכים זענען אין ליניע מיט בריטישע ערכים און זענען באזירט אויף די פרינציפן פון טאלעראנץ, פרידליכע געמיינזאמע לעבנס, צוזאמענהאלטונגס און בירגערליכע אחריות.

צווישן-מענטשליכע אויפפירונגען און סאציאלע ערכים זענען שטארק מודגש און קינדער לערנען פון א גאר קליינער עלטער וועגן זייערע סאציאלע רעספאנסיביליטיס איינער צו די אנדערע און איבער סאציאלע אויפנאם/הכללה (אחדות), ספעציעל ווען עס קומט צו די שוואכע. אלס א תוצאה פון דעם איז די איבערוויגנדע קולטור ביי אונז אזא אוואו קינדער זענען גוט באזארגט און זארגן איינער פאר די אנדערע. מיר גלייבן אז דער דגוש אויף עמאציאנעלע און ספירוטואלע אנטוויקלונג באשאפט גוט-באלאנצירטע ערוואקסענע, אומשטאנד צו אינטערעקטן מיט די וועלט און פארמירן ריכטיגע חברותות און קשרים שפעטער אין לעבן. די רעזולטירנדע שטאפלען פון אלטרואיסטיק אקטיוויטעטן ביי חרד'ישע ערוואקסענע איז גאר הויעך און א שטודיע ביי דע מאנטפארט יוניווערסיטי אין 2002 האט געפונען אז חרדים אין סטעמפארד היל האבן זיבן מאל מער די לעוול פון וואלונטירונג ווען צוגעגליכן מיט דאס איבריגע פון די געזעלשאפט.

די השקפה אין חרדי'שע סקולס קאנפארמירט צו חרדי'שע וועליוס און זי מיידט אויס די זאכן וואס זענען פאררעכנט ווי מער ערלויבנדע אספעקטן פון מאדערנע געזעלשאפט און קולטור. מיידלעך און אינגלעך ווערן געשולט עקסטער – בכלל נישט אין סיי וועלכע וועג דיסקרימענירנד קעגן מיידלעך'ס עדיוקעישן – און די מאטעריאל דורכאויס די לערנונג קוריקולעם פארמיידן תוכן וואס זענען זיך סותר מיט חרדי'שע נארמען. אלס א תוצאה פון דעם פארמאגן חרדי'שע סקולס א גינסטיגע לעוול פון איזאלירונג אנטקעגן געוויסע פון די פראבלעמען פון מאדערנע געזעלשאפט, מיט עקסטרימע נידריגע לעוולען פון געוואלדטאהטן, דראגס און שכרות, אנטי-סאציאלע אויפפירונג, אינגע טראגוועדיגקייט וכדומה, און די פראבלעם פון פריע סאקסוליזאציע פון קינדער איז פארמיטן.

אפסטעד באריכטן ווערן גענומען גאר ערנסט ביי די קהילה. די קהילה איז שטאלץ ווען סקולס באקומען גינסטיגע באריכטן און די רעזאלטן ווערן גוט באריכטעט אין די לאקאלע פרעסע. ווען עס זענען דא שטחים צו פארבעסערן, ווערט דאס גענומען ערנסט און שריט ווערט אויף דעם אונטערגענומען. די אינטערלינק פאונדעישן איז לעצטנס פארבעטן געווארן ביי סקולס צו שטעלן אין פלאץ א סופפארט סיסטעם פאר חרדי סקולס (פאראלעל צו וואס מיר האבן שוין פאר אנדערע (חרדי) טשאריטיס), ספעציעל פאר דעם צוועק צו העלפן מיט שטייגנדע סטאנדארטן אין סקולס, טרעינינג פאר סטעף און צושטעלן זיך צו אפסטעד'ס פארלאנגען. מיר רעדן מיט סקולס, קהילה פריער און פינאנצירער איבער וויאזוי דאס דורכצופירן.

בשעת וואס דאס ערווערבן אן אקאדעמיק דערגרייכונג איז לאו דוקא פון די העכסטע ציהלן אינערהאלב די קהילה, פונדעסטוועגן זענען פארהאן שטייגנדע טרענדס פאר א גרעסערע דגוש צו ווערן געלייגט אויף אקאדעמישע דערגרייכונגען. למשל, עס ווערט מער און מער נפוץ פאר אינגע מענטשן, ספעציעל פרויען, זיך איינצוהאנדלען א העכערע עדיוקעישן פון די "אָפּען יוניווערסיטי" אדער אין פאקט אנדערע קאלידזשעס. אינגעלייט ווערן געהאלפן צו האבן צוטריט צו ווייטערע און העכערע עדיוקעישן דורך די שערי פרנסה טובה טשאריטי וועלכער ארבעט צוזאמען מיט די העקני קאמיוניטי קאלעדזש און העקני קאנסול. שערי פרנסה טובה טוט ריכטן אינטרעסירטע צו קאלעדזש קורסעס און טוען אויך אראנזשירן קאלעדזש-באזירטע קורסן און אנדערע "ווייטערע עדיוקעישן" אין קהילה סעטינגס. עס איז אין פלאץ צו דערמאנען אז דער אינציאטיוו איז גאר שטארק געשטיצט ביי די רבנישע אויטאריטעטן.

אינגע מענטשן וואס שרייבן זיך אין אין די פראגראמען טוען אפט זייער גוט מצליח זיין אין זייערע לימודים צוליב די לערנונגס כשרונות וואס זיי האבן זיך ערווארבן דורכאויס זייערע אינגע יארן. דאס שליסט איין אזעלכע כשרונות ווי טראכטן, שיקול דעת און אינציאטיוו, און אויך זעלבסט-דיסציפלין.

עס איז פארהאן ביי אונז א לאנגע טראדיציע פון ענטערפרייז (אונטערנעמונגען אין ביזנעס) אינערהאלב אונזער קהילה, פון מענטשן וואס שטעלן אויף זייערע אייגענע ביזנעסער און פון זעלבסט-עמפלוימענט. אינגע מענטשן וועלן געהאלפן ווערן זיך צו שטעלן אויף די אייגענע פיס און פינאנציעלע זעלבסט-שטענדיגקייט. זיי וועלן קריגן עצה פון סוקסעספולע ביזנעסלייט און פינאנציעלע הילף פון פאמיליע מיטגלידער, פריינט אדער גמ"חים, אלס טייל פון אונזער קולטור פאראויסצוברענגען ביזנעס ענטערפרייז. אונזער טראדיציע פארמאגט א היערארכיע פון טשאריטי, מיט די מערסט נאבעל פון זיי צו העלפן א צווייטן צו ווערן פינאנציעליש זעלבסטשטענדיג.

איינע פון די מעלות פון די קהילה איז אז זי דינט ווי א אומאפיציעלע ארבעטס אויסטויש פלאטפארמע אזוי אז אינגע מענטשן און פרויען קענען אפט טרעפן ארבעט דורכן נוצן לאקאלע נעטווארקינג. נאכמער, דערגרייכונגען און עררייכונגען ווערט אפט ערווארבן דורך ארבעטס פארמיטלונגען, וואס איז אזא אונפארמעלע סארט אפרענטיסשיפ. אינגע מענטשן מענטשן וועלן געגעבן ווערן געלעגנהייטן אויף א נידריגע געהאלט, ערלויבענדיג זיי צו קריגן נסיון און סקיללס אין א פעלד. איך ברויך צולייגן אז די קהילה האט אויפגעשטעלט און וועט אויפשטעלן מער לאקאלע אינציאטיוון צו טרעינען אינגע מענער און פרויען און צו ערמעגליכן זיי צו קריגן עמפלוימענט. עס איז אנערקענט אז ביידע, מענער און פרויען ברויכן האבן ארבעט כדי צו קענען צוגעבן פינאנציעליש צו די אויסגאבן פון די שטוב און משפחה. אין פאקט, עס איז פארהאן באווייזן וואס ווייזט אז די ראטע פון עמפלוימענט אין די קהילה איז אייגענטליך גאר הויך און ווערט אלץ מער.

פרויען ווערן געמוטיגט צו ארבעטן אזוי פיהל ווי מענער און אין פאקט, און מערסטנס הייזער, זענען די פרויען די הויפט פארדינער. עס זענען דא און עס וועט ווערן מער עמפלוימענט געלעגנהייטן פאר פרויען אין אונזער קהילה, ערמעגליכענדיג זיי צוצוגעבן פינאנציעליש צו די שטוב.

אינטערעקשאנס מיט די פרייע וועלט
די חרדישע קהילה פארמאגט א הויך אנטוויקלטע געפיהל פון סאציאלע חוב, שטאמענדיג פון זייערע אמונה און אויפציאונג, מיט הויכע שטאפלען פון צדקה, וואלונטירונג און סאציאלע אקטיוויטעטן. בשעת וואס אסאך פון די אקטיוויטעטן האבן א ‘קהילה דגוש’ און רעפלעקטירן א קהילה וואס האט א שטארקע געפיהל פון התחייבות ארויסצוהעלפן די קראנקע, ארימע און שוואכע, האבן א באדייטליכע מאס פון חרדישע סאציאלע אקטיוויטעטן אויך א שכינות'דיגע פאקוס און איז ווארעמענדיג אויסגעשטרעקט צו מענטשן פון אלע בעקגראונדס. דא אין אינטערלינק האבן מיר אסאך דוגמאות דערפון, איינע פון זיי וועלכע ווערט געשילדערט אין א בריוו פון האמערטאן שפיטאל, וואס מיר ביילייגן אין באווייזן (צו די קאורט).

די אינטערלינק פאונדעישן האט געבעטן די פירערס אין טשארדזש פון צוויי חרדי'שע שוהלן צו דורכפירן א סורוועי פון די מלאכות פון זייערע מיטגלידער. א שטארקע מאיאריטעט פון 73% אינטערעקטן רעגלמעסיג מיט מיטגלידער פון די ברייטערע ציבור דורכאויס זייערע ארבעט.

די צוקונפט
בשעת וואס א שטארקע אידישע און רעליגעיזע עדיוקעישאן איז אלעמאל געווען אף אבסעלוט וויכטיגקייט צו חרדי'שע מענטשן, איז אויך קלאר אז א פרייע עדיוקעישאן, סיי אין סקול און ווייטער (?) איז אויך מודגש. אין געוויסע סקולס איז עס געגעבן א שטארקע געוויכט און עס ווערט אלץ וואס מער א וויכטיגע נושא צו די קהילה און איך גלייב אז די דאזיגע טרענד וועט ממשיך זיין. די נאטור פון עמפלוימענט אין אונזערע קהילה האט זיך דראמאטיש געטוישט. נישט לאנג נאך די ענדע פון די לעצטע מלחמה (?) האבן ערוואקסענע מיטגלידער פון די קהילה למשל געארבעט אין מאנופעקטשורינג פאבריקן. די מקור פון עמפלוימענט איז מער נישט עוועילעבל. נעמענדיג אין באטראכט די טוישענדיגע מאקרא-עקענאמישע קלימאט זענען די שאנסן פאר מענטשן מיט ווייניגער קוואליפיקאציעס גאר שטארק רעדוצירט, און אלס א תוצאה דערפון טוהט די קהילה יעצט זיך עדאפּטירן.

מיר טוהען נישט צוריקווייזן מאדערניזם עז עי רול אחוץ וואו עס איז זיך סותר מיט חרדי'שע וועליוס, און חרדים האבן געמאכט פולע באנוץ פון טעכנעלאגיע ווי למשל קאמפיוטערס און סעלפאונס. מענטשן ווערן געהאלפן עקסטענסיוולי צו נוצן די אינטערנעט אזוי זיכער און סעקיור ווי נאר מעגליך, מיט די הילף פון פילטערס און אנדערע באשיצונגען, ערמעגליכענדיג זיי צו געפינען די באלאנץ צווישן פונקציאנירן אין א מאדערנע וועלט און עקאנאמיע בשעת'ן אנהאלטן זייערע ערכים. עס זענען פארהאן פילע פראגראמען אין די קהילה צו פארבעסערן די IT סקיללס פון מענטשן פון אלע עלטערס און חרדים וועלן פארזעצן צו נוצן טעכנאלאגיע צו ערמעגליכן זיי צו דערגרייכן עקאנאמישע זעלבסטשטענדיגקייט.

מרס חיה שפיטץ
28.08.14
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פארביסענער אום פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 8:05 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארביסענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך בונה של טוב » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 7:25 am

א דאנק פאר׳ן מיטטיילן. בפרט פאר די אומערמידליכע ארבעט פון איבערזעצן דעם בריווו אויף אידיש.

איך האב געהערט אמאל אן אינטערוויא פון איר און די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ פון די גראבע ליגנס וואס זי וואגט זיך צו זאגן און צו פארדעקן... ממילא איז דער אנפאנג פון איר בריוו נישט געווען קיין נייעס פאר מיר. אבער איך האב זיך געמוזט אפשטעלן ווי זי פארלייקנט די הפקרות וואס קומט פאר מיט סעקשועל עביוז קרבנות און נאכמער די שטיצע און הילף וואס מ'גיט נאך פאר אנגרייפערס (סיי אויב מ'שיקט זיי אפ אויף ארץ ישראל אזויווי מ'האט געטון פאר מלכי לייפער די מינוט ס'איז אנטפלעקט געווארן די פארברעכנס און מ'האט געוואלט סעיוון פעיס אז זי זאל נישט דארפן שטיין אין געריכט וועגן די שטינק וואס ס'וועט מאכן פאר זייער מוסד און קהילה וואס האט עס צוגעלאזט אזויפיל יאר.)

ב"ה איך בין קיינמאל נישט דורכגעגאנגען די יסורים פון פארגוואלדיגט ווערן אלס קינד אבער פון די פערזענליכע איבערלעבענישן פון משפחה און פריינט און וואס איז שוין היינט באקאנט גענוג איבערלעבענישן וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף ווען מ'הערט עס. און מיר ווייסן גוט אז ס'דא אומצאליגע קינדער וואס זענען קרבנות כסדר פון דעם (ווייל ס'איז נישטא קיין שום אקאונטעביליטי ביי אונז).

פאר די וואס ווייסן מער וואס גייט פאר אונטער די קוליסן אין די מוסדות (און אפילו היימען) איז עס איום ונורא צו טראכטן וויפיל קינדער ליידן און די גלייכגילטיגע אופן ווי זי קען אזוי קאלט עס אוועקמאכן כאילו ס'קומט נישט פאָר, דאס איז טאָ מאטש פאר מיר. איך האב נישט געקענט פארזעצן ליינען. אפשר שפעטער וועל איך ממשיך זיין ווען איך קען זיך בארוהיגן.
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:18 am
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך פארביסענער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 8:25 pm

בילדער פון די סטעיטמענט
CS1.png

CS2.png

CS3.png

CS4.png
פארביסענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך באהעלפער » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 9:09 pm

זיי מוחל געב א לינק צו יוטוב וכדומה
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך פארביסענער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:11 am

https://twitter.com/BBCWomansHour/statu ... 9129292804

chaya_spitz.jpg
chaya_spitz.jpg (2.45 KiB) געזען געווארן 483 מאל
פארביסענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:26 am

דאס איז נישט יוטוב
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און 4 געסט