וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8402 מאל

וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

שליחה דורך שמן למאור »

פינקט ווי אסאך אנטי-סיסטעם חסידישע אידן האב איך מיך אביסל געפריידט צו זען ווי די ניו יארק טיימס ברענגט ארויס אז די ענגליש ביי אונז קען האבן א תיקן, און איך האב מיך היבש אינטערגעשמייכלט הערנדיג איבער די נייע גיידליינס וואס ניו יארק האט איינגעשטעלט.

ווי נישט ווי איז יעדער מודה אז אונזער עולם בכלליות קען גאנץ שוואך ענגליש, די זאך מעג האבן א תיקן. מען מעג צירוקגיין צו די צייטן ווען ישיבות פלעגן נאך אויך האבן ענגליש. דעם חויב ללמד את בנו אומנות האט נישט אויסגעוועפט אין 2022 און ענגליש איז די ערשטע סטעפ דערצו. אפילו אויף "אייוועלט" האט זיך געעפנט אן אנקעטע אויב די עולם קען באשטיין צו האבן בעסערע ענגליש אין די מוסדות, און א מערהייט האט געוועלט אז יא... ביז די אשכול איז געפלויגן..
וואס מען זעט פון דעם איז אז די עולם קען באשטיין אז עס זאל אריינקומען שנוים לטובה, מען וויל אז די קינדער זאלן קענען א בעסערע ענגליש ווי די טאטעס.

איך האב געזען אויף טוויטער ווי @קטלא קניא פייערט אויך די זיג און איך האב נישט געקענט טון מער ווי מיטשאקלען מיטן קאפ און איינשטימען אויף די פייערונג...
אבער דאן האב איך עס געגעבן אביסל מער מחשבה..

צעווישן מיר און דיר גערעדט.. גייט זיך עפעס טוישן? גייט סאטמאר אנהייבן צו לערנען אפאר שעה א טאג ענגליש?? זיכער נישט.. אפילו קיין זוז כל שהוא וועט מען זיך נישט רירן.. ס'טייטש? ס'דאך א שעת שמד!! מען טאר נישט נאכגעבן קיין שיך בענדל! אפילו איין מינוט ענגליש וועט מען נישט צולייגן.

מען וועט זיך שלאגן אין געריכט ביזן סופרים קאורט, מען וועט אויפהערן נעמען פאנדינג און ארויפלייגן די יאך אויף די עלטערן דורכן העכערן די שכר לימוד, מען וועט טוישן די מוסדות צו האום-סקולינג פאסיליטיס... מען וועט טון וואס עס לאזט זיך, אבער קיין ענגליש וועט מען נישט לערנען.. איך קען גוט מיינע ברודערלעך וואס פירן די מוסדות... זיי וועלן מאכן יעדעם ליידן, עס וועט ווערן ענג פארן עמך איד פון אלע זייטן, אבער זיך א בייג טון? חלילה וחס!

און איך שטיי און טראכט צו זיך.. מה הועילו חכמים בתקנתם..? ווען עס ווערט ווען א מהפיכה און מען הייבט אהן צו לערנען ענגליש ווי עס באדארף צו זיין אין אלע חסידישע מוסדות, דאן וועלן מיר טאקע טרינקען שאמפעין אינאיינעם מיט נפתלי מאסטער. אבער צו גייט דאס דען געשען? סך הכל וועט די שטריק איינגעצוימט ווערן ארום די האלז פון די עלטערן וואס ווילן יא א בעסערע עדיקעישן פאר זייערע קינדער.

(איך וויל דא קלארשטעלן אז איך רעד נישט דא פון די עלטערן וואס האבן די שטארקייט צו שיקן זייערע קינדער אין בעסערע מוסדות וואו מען לערנט יא בעסער ענגליש, איך רעד פון מענטשן וואס זענען פארט פון די קראוד, זיי מוזן שיקן צו די חסידות.. זייער ווייב וויל אזוי.. זיי פארנעמען נישט די פרעשור פון די עלטערן, חברים, וכדומה.
אודאי די וואס האט די שטארקייט זיך ארויסצושטעלן און שיקן ווי זיי האלטן פאר ריכטיג, איז אשרי להם ואשרי חלקם, אבער ס'דא געניג וואס זענען סטאק און האבן געווארט פאר א ישועה מבפנים. און אזוי אויך איז דא געניג וואס ווילן יא האבן א געהעריגע חסידישע חינוך נאר זיי קענען באשטיין אז זייערע קינדער זאלן אויך קענען א גוטע ענגליש.. כאילו ס'איז עפעס א סתירה)

דא האסטו א סאטמארע אינגערמאן, ער וואוינט אין וויליאמסבורג.. ער קען באשטיין אז מען זאל לערנען מער ענגליש.. ער האט זיך געלאזט אינטערוויוען ביי די ניו יארק טיימס.. ער האט מסביר געווען בטיב טעם ודעת פארן ריפארטער ווי שוואך די ענגליש איז. ער האט שטילערהייט אלע יארן געשטיצט יאפפעד. ער האט זיך געפריידט ווען די גיידליינס איז ארויסגעקומען. אבער סך הכל וועט זיך בלויז טוישן די פאלגנדע; עס וועט אים ענג ווערן די מצב, שכר לימוד וועט אים ווערן טייער.. די מוסד ווי ער שיקט בעל כרחך וועט ווערן אויס ליגאלע סקול.. און ווען ער וועט אריינברענעגען זיין זון צום שפיטאל פאר סטיטשעס וועט די טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס אים אראפדרייען די געהירן פארן נישט גיבן קיין חינוך פאר זיינע קינדער...

הזאת נעמי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר