גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:09 pm
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1847 מאל

גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל

שליחה דורך נוח »

כ'זעה אסאך מאל ביי מיינע אויפגעקלערטע חברים אז צוליב פארשידענע געדאנקען איבער אונזער געזעלשאפט מיינען זיי אז דערפאר זענען מיר א נארישע נידעריגע קולטור וואס געט נישט צו צו די וועלט. צב"ש, אונזער מוזיק איז סתם נארישע מוזיק. אז דו ווילסט הערן "עכטע" מוזיק, דארפסטו זיין גענוג קיל צו הערן לענארד כהן אדער אפילו די פּאפּ קעניגינס פון אמעריקע.

חרדישע מוזיק? נע! חסידישע מוזיק? עה! "אונז פארשטיי מיר נישט צו די 'עכטע' מוזיק!"

און במחילה, איך האלט אז טייל אויפגעקלערטע מאכן די זעלבע טעות לגבי השקפות און דעות, כאילו די גויאישע וועלט האט די "עכטע" פארגעשריטענע דעות, און יעדע דעה מיט וואס אונז זעמיר חולק איז צוריקגעבליבן. דאס איז נוגע סיי לגבי די וואס קויפן אפ יעדן געניץ פון ליבעראלן, און סיי די וואס כאפן בשתי ידיים יעדן שטות פון קריסטליכע קאנסערוואטיוון און זייערע פרעדיגערס.

די גויאישע-אמעריקאנער קולטור איז א קולטור פונקט ווי אלע. ס'איז געמאכט דורך מענטשן פון בלוט און פלייש פונקט ווי אונז אלע. יא, ס'האט א מעלה אז ס'איז אפען פאר נייע געדאנקען, און אויפגעקלערטע מענטשן קענען דארטן טרעפן ענינים וואס ביי אונז ווייסט מען נישט אפילו ווי אזוי אנצוקוקן. אבער מ'דארף אייביג געדענקען אז אונזער רייכער קולטור האט אויך וואס צו אָפערן און מ'דארף זיך נישט אייביג שעמען מיט אונזערע דעות און אפילו סתם געפיל און טעיסט פאר מוזיק, מאכלים, ליטעראטור, פאליטיק, און אפילו חכמות העולם.

פארוואס זאג איך דאס יעצט. ווייל מיר קוקן מיט פאסצינאציע ווי די גויאישע וועלט האט די וואך פלוצלינג אנטדעקט קליפס פון מיאמי בויז קווייער, און די חברה מאכן א חיים טובים מיט'ן זען א געשמאקע מוזיק זשאנער וואס איז פרעמד פאר זיי און האבן שטארק הנאה. און את חטאי אני מזכיר, אויב וואלטסטו מיר געפרעגט דריי וואכן צוריק אויב מיאמי בויז האט אין זיך עפעס אריגינעלקייט און ברענגט עפעס א חידוש פאר די וועלט, וואלט איך געזאגט אז ניין. מסתמא וואלט איך געזאגט אז ס'איז סתם קטנות'דיגע זינגערייען, און וואס אימער דערפון וואס איז יא אין מויל צו נעמען, איז מסתמא נאכגעמאכט פון גויאישע זינגערס און קאמפאזערס און קאראעגראפערס. אבער ס'איז נישט אזוי. ס'איז יעצט קלאר אז מיאמי בויז איז יוניק, און ברענגט א חידוש אויף דער וועלט.

און מיר דארפן געדענקען אז דאס זעלבע איז מיט אלעם פון אונזער קולטור און געזעלשאפט. מ'טאר זיך נישט שפירן קליין און נאריש קעגן די מעכטיגע וועלטליכע קולטור. צי ס'איז נוגע ענטערטעינמענט, צי ס'איז נוגע די יעצטיגע השקפה ביי ליבעראלן אדער היימישע קריסטליכע קאנסערוואטיוון, צי האט צוטוהן מיט טאלאנט און כשרון. מ'דארף קוקן אויף יעדע זאך מיט אפענע אויגן, און זען צו נעמען פון איבעראל וואס איז גוט, אמת און הייליג. און נישט ווייל מ'שפירט א שטומפיגקייט און דערשטיקטקייט ביי אונז זאל מען מיינען אז אלעס ביי אונז איז נאריש, און ביי זיי איז אלעס עכט און אמת.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר