עס איז צייט צו רעדן וועגן VPNs - חלק (1)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

עס איז צייט צו רעדן וועגן VPNs - חלק (1)

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס איז צייט צו רעדן וועגן VPNs (ווירטואלע פריוואטע נעטווארקס) (1)

איר האט שוין אמאל געהערט פון דעם אויסדרוק, "הע, רעדן איז א קונץ? לאמיר זעהן טוה עפעס!". יא, רעדן איז א קונץ! און דא רעד איך נישט פון דעם סארט 'רעדן' וואס רוב איינגעשטעלטע אין א קאמפאני טוען דורכאויס ענדלאזע מיטינגס, אוואו מען רעדט און מען רעדט וועגן 'טוהן' אבער טוהן למעשה טוהט מען נישט. איך באציה מיך דא צו די סארט "פערסוועסיוו רעדן" , רעדן (און אין אונזער קעיס – שרייבן) צו איבערצייגן אדער אריבערווינען עמיצן צו אן עפיניען, דעה אדער באגריף וואס איך אדוואקיר פאַר. אזא סארט רעדן איז יא א קונץ. מען לערנט זיך דאס און מען שארפט דאס אויס דורך יארן ארבעט, פיין און עקספיריענס. אלזא, קום עס נישט אוועקמאכן.

פארוואס זאג איך דאס? ווייל מיין טאכטער איז נישט לאנג צוריק אהיימגעקומען אז איר טיטשער האט געזאגט דאס רעדן, מיינט זי, וויי טוהן עמיצן מיט רייד איז ערגער ווי יענעם וויי-טוהן פיזיש. האב איך איר געענטפערט אז ס'איז בעלאוניס: קום, איך וועל דיר געבן א פראַסק און דו טארסט מיר גארנישט צוריק-טוהן אחוץ רעדן ווייל איך האב דיר נאָר געשלאגן. ס'ארא נארישקייטן.

סאוי איך האב דאס איבערפארציילט פאר א פריינדינע וואס איז זעהר אבסעסירט מיט אנטיסעמיטן און אזעלכע וואס רעדן אָנליין קעגן אידן. אז מען ברויך זיי נאכשפיאנירן, בּענ-ען, בּלאָקן, אויפדעקן און אויסראטן וכו' וכו'. האט זי כמובן מסכים געווען מיט מיין טאכטער'ס מחנכת. והא ראיה זאגט זי, קוק היטלער, ער האט גוט גערעדט, געהאט א געראטענעם כח הדיבור און איז געווען זעהר פערסוועיסיוו. מען האט אים נישט אפגעשטעלט אין צייט און קוק וואס איז ארויסגעקומען.. נאכדעם איז זי אנגעגאנגען מיט די אלע אמתלות פון "רייד שטעכט אין הארץ..", "מענטל דעמידזש איז אסאך ארגער און לענגער דויערהאפטנד.." וכו' וכו'. איז, חוץ פון אירע שוואכע אמונה אז מיר, אלס מענטשן און אלס אידן בפרט, קענען און מעגן נישט קאנטראלירן, אדער מיינען אז מיר קענען קאנטראלירן, אלצדינג אויף דער וועלט -- אינקלודינג וואס מענטשן זאגן און טראכטן אנליין -- שטעקט דא, אין איר צוגאנג, אסאך א טיפערע און פעלערהאפטיגערע געדאנקען גאנג:

נאָר אזעלכע מענטשן וואס האלטן זיך עליטע און באטראכטן ס'רוב איבריגע המון עם ווי מאשינען וואס קענען נאר און מוזן פאלגן בלינדערהייט וואס מען הייסט זיי, אהנע שוקל זיין, טאקע דייקא אזעלכע וועלן האלטן אז רעדן איז ערגער ווי טוהן. פארוואס? ווייל ווען סתם מענטשן באגייען ווייעלענס ווייל זיי זענען נשפע געווארן פון זייערע פירער אדער באאיינפלוסער, טאר מען זיי דאך נישט באשולדיגן ווייל עס איז דאך גוט אז זיי פאלגן אהן טראכטן. זיי דארפן פאררעכנט ווערן ווי ראבאטן, סיי אין פרידנס צייטן און אויך אין די זעלטענע קריגס צייטן. אבער וועמען דארף מען אנשטאט באשולדיגן? די וואס רעדן, די וואס האבן אן איינפלוס. אפילו ווען זיי האבן גארנישט פערזענליך געטוהן. אזא געדאנקענגאנג איז דאך ריינע כפירה; אוועקנעמען די בחירה פון דעם אינדיווידועל; פון אלע אינדיווידועלן אין פאקט. און עס גיבן היטלער'ן!?. (און די זעלבע נקודה איז אמת בנוגע קרימינאלע קעיסעס, אויף אן אינדיווידועלע לעוול, אוואו דער פּרעוועלענט מיינונג איז היינט אז דער LOWLY רוצח האט נישט קיין בחירה; איז נאר א ראבאט וועלכער פאלגט אויס באפעלן אדער וועלכער ווערט פלוצים נתעורר מתוך כעס צו עקשאן און קען נישט באשולדיגט ווערן עפ"ל..; עס איז די "פלאנירער" און די "אויטאריזירער" וואס קריגן די מערסטע עטענשאן און בלעים.)

נאך מער, נאכשפיאנירן און נאכיאגן די וואס סך הכול טוהען זיי רעדן זייער אָפּיניען בגלוי וועט וואס אן אמת גארנישט אויפטוהן – ווייל די רייד (און דער רעדנער) איז נאר א סימן נישט א סיבה. דאס איז א צייכן אז עפעס קאכט זיך אין אויוון. אדרבה, אויב היטלער האט מצליח געווען מיט זיין רעדן צו איבערצייגן אזויפיהל מענטשן צו מאכן א מאָוו, און אפּטוהן אזעלכע רשעות, ווייזט דאס מער אויף א געברויך (וואס מען האט ליידער פארפאסט) זיך צו דערגרינטעווען פארוואס ער האט ביי אזויפיהל מענטשן געטראפן אן אפן אויער ווי איידער אויף א געברויך אפצוהאקן דעם קאפ פון יעדעם וואס נעמט די פאדיום נאך איידער זיי האבן אפילו א שאנס צו זאגן וואס זיי ווילן זאגן? אפשר וועט ער דיר דינען פאר א גוטע סימן מגלה צו זיין וואס עס טוהט וויי פאר אזויפיהל אנדערע מענטשן וואס האבן נאר נישט די כוח עס צו קאמיוניקירן.

ווארשיינליך זענען די מאסן שוין געווען שונאי ישראל אסאך פריער, משום כל מיני סיבות שונים - כולל אזעלכע וואס זענען בארעכטיגט געווען, (און צווישן זיי האבן זיך מסתמא געפינען גענוג געשולטע מדברים צו ריפּלעיסן היטלער אפי' אויב דו וואלסט פטור געווארן פון אים נאך אין תרצ"ג) נאר היטלער איז געווען א שאנס פון צווישן אלע אנדערע איקוואלי פאטענציעל שאנסן, צו רעפרעזענטירן און מגלה זיין אין זיך, א סינגל עמבאדימענט און פּרי פון אזויפיהל פיין און אנגעגעסנקייט פון א גאנצער געזעלשאפט; א פיין וואס האט זיך ארויסגעשיילט אין א פיגור וואס האט נאר מיט געציילטע ווערטער געקענט דרייוון א מאסע פון מיליאנען מענטשן, פון א רצון – א פאטענציעל – וואס איז שוין לאנג דארטן געווען - צו פיזיקעל עקשאן. אזא כח הדיבור וואס קען דרייוון צו אזא [נידריגע] לעוול פון עקשאן, ברויך קומען פון אן אונגעהויערע מאס פון סאָפערינג (און מסתמא אויכעט אחרי אהן א שיעור שיתוקים פון קלענערע רעדנער בעפאר אים..). זאת ועוד, אז דו וועסט פארשווייגן דעם אבער נישט יורד זיין צום אמת'ן פראבלעם און נישט דיעלן דערמיט וועט מארגן אויפשטיין א צווייטער היטלער, און אפשר גאר אן ערגערן.

(איך קוילער מיך אייביג פאר געלעכטער ווען אימער איך הער פון עפעס אן א.ג. אקעדעמיק אדער האלאוקאוסט עקספערט -- געווענליך געדונגען ביי עפעס א דזשואיש מאגנאט, פאונדעישאן, טינק-טאנק גרופע אדער יוניווערסיטי וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהערט פון -- וואס האט שטודירט אנטיסעמטיזים און איז געקומען צום מסקנא אז ס'איז אומערקלערבאר! אנטיסעמיטיזם איז אַן אומראציאנאלע פענאמענאן. רול אף נעטשור. מורא'דיג, שוין באלד ווי מעשי מרכבה. שכוח, די טויזנטע ארימע, געפייניגטע און אנידערגעשלאגענע מענטשן, איבער דאס לאנד, וואס ליידן זיך אהן פון ארבייטסגעבער, לענדלארדס, געלט גייציקע געשעפט אייגענטומער און הונגעריקע יוטילעטי קאמפאניס, און סיי וועלכע גאווערנמענט סערוויס וואס איז אינפעסטעד מיט אַפּאטיע, ביוראקראטיע און רויטע-טעיפ האבן נישט קיין איבעריגע פאנדס צו 'קויפן' אקאדעמיקער און גאנצעטע אקאדעמישע אינסטיטוציעס אויפצובּאַקן נייע אומנויטיגע און נישט געשטויגענע תחומים, און זעלבסט-אינטערעסע דינענדיקע שטודיעס, כדי צו באאיינפלוסן און דרייוון נאך מער געלט-גייציגקייט און פוילקייט, נאך גאווערנמענט ביוראקראטיע און נאך ליידיגע און מיינונגס לאזע טיטלען און דזשאבס אינערהאלב די סיוויל סערוויס. גיי ארום און פרעג אויס די אויסגעהארעוועטע מענטשן וואס ארבעטן שווער אגאנצן טאג על המחיה ועל הכלכלה נאר אהיימצוקומען און אריינפאלן תיכף ומיד, מאכטלאז אין בעט, וחוזר חלילה, נאר צו זעהן זייער געלט אויסרינען פאר מענטשן, באדערפענישן און אַפּירענסעס, וואס זיי דארפן נישט, האבן זיך נישט געוועלט, האבן נישט ליב, און, וואס זענען זיי גארנישט, פערזענליך מרוויח. ווייסט וואס, גיי נישט צו גוים. קום פרעג ביי אונז אליין; אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן מיט די גאר גוט באקאנטע, וויסטע ראסיזם און זענעפאביע וואס אונזערע אייגענע מוסדות און פירער קאָמערן אונז טאג איין טאג אויס און מיר וועלן אייך שוין פונטקליך "ערקלערן" וואס אנטיסעמיטיזם איז, פארוואס זי קומט און ווי אזוי מען קען זי עוואוידן אין די צוקונפט.. אקאדעמיקער..! כא!)

נאכדעם איז דא די נקודה פון ווערדע. דהיינו, זענען די מענטשן אפילו ווערד אויסצוהערן און זיך מטפל זיין מיט זיי? ווי כאילו, אלס וואס זיי קענען בסך הכול איז רעדן.. איזי!? און דא קומען מיר צוריק צו די אויסשפריך מיט וואס איך האב אויבן אונגעפאנגען: געווענליך, די מענטשן, די סארט ווי מיין פריינדינע, וואס קענען נישט סובל זיין די וואס באזיצן די כח פון רעדן און זוכן זיי צו פּערסעקיוטן אויף יעדע געלעגנהייט זענען אזעלכע וואס באזיצן אליינס נישט דער סקילל. דערפאר, זענען די איינציגסטע מיטלען עוועילעבל פאר זיי צו קורבּן די לעצטע, דורכ'ן זיך באנוצן מיט גארווערנמענט רעגולעישן (סטעיט-ווייעלענס) אדער סענסורשיפ. (ביידע וואס זענען כח הזרוע ווייל אפילו סענסורשיפ קען נאר דערגרייכט ווערן דורך רעגולעישנס אימפאוזד ביי די גאווערנמענט אויף טעכּ קאמפאניס.) אין אנדערע ווערטער, פארשווייגן דיע וועמען זיי קענען נישט פארליידן אדער זיך פארשטאָפּן די אויער פון צוהערן זייערע רייד.

וואלט אבער נישט פיהל בעסער געווען ווען דו לערנסט דיך אויס אליינס צוריק צורעדן, און אננעמען זיך פאר דיר אליינס? אלא מאי, דו קענסט נישט. ביסט מודה אז דו פעהלסט דער סקילל און דו האלטסט אז אנדערע זענען צו נאריש אדער פרעדזשייל אליינס אפצומאכן וואס איז אמת און עטיש (דאס איז אין א פאל וואס דו אליינס גלייבסט כאטשיג אז דער אמת און יושר ליגט ביי דיר; ווען דו ווייסט אז דו ביסט שקר ביסטו דאך אפי' נישט ווערד א רעפרענץ) במילא בלייבט פאר דיר די איינציגסטע מיטל, זיי צו שיעלדן און שעלטערן פון די אינפארמאציע וואס דו גלייכסט נישט. אבער געוואלד, ווי אזוי לערנט מען זיך דער כישרון? אלס א בעל אמונה ברויך א מענטש זיך פרעגן די קשיא, ווי קומט דאס צו גאט אז ער גיבט צו אזעלכע העיטערס אזוינע אויסגעשארפטע סקילס און צו מיר, דער כלומרשט אויסגעארבעטער, גוטער און ליבעראלער מענטש, נישטאמאל די מעגליכקייט איבערצוצייגן א צוהערער, אפילו אין די זעלטענע מאלן וואס איר זאג טאקע דעם אמת – אז איך זאג דאַן דעם אמת? מיין נקודה: דאס אז זיי האבן אזא כח, אזא כאריזמע און קענען אזוי לייכט אריבערברענגען אזויפיהל מענטשן צו זייערע אפינען, מיט אביסל רייד, איז א שטארקע טענה פאר זיך אליינס און לאזט נישט, א בעל אמונה, זיי אוועקמאכן כלאחר יד אדער לכה"פ [נישט] זאגן זיי זענען ערגער ווי די וואס טועהן. א ראיה: אז זיי זענען נושאי חן ביי אזויפיהל מענטשן. איי, די אלע מענטשן זענען סטופיד און גוליבּעל לדעתך? ווייטער, מי שמך לראש אוועקצומאכן אזא מאסע מענטשן, צוזאגן אז זיי זענען סטופיד און אז זיי האבן נישט קיין רייט טו וואוט סאו טו סעי? מ'שטיינס געזאגט, ביסטאך א דעמאקראט!? זו היא די טענה פון דער אגיטאטור: דו מאכסט אוועק און ביסט זיך מתעלם פון אזויפיהל מענטשן, יצורים פון גאט פונקט אזוי ווי דיינע אידישע ברודער!?

און דער אמת איז אז גאט קערט נישט צו דו ביסט א גוטער מענטש אדער נישט. צו דו ביסט אן אוהב ישראל צו נישט. נישט אין דעם איז תלוי דיין כח הדיבור. קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג גוט רעדן. דער כח הדיבור שאפט מען זיך דורך יארן ליידן און שווייגן טאקע פון די בעלי זרוע. פון די זעלביגע וועמען דו טענה'סט זענען בעסער פון די וואס רעדן. פארוואס? ווייל פארלירן גלייכוויכט און אויפהייבן די האנט אויף א צווייטן פאדערט פיהל ווייניגער איינגעהאלטנקייט און ענדורענץ ווי דאס ליידן און שווייגן אפילו אין א סיטואציע וואו דו מיינסט אדער ווייסט אז דו האסט סייווי נישט די כח צו רי-טאַליעיטן פיזיש. ווייל מיט דעם גראבן און מגושםדיגן קערפער ווערט מען געבוירן אבער דעם קאפ און מויל ברויך מען אויסשארפן. אלזא צוריק צו די ענטפער וואס איך האב געגיבן מיין טאכטער: ביסט טאקע קליינטשיק און שוואך אבער א מויל האסטו און דו ביסט נאך אינג, קענסטו ארבעטן אויף דעם. לערן דיך דעם סקילל – דעם כח הדיבור פון וואס מיר האבן אויבן גערעדט – וועסטו סיי האבן באגאנגען דעם קלענערן זינד (אויב בכלל – מען רעדט דאך נישט פון אנהויבן א געפעכט; נאָר זיך פארטיידיגן) און סיי עררייכן די מעגליכקייט פון באאיינפלוסן אנדערע דיר צו זיין צוהילף בעת מצור; און ועל כל זה קענען זיך באנוצן דערמיט צו באשיצן אנדערע נרדפים פון בּוליס, בעלי זרוע.

לאז דיך נישט פון די אלע מענטשן וואס זאגן אז רעדן איז ערגער ווייל זיי זאגן נאר אזוי ווייל ס'פעהלט זיי דער סקיל און זיי זענען צו לעיזי און מגושםדיג זיך דאס צו לערנען. זיי קענען עס נישט האבן ביידע וועגן – שלאגן און פאטשן וועם ס'לאזט זיך און נאכדעם פארשרייען יעדער וואס רעדט ארויס קעגן זיי, אלס אנטיסעמיט אדער העיט פארשפרייטער.

אלזא וואס האט דאס צוטוהן מיט VPN? עס האט שוין איינמאל. ווי אזוי שפיאנירן זיי, די שונאי דיבור חופשי אדער חופש הביטו? דורכ'ן לאקערן און טעפּן אונזערע טעכּ דיווייסעס, טשעט אפליקאציעס, ראוטערס, אינטערנעט נעטווארק טראפיק און די וועבסייטס וואס מיר באזוכן טעגליך. דאס דערגרייכן זיי דורכ'ן ארבעטן האנט ביי האנט מיט געוויסע פון די קאמפאניס וואס דעוועלאופן, אפערירן און פראוויידען די פארשידענע סערוויסעס, מיט די ענפארסמענט אויטאריטעטן און מיט מענטשן אין פאזיציעס פון אויטאריטעט צווישן אונז, אין אונזערע אייגענע קהילות (ווי מענטשן מיט קשרים אין די פאליציי, סאושעל סערוויסעס אדער אקאדעמישע אנשטאלטן, טראנסלעיטערס און טעכּ פראוויידערס) צו איינזאמלען, סארטירן, אנאלאזירן און שערן אונזער דאטא אויף א מאסיווע און סיסטעמאטישע פארנעם, אפטמאל לייוו, עז דעי העפּען, וואס תסמר שערות אנוש אויב וואלט איך אייך פארציילט די געשיכטעס וואס פאסירן יום יום, די מעגליכקייטן וואס מען קען אלס טוהן מיט די מערסט מאדערנע טעכנעלאגיע אוועילעבל היינט צוטאגס און די פילצאליגע מאטיוון און יוז-קעיסעס פון די סארט טונקעלע אקטיוויטעטן.

געוויסע זאג איך, ווייל נישט אלע. לאקעלי זענען נאך דא מענטשן און קאמפאניס, אפטמאל טאלאנטפולע, וואס האלטן שטענדיג מענטשן'ס פריוועסי ווי א שוויתי פאר די אויגן און געבן זיך נישט אונטער צו גאווערנמענט פרעשור, ווערן נישט פארבלענדעט פון געלט-גייציגקייט און וויכטיגסטע: האלטן זיך נישט און האבן זיך נישט זעלבסט דערקלערט אלס גאט פערזארגער, אז זיי ברויכן זיכער מאכן אז מענטשן האבן אפי' נישט די בחירה צו באגייען קריים און אז זיי ברויכן קענען אויסרעכענען וואס א מענטשנ'ס מעשים וועלן מארגן זיין בעיסד אָן וואס ער האט נעכטן געשריבן אויף עפעס א סאושעל נעטווארקינג סייט; די מענטשן און קאמפאניס דעוועלאופן און אפערן סערוויסעס וואס ערלויבן פשוטע מענטשן, אהן צו דארפן וויסן צופיהל זייערע איננער ווארקינגס, זיך באנוצן מיט די טולס צו קענען סוירפן די אינטערנעט און אויסדרוקן זייער דעה אוואו זיי זעהען ריכטיג.

אין די נעקסטע חלק וועל איך פאוקעסן אויף וועלכע VPN צו נוצן און די פארשידענע אפשענס און פארעמען VPNs זענען אוועילעבל אין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר