וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך ששון ושמחה » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 8:18 am

וואלווי האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן:אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.


ס'גייט זיך הערן זייער petty, אבער די פינעווער פאר צדקה קענסטו יא געבן פאר דיין פעטער. פארוואס נאר אן ערענסטער סכום? ווען די טיילסט פאר יענעם געסטו א פינעווער, אפילו ס'איז א קליינע סכום, ווייל פרוטה לפרוטה מצטרפת, מילא פארדינט דער מקבל עפעס צום זאך, און ס'מאכט עם גוט פילען.

דיין קרוב דעזערווט די זעלבע. מאך עם גוט פילן. גייסט קויפן וויין לכבוד יום טוב? קויף א באטל פאר עם אויך, ס'מוז נישט זיין טייער, און בדרך כבוד אומגזאגט, געסטו עם די גוטע געפול אז ווען דו ביסט געווען אין וויין געשעפט האסטו געטראכט פון עם אין זיין מצב. דא איז אויך פרוטה לפרוטה מצטרפת, טוה עס נישט נאר איינמאל א יאהר, ווייל די קליינע רעקאגנישאנס קומען אן גאנץ ווייט, פארשטייט זיך נאר מיט שכל און בדרך כבוד.

גייסט חול המועד האלטן? נעם מיט דיין ברודער'ס קינדער מיט עפעס א תירוץ אז דיין קינדער דארפן קאמפעני. בדרך כלל קען מען דערשמעקן ווי מ'קען מאכן א גוט געפול בדרך כבוד פאר א משפחה מיטגליד.

דאס איז ריכטיגע מבשרך אל "תתעלם". די חיזוק פון דעם "נארישע" פינווער וכדומה, קען גיין זייער ווייט. ס'איז נישט די דאלאר amount, ס'איז די תתעלם זאך, א קליינס א וויכטיגס, כמאמר חז"ל (ב"ב אז ע"ב) אמר רבי יצחק כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות והמפייסו בדברים מתברך בי"א וכו', עיי"ש. א יעדער ווייסט ביי עם אין משפחה וועלעכע קלייניגקייט איז גאנגבאר. האסט דא סיי צדקה מיט געלט און סיי צדקה בגוף.

ביסט גערעכט אבער ס'איז נישט אייביג שייך, און די תועלת פון די אשכול איז סתם אזוי גוט אז די ציבור זאל וויסן פון ארגעניזאציעס וואס מ'קען טראסטען
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

Re: וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 8:23 am

סביב העולם האט געשריבן:
און ווי איינער האט דא ערווענט, ער גייט פאר קוואדערס אין ביהמ"ד, און מאכט נישט קיין פענסי דינערס, קיין גאו פאנד מיס און קיין בארביקיו'ס, ער האט נישט קיין גרויסע פריצישע הויז און ניטאמאל זיין ביהמ"ד איז מער ווי א ד' על ד' בעיסמענט. סאו קיין סאך געלט מאכט ער נישט, און ציצית איז ער נישט בודק, ע"כ לענ"ד שטומט ער מיט די "ערליך" קריטעריע פונעם פותח האשכול, און וואס דער בר נש טוט אלס אפ אויסער די ראמען פון זיינע מעשי צדקה איז טאטאלי אירעלעווענט.


פון קוואדערס קען מען נישט טיילן קיין מיליאנען. ער מוז האבן אפאר עשירים וואס שטיצן אים צוליב ווער ווייסט וואספארא אגענדעס און דאס צוזאמשנארן אין די שוהלן איז נאר אזא פאסאד. אכן אין לנו אלא מה שעינינו רואות און מעשים טוט ער מסתמא גוטע. נאכאלס אבער, פייניגן א צווייטן ווערט נישט אפגעוואשן מיט צדקה. זאל ער נאר וויסן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3414 מאל

הודעהדורך שמן למאור » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 9:16 am

איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם האט זיך ארויפגעכאפט אויף לויפער'ן אז דוקה ער איז די ערליכע ארגאניזאציע. פעלט דען ארגעניזאציעס וואס טוען חסד אגאנצן טאג? א שטייגער ווי הצלה, בוני עולם, rccs, רפואה, וכהנה..
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די פותח האשכול איז די שאלה וועליכע ארגאניזאציע האט אפענע ביכער און מען קען זיין זיכער אז ס'רוב פונעם געלט וועט טאקע אנקומען צו א נצרך און נישט אז איינער וועט פאקעטן די געלט.

איז זע איך נישט מיט וואס לויפער שטייט בעסער. הצלה לויפט אויך אויף קאלס נישט קיין נפק"מ וועליכע חסידות די ביסט. נאר וואס דען...? מען ווייסט נישט פינקטליך וואו די געלט גייט, און אזוי פיל ווייסט מען, אז אין די פירערשאפט איז דא היבש ביסל מחלוקת מיט קראפשאן, נו אויף לויפער'ס ערליכקייט ווייסט מען דאך אויך אביסל... ווייסט איינער וויפול ער פאקעט פאר זיך? פון וואו ווייס איך אז נאך ער קאווערט די באדזשעט פונעם חודש גייט נישט די גאנצע איבריגע אריין אין זיין קעשענע..? אדער גייט עס אויסציהאלטן זיינע קינדער און אייניקלעך..? איינער ווייסט? אדער אפשר גייט עס גאר צו דעקן די קנטרסים קעגן די אריזאנע ווייץ און אנצופירן די מערכות קעגן.. ווייסעך וואס.

אודאי מאכן די גרויסע מעגא ארגעניזאציעס קאמפיינס, ווייל זייער באדזשעט איז אסאך מער ווי לויפערס צדקה, אבער דאס מיינט נישט אז לויפער איז מער לעדזשיט. ווי איינער האט אויסגעשמועסט דעקט נישט לויפער די באדזשעט פון די קוואדערס אין שול, עטליכע עשירים האלטן עס זיכער אויס. אז עס גייט אהן פאר יארן איז א סימן אז עס ווערט געדעקט פון ערגעץ. ער מאכט נישט קיין דינערס ווייל עס פעלט אים ווארשיינליך נישט אויס, און ער איז נישט געניג גרויס צו מאכן א אלוועלטליכע דינער. אבער וואס ווייזט דאס וועגן וויפול געלט ער לייגט אין טאש?

אלזא ווייס איך נאכאלטס נישט וואו צו גיבן מיין צדקה.. אפשר טאקע קרובים.. ווען איך גיב פאר א ארעמע קרוב אדער אפילו איך גיי אריין אין גראסעריי און איך פרעג דעם מענעדזשער ווער עס האט אסאך חובות און איך צאל אויף זיין חשבון, גייט 100% פון מיין געלט פאר א נצרך. וואס קען זיין בעסער ווי דעם! פארוואס גיבן פאר ארגאניזאציעס וואס אביסל פראצענט גייט דאך לכתכילה אראפ פאר אנדערע אויסגאבן.
(נישט אז מען זאל אויפהערן שטיצן די וויכטיגע ארגאניזאציעס, זיי פעלן שטארק אויס פאר כלל ישראל. אבער אויב זיכסטו דוקה אז לכבוד די עשי"ת זאל דיין פינעווער אנקומען כל כלו לה' דאן איז די עצה אליין אפירצוזיכן א נצרך)
I installed a high vocabulary comprehensive forum
signature in english, to make myself look intelligent

Otzie Shitim -

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1563
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3320 מאל

Re: וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

הודעהדורך פרנס החודש » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 9:40 am

עס איז דא א זאך ווי א not-for-Profit-Business דאס הייסט אן ארגאניזאציע וואס מאכט נישט קיין געלט אלס ארגאניזאציע, אבער די עיקר ציל איז אז די עומדים בראש זאלן מאכן שיינע wages און זיין שיינע אידן . איי וועם גייט אן צו די ארגאניזאציע מאכן געלט? הוי אומר די IRS.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 7:19 pm

עצי שיטים און פרנס החודש: לפענ"ד איז די אישו מיט אברהם לויפער ודוכותיה נישט די פארלעסליכקייט. און אויב ער לייגט געלט אין זיין פריוואטע קעשענע. מיין..."ביעף" מיט איהם איז אז ער מישט חסד מיט אידעאלאגיע. אזוי ווי איינער האט שוין פריער דערמאנט אז טייל מענטשן פון די געוויסע אידעאלאגיע מיינען אז חסד פון איין זייט איז מכפר אויף עקסטרעמיזם און טעראר פון די אנדערע זייט.

נאר אויסער אלעם איז אברהם לויפער פארלעסליך פינאנציעל. לפי זיכרוני, זענען די לויפער משפחה (טאטע/ברודער) קרובים מיט די (ר' געציל) בערגער משפחה.מסתמא ווערט ער אויך געשטיצט סיי אין ענייני צדקה וחסד און סיי אין אויספיהרן זיינע עקסטרעמיסטישע שטיק דורך עטליכע גבירים אין סאטמאר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17513
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12439 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 7:25 pm

נאר אזוי ווי עצי האט שוין פריער דערמאנט אז די בעסטע וועג צו מאכן זיכער אז דאס (גאנצע) געלט קומט אן צו די נצרכים, איז אויסצאללן די גראסערי ביל פון א משפחה וואס מוטשעט זיך.
איך קען א איד וואס האט טאקע אזוי געטון. ער האט באצאלט דעם גראסערי בילל און אויך שכר לימוד פון א משפחה וואס האט זיך שטארק געפלאגט פינאנציעל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17513
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12439 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 10:45 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין בד"כ מבחין צווישן א יחיד וואס גייט נאך געלט (פאר זיך) און אן ארגאניזאציע. אויב א איד קומט בעטן א נדבה, וועל איך איהם געבן אפילו איך בין נישט זיכער אז ער זאגט דעם גאנצן אמת. ווייל לאמיר זאגן ער וועט זיך קויפן א סענדוויטש אדער אן אייז קריעם, האביך מחיה געווען א איד. משא"כ אן ארגאניזאציע וועלכע געט נישט איבער די מערסטע פון די געלטער פאר נצרכים זענען סתם א ביזנעס וואס עטליכע מענטשן האבן פרנסה.

פארשטיי איך נישט די חילוק, וואס איז א נפק"מ צי דו גיבסט דירעקט פאר א מענטש אייזקריעם אדער א סענדוויטש, אדער דו גיבסט געלט פאר א ארגאניזאציע און דער בעה"ב קויפט זיך דערמיט (אדער פאר זיינע קינדער) א סענדוויטש אדער אייזקריעם?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15888
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19851 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 11:33 pm

ווייל ווען ס'איז אן ארגאניזאציע וועלכע זענען נישט אפן מיט זייערע געלטער, איז עס אויף א סאך א גרעסערן פארנעם. אזוי ווי ס'איז מיר באקאנט איבער א געוויסע ארגאניזאציע וועלכע זאמלט געלט ביים היימישן עולם, און זיי זענען בכלל נישט עפעקטיוו אין העלפן די מענטשן וועלכע וואלטן געקענט ניצן זייער הילף. דאס איז אויסער די (גרויסע) סכומים וואס זיי נעמען אריין. משא"כ ווען ס'איז א יחיד, איז עס אויף א קלענערן פארנעם.

אויך, דאס איז אן את"ל, אפילו אויב ער זאגט נישט אויס דעם גאנצן אמת. אבער איז דאך א נצרך.

לדוגמא, מיט עטליכע יאר צוריק איז געקומען א איד אין ביהמ"ד און פארציילט א מעשה אז ער דארף א סאך געלט פאר די אפעראציע פון זיין ווייב. איז געקומען א צווייטער און ר'האט מכחיש געווען זיין מעשה. איך האב איהם דאך געגעבן א סכום געלט, ווייל אפילו אויב ס'איז אן אויסגעטראכטע מעשה, איז ער נאכאלץ אן ארעמאן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17513
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12439 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 2:55 am

לעצטנס האב איך געזען עדס פון א ארגעניזאציע "נקי כפיים" וואס מען קען דארט געבן געלט ווען מען דארף געבן געלט לצרכי ציבור, ווי למשל איינער האט געשעדיגט איינעמס חפץ און ער געדענקט נישט וועמענס איז די הלכה אז מען דארף געבן די געלט לצרכי רבים.
בין איך נייגעריג וויפיל פון דער געלט וואס איך בין מנדב גייט פאר זייער מארקעטינג און אנדערע הוצאות, און ווי גייט די רעשט פונעם געלט?
מרדכי מרדכי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:12 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 2:59 am

מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט

איך קען נישט דעם לויפער פערזענליך, אבער איך בין געווען בקשר מיט א געשעפט וואס אלמנות האבן באקומען דארט בחינם.
מרדכי מרדכי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:12 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 7:10 am

מרדכי מרדכי האט געשריבן:לעצטנס האב איך געזען עדס פון א ארגעניזאציע "נקי כפיים" וואס מען קען דארט געבן געלט ווען מען דארף געבן געלט לצרכי ציבור, ווי למשל איינער האט געשעדיגט איינעמס חפץ און ער געדענקט נישט וועמענס איז די הלכה אז מען דארף געבן די געלט לצרכי רבים.
בין איך נייגעריג וויפיל פון דער געלט וואס איך בין מנדב גייט פאר זייער מארקעטינג און אנדערע הוצאות, און ווי גייט די רעשט פונעם געלט?

מרדכי מרדכי: די שאלה איז אויב די בעלי נקי כפיים זענען טאקע נקיי כפיים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17513
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12439 מאל

הודעהדורך נוח » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 9:26 am

כאטש ליידער איז נישט דא קיין שום היימישע ארגאניזאציע וואס האט אפענע ביכער (ווי ווייט איך ווייס), וואלט איך אבער געזאגט אז בוני עולם קען מעגליך זיין די מערסטע ערליך. און די סיבה איז ר' שלמה באכנער.

קודם כל איז ר' שלמה א ערליכער מענטש, אן אמת'ער בעל חסד.

צווייטענס, בוני עולם איז נישט זיין פרנסה.

דריטענס, עס איז דאך פשוט אז די גרעסטע לעכער אין ארגאניזאציעס איז ווען די פירער טיילן מוציא'ס פאר די אייגענע משפחה און קינדער. ר' שלמה האט דאך נישט קיין קינדער.

פערטענס, בוני עולם איז ר' שלמה'ס קינד! דאס איז זיין לעגעסי און זיין גאנץ לעבן איז געווידמעט וואס מער אויפצוטוהן פאר אידן דורך בוני עולם. ממילא איז זייער שווער צו גלייבן אז ער איז נישט ערליך מיט די געלט וואס קומט אריין.

פינפטענס, נאך א לאָך וואס קען זיין איז אז דער פירער איז א נאַרעלע און מ'פירט אים ביי די נאז. כאטש מ'קען נישט וויסן וועלכע שלענג דרייען זיך ארום אים און נוצן אים אפשר אויס, איז אבער גוט צו וויסן אז ר' שלמה איז א חכם מחוכם, וואס מאכט עס ווייניגער יתכן אז מ'פירט אים ביי די נאז.

כ'קען נישט טראכטן פון נאך אן ארגאניזאציע וואס האט די אלע מעלות צוזאמען.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 6:37 pm

רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.

דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.
Ironically, there is no scientific proof that the scientific method of proof is the most valid method of proof.
@זאל_זיין
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 4060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2857 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 08, 2022 7:52 pm

ס'איז דא אן ארגאניזאציע וועלכע זאגן אז זיי העלפן אידישע קינדער. איך בין זיכער אז זיי העלפן טאקע. די שאלה איז נאר וויפיהל פון די געלטער וואס קומען אריין גייען טאקע אויף דעם צוועק וואס זיי זאגן. און וויפיהל גייט אויף זייטיגע (וויכטיגע) הוצאות. דער חשוב'ער ..."רב"... וואס פיהרט אן די ארגאניזאציע האטציך געלאזט אויבערבויען זיין הויז און געמאכט א נייעם סיידוואק. אויך דער פראנט (פאסאד) פון זיין הויז איז פרעכטיג אהערגעשטעלט. נישט ווי געווייליך אז ס'איז אריח על גבי לבנה (פאר די וועלכע ווייסן וואס דער אויסדרוק מיינט). נאר די פראנט בריקס/טיילס זענען אין א גראדע שורה. וואס איז א סאך טייערער. אמת. ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דער רב מוז וואוינען אין א חורבה. יא. שיער פארגעסן. דער חשוב'ער רב ומשפחתו נעמען א 3, 4 מעידזשאר טריפס איבער'ן יאר. קיין א"י, יוראפ און פלארידע אדער קאליפארניע.

מיין שאלה איז אויב דער הונדערטער אדער טויזנטער וואס מ'איז מיך מחייב גייט טאקע פאר די וועלכע באדארפן הילף. אדער אויף אנדערע נויטיגע צרכים.

ס'איז געווען אמאל ביים הייליגן ריזשינער זי"ע. (אזוי פארציילט מען.) א איד איז אריינגעקומען מיט א קוויטל און איבערגעלאזט א שיינעם פדיון. ער האט באמערקט די גרויסע אויפפאלענדע לוקסוס (הנראה לעין). האט ער אנגעהויבן טראכטן. אויף די אלע זאכן גייט מיין געלט. דער ריזשינער האט גלייך תופס געווען זיין מחשבה. (דו מוזסט נישט גלייבן.) האט ער איהם געזאגט. הער, רעב איד. ווען א איד קומט מיט א קוויטל און געט א פדיון ביניך מרגיש וואספארא געלט דאס איז. אויב ס'איז אינגאנצן ערליך פארדינט געלט. גייט עס אויף אויסהאלטן דעם ביהמ"ד. אויב ס'איז א ביסל שוואכער גייט עס אויף פוצן די שטוב. אויב איז עס גאר שוואך. אבער דער איד דארף דאך א ישועה. גייט דאס געלט פאר די שטאל פון די פערד. לענייננו. איך האף אז מיין התחייבות גייט לכה"פ אויף אויסשטאפיהרן די משפחה פון דעם חשוב'ן רב שליט"א אויף יו"ט. און נישט אויף קויפן אשר יצר פאפיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג אקטאבער 09, 2022 2:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17513
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12439 מאל

הודעהדורך דוד שריפטליך » זונטאג אקטאבער 09, 2022 2:10 am

איין זאך איז זיכער אז נקי כפיים איז א סקעם ווייל אויב דו האסט געמאכט שאדן און דו וויייסט נישט פאר וועם ברויך מען געבן פאר צרכי רבים איז אויב גיבסטו פאר עני קהילה בית מדרש וואס גיבט קהלישע סערוויסעס ביסטו פונקט אזוי יוצא
דוד שריפטליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2022 11:58 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך me smart » זונטאג אקטאבער 09, 2022 5:26 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.

דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.

And who is pocketing the extra 1% ?
me smart
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 03, 2022 2:52 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג אקטאבער 11, 2022 8:52 pm

אלעס איז געקימען מיט אפאר בעסיס פוינטס וואס איך האב נישט אריינגעלייגט מפני חוסר געדולט.
אדרבה קוק עס אליין נאך, סאיז פאבליק אינפאו.
Ironically, there is no scientific proof that the scientific method of proof is the most valid method of proof.
@זאל_זיין
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 4060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2857 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 2:48 pm

קהל'ס נער: איך וויל (דוקא) נישט רעדן פון דעם פינאנציעלן חלק פון רופא חולים...RCCS...נאר פון די פראקטישע זייט. מיין אייניקל איז אמאל געווען אין שפיטאל זענען אדורך געגאנגען די עסקניות פון די ארגאניזאציע. זיי האבן זיך נאכגעפרעגט וואס דער מצב איז. און מיט וואס זיי קענען העלפן. זיי האבן טאקע געהאלפן. ס'האט אויסגעפעהלט א פארבעסרונג אין סערוויס. זענען זיי געגאנגען שתדל'ן און ערלעדיגט דעם פראבלעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17513
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12439 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:13 pm

לויפער איז באמת א חידוש פון א ארגענעזאציע.

ער האט נאר נישט קיין אפענע ביכער, אבער זיין תפקיד איז 100% ערפילט, ער קוקט נישט צו די אלמנה האט קינדער וואס זענען רייך וכו' (עפעס וואס איז גאנץ קאמאן ביי אנדערע ארג.).

איך קען מעיד אזוי אויף א אלמנה וואס האט בחייו פון איר מאן זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן צו רופן אירע קאפלס אויף א סעודה, זינט איר מאן איז אוועק, און זי קויפט אויף לויפערס חשבון רופט זי אן קיין חשבון.

און דער לויפער רופט פערזענליך די אלמנה אינמיטן די שבעה זיך 'בעטן' אז זי זאל נעמן (מיטגעהאלטן)

ס'איז באמת א זעלטענהייט
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 927 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 4:47 am

me smart האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.

דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.

And who is pocketing the extra 1% ?

די קרעדיט קארד טשארזש
מרדכי מרדכי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:12 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 4:48 am

קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.

דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.

ווי קען מען זעהן די אפענע ביכער?
דארף איך גיין צי זיי אין אפיס אדער איז עס עוועילעבל אנליין?
מרדכי מרדכי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:12 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:17 pm

מרדכי מרדכי האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.

דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.

ווי קען מען זעהן די אפענע ביכער?
דארף איך גיין צי זיי אין אפיס אדער איז עס עוועילעבל אנליין?


www.charitynavigator.org

דא קענסטו אריילייגן וועלכע ארג. די ווילסט און קענסט טרעפן אלע פאבליק אינפאו.

(כמעט) אלע היימיש ארג. זענען קלאסיפיצירט אלץ א רעליגיעזע ארג. מילא קענען זיי האלטן פארמאכט די ביכער, rccs איז די איינציגסטע וואס איך האב דערווייל געטראפען מיט אפענע ביכער, קען זיין ס'דא נאך.
Ironically, there is no scientific proof that the scientific method of proof is the most valid method of proof.
@זאל_זיין
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 4060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2857 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט