וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

הודעהדורך ששון ושמחה » זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:02 pm

אסאך מאל וויל איך מנדב זיין געלט פאר צדקה, בפרט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, און איך וואלט געוואלט געבן פאר א היימישע ארגעניזאציע וואס איך ווייס איז עהרליך און ניצט די געלט פאר עכטע צדקה צוועקן.

פארשטייט זיך אז די צוועק דארף זיין א נארמאלע צוועק (נישט מקוואות אין די הרי הררט), אבער וואס פינקטליך עס איז איז נישט אזוי וויכטיג. די עיקר אז איך קען וויסן אז זיי זענען עהרליכע מענטשן און אז עט ליסט 80-90 פראצענט פון די געלט גייט טאקע פאר די צוועק וואס זיי זאגן צו.

איז וועלכע היימישע ארגעניזאציע האט א נארמאלע עהרליכע באורד וואס מ'קען טראסטן, אדער האט אפענע ביכער, און מ'קען וויסן אז זיי זענען א עהרליכע ארגעניזאציע? און אויב ס'איז נישט דא איינס וואס האט א נארמאלע אפענע חשבון, וואס איז די נענטסטע צו דעם וואס כ'קען די מערסטע זיך פארלאזן אז זיי זענען עהרליך?
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך מר. קלונימוס » זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:13 pm

לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך שמן למאור » זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm

מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט

עס האט די נאמען לויפער אין זיך.. שמעקט שוין נישט לעגיט...
I installed a high vocabulary comprehensive forum
signature in english, to make myself look intelligent

Otzie Shitim -

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1554
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3305 מאל

הודעהדורך ששון ושמחה » זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:59 pm

מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט

ביסט ערענסט אדער ליצנות? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. (און איך זוך ערענסטע ענטפערס און נישט ליצנות)
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך מר. קלונימוס » זונטאג אקטאבער 02, 2022 3:08 pm

ששון ושמחה האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט

ביסט ערענסט אדער ליצנות? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. (און איך זוך ערענסטע ענטפערס און נישט ליצנות)

זייער ערנסט. יעדער וואס מעלדט זיך דארט באקומט פיש און פלייש א גאנץ יאר בדרך כבוד דעליווערט, אויך מצות אויף פסח ד' מינים אא''וו און דאס איז איבער גאנץ אמעריקע און קאנאדא נישט נאר ''היימישע''... כ'גלייב רוב צדקות זענען ערליך אבער די איינע האב איך מיטגעהאלטן און כ'בין נתפעל געווארן.
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך ששון ושמחה » זונטאג אקטאבער 02, 2022 3:13 pm

אבער וויאזוי קען מען וויסן אז ער איז ערליך מיט געלט? אפשר טאקע טיילט ער צוויי מיליאן דאלער אין עסן פאר מענטשן אבער ער שנארט 5 מיליאן, און 3 דערפון גייט אין טאש?

ווען איך רעד פון עהרליכקייט רעד איך נישט פון טאקע טוהן צדקה וחסד, ווייל איך בין זיכער אז אלע ארגעניזאציעס טוען. נאר די שאלה איז וויפיל נדבות זיי באקומען א יאר און וויפיל דערפון גייט טאקע פאר נצרכים.
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג אקטאבער 02, 2022 3:25 pm

קופת עזרה אין מאנסי. 100 פראצענט גייט פאר נצרכים (אלע זייטיגע הוצאות ווערט געדעקט פון זייער געשעפט nearly new thrift shop,
aka מציאות
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2347
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3004 מאל

הודעהדורך מתבודד » זונטאג אקטאבער 02, 2022 3:43 pm

האסט טאקע נישט עפעס א פעטער/ברודער/שוואגער וואס קען נוצן די געלט??

Family first איז אויך א פסוק וואס מענטשן (האבן ליב צו) פארגעסן, מבשרך אל תתעלם.

(מיר האט א יוד פארציילט ווי נאכ’ן געבן זיין מעשר פארן דיין צו אויסטיילן פאר אידן וואס קענען עס נוצן האט די דיין ארויפגעשריבן אויפן ענוועלאפ מרת.. זיין ווייבס נאמען און אים געבעטן טראג עס ביטע אריבער צו די משפחה..)
אע"פ שחטאתי, אמונת לבי באלהותך לא השתבשה. וזה הוא אשר תחפוץ ותרצה מן האדם! (ראב”ע. תהלים, נ”א, ח)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 402
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:50 pm
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך תנחום » זונטאג אקטאבער 02, 2022 4:02 pm

לויפער'ס קאסע פאר אלמנות איז לעגיט און איז די מערסטע בדרך כבוד. איינע פון זיינע פאנדרעיזערס זאגט מיך אז ער איז אויף פעיראל און באקומט נישט קאמישאן וואס מיינט אז מער געלט קומט אן צו די נצרכים. איך פערזענדליך געב פאר קרובי משפחה דורך איינע פון מיינע שוואגערס וואס האט א קאסע ספיציעל פאר קרובים.
באניצער אוואטאר
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג אקטאבער 02, 2022 4:20 pm

זארג זיך נישט ווי די געלט גייט, דו טוה דיינס און די אייבערשטער וועט טוהן די רעשט, עס איז נישט דיין פליכט צו בודק זיין די ציצות פון יעדע נצרך צו ער איז לעדזשיט, אז דו געבסט צדקה מיט א גיטע כוונה, איז די זכות פינקט אזוי גרויס כאטש סעגייט פאר עפעס אן עסקן אין טאש.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1294
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 1036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך מונטסורי » זונטאג אקטאבער 02, 2022 4:40 pm

1+ פאר לויפער. נישט אז ער גיבט אפ דין וחשבון פארן פובליק אבער עס לאזט זיך זייער שווער גלייבען אז ער טיילט צוויי און שנארט פינף. ער גייט אליינס ארום צוזאמשטעלן די געלט אן קיין מארקעטינג, דינערס, אדער גאו פאנד מי׳ס. יעדער אידישע עסן געשעפט און ניו יארק און קיובעק וואס האלט א טעב האט א לויפער אקאונט וואו נצרכים קענען אויפשרייבען, no limits, no judging . עכט א סעמפל פון אמאליגע טיפישע סאטמארע צדקה.

ס׳וואלט געווען טאקע אינטערעסאנט אויב ס׳איז דא א מהלך צו רעיטן צדקה ארגעניזאציעס און אויב עס קען ארבעטען ביי אונז אויך.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 11, 2019 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

Re: וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 02, 2022 4:56 pm

קיינמאל געהערט פון דעם לויפער, ווי קען מען מנדב זיין?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1323
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך חב''ד הויזן » זונטאג אקטאבער 02, 2022 5:18 pm

איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?
חב''ד הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 13, 2022 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 02, 2022 6:16 pm

סמבטיון האט געשריבן:זארג זיך נישט ווי די געלט גייט, דו טוה דיינס און די אייבערשטער וועט טוהן די רעשט, עס איז נישט דיין פליכט צו בודק זיין די ציצות פון יעדע נצרך צו ער איז לעדזשיט, אז דו געבסט צדקה מיט א גיטע כוונה, איז די זכות פינקט אזוי גרויס כאטש סעגייט פאר עפעס אן עסקן אין טאש.

סמבטיון: לאוו דווקא. ווייל ווען א מענטש געט צדקה/מעשר וויל ער וויסן אז ס'גייט נישט צו עפעס א געריבענעם סוחר אין די קעשענע.

איך בין בד"כ מבחין צווישן א יחיד וואס גייט נאך געלט (פאר זיך) און אן ארגאניזאציע. אויב א איד קומט בעטן א נדבה, וועל איך איהם געבן אפילו איך בין נישט זיכער אז ער זאגט דעם גאנצן אמת. ווייל לאמיר זאגן ער וועט זיך קויפן א סענדוויטש אדער אן אייז קריעם. האביך מחיה געווען א איד. משא"כ אן ארגאניזאציע וועלכע געט נישט איבער די מערסטע פון די געלטער פאר נצרכים זענען סתם א ביזנעס. וואס עטליכע מענטשן האבן פרנסה. איך קען (ליידער) מער ווי איין אזא ארגאניזאציע. אלעס מיט שיין קלינגענדיגע נעמען, פארשטייצעך.

ס'איז דא איין (צווישן אנדערע) אזא ארגאניזאציע וועלכע גייען ארום שנארן ביים היימישן עולם. זיי האבן זייער א שיין קלינגענדיגן נאמען. גראד ארויס פון סידור'ל. נאר איך ווייס נישט ווען ס'איז געווען די לעצטע מאל זיי האבן געטון א טובה פאר א איד. מעגליך אז זיי האבן אנגעהויבן אלס אן אמת'ע הילף ארגאניזאציע. אבער מיט די צייט האבן זיך די וועלכע זיצן ביי די שיסל געבויט שיינע הייזער. און געהאט טריפס קיין פלארידע און ארץ ישראל. נאר פרוביר בעטן א טובה פון זיי לשם די מטרה וואס זיי געבן אן. וועסטו באקומען 1001 תירוצים. אבער קיין הילף וועסטו נישט באקומען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12413 מאל

הודעהדורך מר. קלונימוס » זונטאג אקטאבער 02, 2022 6:42 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:קיינמאל געהערט פון דעם לויפער, ווי קען מען מנדב זיין?


IMG_20221002_181448_821.jpg
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך מונטסורי » זונטאג אקטאבער 02, 2022 7:35 pm

חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?

יאפס, דער זעלביגע. ער האט אויך א מערכה מיט די לולבי שביעית, אויך האט ער גע׳רודפ׳ט על לא דבר דעם ניקעלשבורגער רבי׳ן און זיינע חסידים עד חרמה. אזוי איז עס, מענטשען זענען קאמפליצירט און ער איז אויך א פעקעדזש דיל, the good the bad & the ugly, אן אינטערעסאנטער קיצוני, אלטע סאטמארע מאטריאל וואס איז ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 11, 2019 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:33 pm

ר' אברהם לויפער האט זיך זיינע אישוס אבער ער איז א צדיק פון א איד ער טייט מיליאנען אן פרעגן א שאלה!
איך האלט עס מיט יעדן ערב פסח זיין חלוקה [א קרוב מיינס בייקימט]
ער האט אויך אינטערסאנטע פי אר...
יעדע וואך א אנדערע בלעק אין ווייט טריקענע בריוו פון עפעס א גדול פון א אנדערע קרייז...
אין א בריוו פון א מקבל אויך יעדע וואך פון א צווייטע קרייז...
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך ששון ושמחה » זונטאג אקטאבער 02, 2022 9:13 pm

מתבודד האט געשריבן:האסט טאקע נישט עפעס א פעטער/ברודער/שוואגער וואס קען נוצן די געלט??

Family first איז אויך א פסוק וואס מענטשן (האבן ליב צו) פארגעסן, מבשרך אל תתעלם.

(מיר האט א יוד פארציילט ווי נאכ’ן געבן זיין מעשר פארן דיין צו אויסטיילן פאר אידן וואס קענען עס נוצן האט די דיין ארויפגעשריבן אויפן ענוועלאפ מרת.. זיין ווייבס נאמען און אים געבעטן טראג עס ביטע אריבער צו די משפחה..)

אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך ששון ושמחה » זונטאג אקטאבער 02, 2022 9:14 pm

סמבטיון האט געשריבן:זארג זיך נישט ווי די געלט גייט, דו טוה דיינס און די אייבערשטער וועט טוהן די רעשט, עס איז נישט דיין פליכט צו בודק זיין די ציצות פון יעדע נצרך צו ער איז לעדזשיט, אז דו געבסט צדקה מיט א גיטע כוונה, איז די זכות פינקט אזוי גרויס כאטש סעגייט פאר עפעס אן עסקן אין טאש.

מ'דארף אבער טוהן השתדלות, און מ'מעג פרעגן ווער עס איז עהרליך. ס'איז דא א ענין צו געבן פאר עניים מהוגנים ווי די גמרא זאגט. און איך בין נישט די גרויסע גביר, אז כ'געב אפאר דאלער וויל איך אז ס'זאל כאטש אנקומען
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 02, 2022 9:23 pm

מונטסורי האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?

יאפס, דער זעלביגע. ער האט אויך א מערכה מיט די לולבי שביעית, אויך האט ער גע׳רודפ׳ט על לא דבר דעם ניקעלשבורגער רבי׳ן און זיינע חסידים עד חרמה. אזוי איז עס, מענטשען זענען קאמפליצירט און ער איז אויך א פעקעדזש דיל, the good the bad & the ugly, אן אינטערעסאנטער קיצוני, אלטע סאטמארע מאטריאל וואס איז ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך.

דער שליסל ווארט איז ..."אלטע סאטמאר'ע מאטריאל"...ער טוט (לכאורה) חסד. אבער פון די אנדערע זייט האט ער א רעכט דיך צו טעראריזירן...!
ווי די הייליגע רש"י זאגט אויפ'ן פסוק..."חסידה. למה נקרא שמה חסידה? שעושה חסד עם חברותיה...! דערפאר איז זי אן עוף טמא. ווייל זי טוט נאר חסד מיט איהרע חבר'טעס. אבער נישט מיט אנדערע. פאר אנדערע האט זי שמות של גנאי און ריין טעראר...! ציוני. ארוני. שייגעץ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12413 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:59 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?

יאפס, דער זעלביגע. ער האט אויך א מערכה מיט די לולבי שביעית, אויך האט ער גע׳רודפ׳ט על לא דבר דעם ניקעלשבורגער רבי׳ן און זיינע חסידים עד חרמה. אזוי איז עס, מענטשען זענען קאמפליצירט און ער איז אויך א פעקעדזש דיל, the good the bad & the ugly, אן אינטערעסאנטער קיצוני, אלטע סאטמארע מאטריאל וואס איז ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך.

דער שליסל ווארט איז ..."אלטע סאטמאר'ע מאטריאל"...ער טוט (לכאורה) חסד. אבער פון די אנדערע זייט האט ער א רעכט דיך צו טעראריזירן...!
ווי די הייליגע רש"י זאגט אויפ'ן פסוק..."חסידה. למה נקרא שמה חסידה? שעושה חסד עם חברותיה...! דערפאר איז זי אן עוף טמא. ווייל זי טוט נאר חסד מיט איהרע חבר'טעס. אבער נישט מיט אנדערע. פאר אנדערע האט זי שמות של גנאי און ריין טעראר...! ציוני. ארוני. שייגעץ.

נישט ממש אמת ווייל העלפן העלפט ער יעדן
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך חב''ד הויזן » זונטאג אקטאבער 02, 2022 11:10 pm

ששון ושמחה האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:האסט טאקע נישט עפעס א פעטער/ברודער/שוואגער וואס קען נוצן די געלט??

Family first איז אויך א פסוק וואס מענטשן (האבן ליב צו) פארגעסן, מבשרך אל תתעלם.

(מיר האט א יוד פארציילט ווי נאכ’ן געבן זיין מעשר פארן דיין צו אויסטיילן פאר אידן וואס קענען עס נוצן האט די דיין ארויפגעשריבן אויפן ענוועלאפ מרת.. זיין ווייבס נאמען און אים געבעטן טראג עס ביטע אריבער צו די משפחה..)

אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.

הייסט דו האסט געעפנט דעי אשכול פאר א פינעווער? ס'קאסט דאך שוין מער געלט צו מעינטענען דעי אשכול ווי דיין פינעווער...
חב''ד הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 13, 2022 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך סביב העולם » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 12:56 am

איך בין נישט קיין חסיד פון אברהם לויפער, און זינט ס'איז שלש עשרה מדות איז ממש נישט פאסיג צו אויסקנעטן צו ער (אדער סיי ווער) איז עכט ערליך בינו לבין קונו. אבער, ער איז באמת גרייט צו העלפן יעדן איינעם אן אויסנאם. ער טיילט פעקלעך פאר פסח, און כ'פלעג אלס בחור גיין אויספולן די אפליקאציע, דארט פלעגט אנקומען כל צרוע וכל זב און ער האט יעדן אויפגענומען. געהאט אפאר גיידליינס פשוט נישט צו אביוזן די קאסע (נאטינג אבאוט חסידות אדער מענטאליטי, דזשאסט זיכער צו מאכן אז ער האט א לעדזשיט נאמען, אדרעס און טעלעפאן נומבער, און מכסת הנפשות האוכלות אין די משפחה) און ביסט געווארן אפראווט אקארדינגלי - אינסטענטלי אויפן ספאט.

כ'האב מיטגעהאלטן פערזענליך ווי ער דעקט געהעריגע פיש און בוטשער אקאונטס פאר אלמנות, מיט א בלענק טשעק (כמעט - דעקט נישט קיין טשיקארי בארדס צב"ש, אבער יא א געהעריגע נארמאלע וועכנטליכע פלייש ארדער, עוף און בשר פאר שבת און אינדערוואכן). און געזעהן ווי ער רעדט צו א באבוב'ער אינגערמאן פון לעיקוואוד, וואס זיין מאמע איז אן אלמנה, זיראו מיט סאטמאר, וועגן דעם פלייש אקאונט פאר די מוטער זיינע.

און ווי איינער האט דא ערווענט, ער גייט פאר קוואדערס אין ביהמ"ד, און מאכט נישט קיין פענסי דינערס, קיין גאו פאנד מיס און קיין בארביקיו'ס, ער האט נישט קיין גרויסע פריצישע הויז און ניטאמאל זיין ביהמ"ד איז מער ווי א ד' על ד' בעיסמענט. סאו קיין סאך געלט מאכט ער נישט, און ציצית איז ער נישט בודק, ע"כ לענ"ד שטומט ער מיט די "ערליך" קריטעריע פונעם פותח האשכול, און וואס דער בר נש טוט אלס אפ אויסער די ראמען פון זיינע מעשי צדקה איז טאטאלי אירעלעווענט.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
סביב העולם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 9:48 am
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 4:12 am

ששון ושמחה האט געשריבן:אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.


ס'גייט זיך הערן זייער petty, אבער די פינעווער פאר צדקה קענסטו יא געבן פאר דיין פעטער. פארוואס נאר אן ערענסטער סכום? ווען די טיילסט פאר יענעם געסטו א פינעווער, אפילו ס'איז א קליינע סכום, ווייל פרוטה לפרוטה מצטרפת, מילא פארדינט דער מקבל עפעס צום זאך, און ס'מאכט עם גוט פילען.

דיין קרוב דעזערווט די זעלבע. מאך עם גוט פילן. גייסט קויפן וויין לכבוד יום טוב? קויף א באטל פאר עם אויך, ס'מוז נישט זיין טייער, און בדרך כבוד אומגזאגט, געסטו עם די גוטע געפול אז ווען דו ביסט געווען אין וויין געשעפט האסטו געטראכט פון עם אין זיין מצב. דא איז אויך פרוטה לפרוטה מצטרפת, טוה עס נישט נאר איינמאל א יאהר, ווייל די קליינע רעקאגנישאנס קומען אן גאנץ ווייט, פארשטייט זיך נאר מיט שכל און בדרך כבוד.

גייסט חול המועד האלטן? נעם מיט דיין ברודער'ס קינדער מיט עפעס א תירוץ אז דיין קינדער דארפן קאמפעני. בדרך כלל קען מען דערשמעקן ווי מ'קען מאכן א גוט געפול בדרך כבוד פאר א משפחה מיטגליד.

דאס איז ריכטיגע מבשרך אל "תתעלם". די חיזוק פון דעם "נארישע" פינווער וכדומה, קען גיין זייער ווייט. ס'איז נישט די דאלאר amount, ס'איז די תתעלם זאך, א קליינס א וויכטיגס, כמאמר חז"ל (ב"ב אז ע"ב) אמר רבי יצחק כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות והמפייסו בדברים מתברך בי"א וכו', עיי"ש. א יעדער ווייסט ביי עם אין משפחה וועלעכע קלייניגקייט איז גאנגבאר. האסט דא סיי צדקה מיט געלט און סיי צדקה בגוף.
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4585 מאל

הודעהדורך ששון ושמחה » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 8:17 am

סביב העולם האט געשריבן:איך בין נישט קיין חסיד פון אברהם לויפער, און זינט ס'איז שלש עשרה מדות איז ממש נישט פאסיג צו אויסקנעטן צו ער (אדער סיי ווער) איז עכט ערליך בינו לבין קונו. אבער, ער איז באמת גרייט צו העלפן יעדן איינעם אן אויסנאם. ער טיילט פעקלעך פאר פסח, און כ'פלעג אלס בחור גיין אויספולן די אפליקאציע, דארט פלעגט אנקומען כל צרוע וכל זב און ער האט יעדן אויפגענומען. געהאט אפאר גיידליינס פשוט נישט צו אביוזן די קאסע (נאטינג אבאוט חסידות אדער מענטאליטי, דזשאסט זיכער צו מאכן אז ער האט א לעדזשיט נאמען, אדרעס און טעלעפאן נומבער, און מכסת הנפשות האוכלות אין די משפחה) און ביסט געווארן אפראווט אקארדינגלי - אינסטענטלי אויפן ספאט.

כ'האב מיטגעהאלטן פערזענליך ווי ער דעקט געהעריגע פיש און בוטשער אקאונטס פאר אלמנות, מיט א בלענק טשעק (כמעט - דעקט נישט קיין טשיקארי בארדס צב"ש, אבער יא א געהעריגע נארמאלע וועכנטליכע פלייש ארדער, עוף און בשר פאר שבת און אינדערוואכן). און געזעהן ווי ער רעדט צו א באבוב'ער אינגערמאן פון לעיקוואוד, וואס זיין מאמע איז אן אלמנה, זיראו מיט סאטמאר, וועגן דעם פלייש אקאונט פאר די מוטער זיינע.

און ווי איינער האט דא ערווענט, ער גייט פאר קוואדערס אין ביהמ"ד, און מאכט נישט קיין פענסי דינערס, קיין גאו פאנד מיס און קיין בארביקיו'ס, ער האט נישט קיין גרויסע פריצישע הויז און ניטאמאל זיין ביהמ"ד איז מער ווי א ד' על ד' בעיסמענט. סאו קיין סאך געלט מאכט ער נישט, און ציצית איז ער נישט בודק, ע"כ לענ"ד שטומט ער מיט די "ערליך" קריטעריע פונעם פותח האשכול, און וואס דער בר נש טוט אלס אפ אויסער די ראמען פון זיינע מעשי צדקה איז טאטאלי אירעלעווענט.

WOW
ווען איך האב געעפענט די אשכול האב איך געמיינט אז למעשה וועט מען ארויסקומען מיט עפעס א פענסי ארגעניזאציע וואס האט אפענע ביכער. דערווייל האלט מיר ביי א וויליאמסבורגע אנטי אריזאנע ווייץ עקסטרעמיסט!! אבער אז עס איז אזוי גייט מיין צדקה גיין פאר אברהם לויפער!!
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט