ביסט גערעכט אבער ס'איז נישט אייביג שייך, און די תועלת פון די אשכול איז סתם אזוי גוט אז די ציבור זאל וויסן פון ארגעניזאציעס וואס מ'קען טראסטעןוואלווי האט געשריבן:ס'גייט זיך הערן זייער petty, אבער די פינעווער פאר צדקה קענסטו יא געבן פאר דיין פעטער. פארוואס נאר אן ערענסטער סכום? ווען די טיילסט פאר יענעם געסטו א פינעווער, אפילו ס'איז א קליינע סכום, ווייל פרוטה לפרוטה מצטרפת, מילא פארדינט דער מקבל עפעס צום זאך, און ס'מאכט עם גוט פילען.ששון ושמחה האט געשריבן: אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.
דיין קרוב דעזערווט די זעלבע. מאך עם גוט פילן. גייסט קויפן וויין לכבוד יום טוב? קויף א באטל פאר עם אויך, ס'מוז נישט זיין טייער, און בדרך כבוד אומגזאגט, געסטו עם די גוטע געפול אז ווען דו ביסט געווען אין וויין געשעפט האסטו געטראכט פון עם אין זיין מצב. דא איז אויך פרוטה לפרוטה מצטרפת, טוה עס נישט נאר איינמאל א יאהר, ווייל די קליינע רעקאגנישאנס קומען אן גאנץ ווייט, פארשטייט זיך נאר מיט שכל און בדרך כבוד.
גייסט חול המועד האלטן? נעם מיט דיין ברודער'ס קינדער מיט עפעס א תירוץ אז דיין קינדער דארפן קאמפעני. בדרך כלל קען מען דערשמעקן ווי מ'קען מאכן א גוט געפול בדרך כבוד פאר א משפחה מיטגליד.
דאס איז ריכטיגע מבשרך אל "תתעלם". די חיזוק פון דעם "נארישע" פינווער וכדומה, קען גיין זייער ווייט. ס'איז נישט די דאלאר amount, ס'איז די תתעלם זאך, א קליינס א וויכטיגס, כמאמר חז"ל (ב"ב אז ע"ב) אמר רבי יצחק כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות והמפייסו בדברים מתברך בי"א וכו', עיי"ש. א יעדער ווייסט ביי עם אין משפחה וועלעכע קלייניגקייט איז גאנגבאר. האסט דא סיי צדקה מיט געלט און סיי צדקה בגוף.
וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך
פון קוואדערס קען מען נישט טיילן קיין מיליאנען. ער מוז האבן אפאר עשירים וואס שטיצן אים צוליב ווער ווייסט וואספארא אגענדעס און דאס צוזאמשנארן אין די שוהלן איז נאר אזא פאסאד. אכן אין לנו אלא מה שעינינו רואות און מעשים טוט ער מסתמא גוטע. נאכאלס אבער, פייניגן א צווייטן ווערט נישט אפגעוואשן מיט צדקה. זאל ער נאר וויסן.סביב העולם האט געשריבן:
און ווי איינער האט דא ערווענט, ער גייט פאר קוואדערס אין ביהמ"ד, און מאכט נישט קיין פענסי דינערס, קיין גאו פאנד מיס און קיין בארביקיו'ס, ער האט נישט קיין גרויסע פריצישע הויז און ניטאמאל זיין ביהמ"ד איז מער ווי א ד' על ד' בעיסמענט. סאו קיין סאך געלט מאכט ער נישט, און ציצית איז ער נישט בודק, ע"כ לענ"ד שטומט ער מיט די "ערליך" קריטעריע פונעם פותח האשכול, און וואס דער בר נש טוט אלס אפ אויסער די ראמען פון זיינע מעשי צדקה איז טאטאלי אירעלעווענט.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם האט זיך ארויפגעכאפט אויף לויפער'ן אז דוקה ער איז די ערליכע ארגאניזאציע. פעלט דען ארגעניזאציעס וואס טוען חסד אגאנצן טאג? א שטייגער ווי הצלה, בוני עולם, rccs, רפואה, וכהנה..
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די פותח האשכול איז די שאלה וועליכע ארגאניזאציע האט אפענע ביכער און מען קען זיין זיכער אז ס'רוב פונעם געלט וועט טאקע אנקומען צו א נצרך און נישט אז איינער וועט פאקעטן די געלט.
איז זע איך נישט מיט וואס לויפער שטייט בעסער. הצלה לויפט אויך אויף קאלס נישט קיין נפק"מ וועליכע חסידות די ביסט. נאר וואס דען...? מען ווייסט נישט פינקטליך וואו די געלט גייט, און אזוי פיל ווייסט מען, אז אין די פירערשאפט איז דא היבש ביסל מחלוקת מיט קראפשאן, נו אויף לויפער'ס ערליכקייט ווייסט מען דאך אויך אביסל... ווייסט איינער וויפול ער פאקעט פאר זיך? פון וואו ווייס איך אז נאך ער קאווערט די באדזשעט פונעם חודש גייט נישט די גאנצע איבריגע אריין אין זיין קעשענע..? אדער גייט עס אויסציהאלטן זיינע קינדער און אייניקלעך..? איינער ווייסט? אדער אפשר גייט עס גאר צו דעקן די קנטרסים קעגן די אריזאנע ווייץ און אנצופירן די מערכות קעגן.. ווייסעך וואס.
אודאי מאכן די גרויסע מעגא ארגעניזאציעס קאמפיינס, ווייל זייער באדזשעט איז אסאך מער ווי לויפערס צדקה, אבער דאס מיינט נישט אז לויפער איז מער לעדזשיט. ווי איינער האט אויסגעשמועסט דעקט נישט לויפער די באדזשעט פון די קוואדערס אין שול, עטליכע עשירים האלטן עס זיכער אויס. אז עס גייט אהן פאר יארן איז א סימן אז עס ווערט געדעקט פון ערגעץ. ער מאכט נישט קיין דינערס ווייל עס פעלט אים ווארשיינליך נישט אויס, און ער איז נישט געניג גרויס צו מאכן א אלוועלטליכע דינער. אבער וואס ווייזט דאס וועגן וויפול געלט ער לייגט אין טאש?
אלזא ווייס איך נאכאלטס נישט וואו צו גיבן מיין צדקה.. אפשר טאקע קרובים.. ווען איך גיב פאר א ארעמע קרוב אדער אפילו איך גיי אריין אין גראסעריי און איך פרעג דעם מענעדזשער ווער עס האט אסאך חובות און איך צאל אויף זיין חשבון, גייט 100% פון מיין געלט פאר א נצרך. וואס קען זיין בעסער ווי דעם! פארוואס גיבן פאר ארגאניזאציעס וואס אביסל פראצענט גייט דאך לכתכילה אראפ פאר אנדערע אויסגאבן.
(נישט אז מען זאל אויפהערן שטיצן די וויכטיגע ארגאניזאציעס, זיי פעלן שטארק אויס פאר כלל ישראל. אבער אויב זיכסטו דוקה אז לכבוד די עשי"ת זאל דיין פינעווער אנקומען כל כלו לה' דאן איז די עצה אליין אפירצוזיכן א נצרך)

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך
עס איז דא א זאך ווי א not-for-Profit-Business דאס הייסט אן ארגאניזאציע וואס מאכט נישט קיין געלט אלס ארגאניזאציע, אבער די עיקר ציל איז אז די עומדים בראש זאלן מאכן שיינע wages און זיין שיינע אידן . איי וועם גייט אן צו די ארגאניזאציע מאכן געלט? הוי אומר די IRS.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עצי שיטים און פרנס החודש: לפענ"ד איז די אישו מיט אברהם לויפער ודוכותיה נישט די פארלעסליכקייט. און אויב ער לייגט געלט אין זיין פריוואטע קעשענע. מיין..."ביעף" מיט איהם איז אז ער מישט חסד מיט אידעאלאגיע. אזוי ווי איינער האט שוין פריער דערמאנט אז טייל מענטשן פון די געוויסע אידעאלאגיע מיינען אז חסד פון איין זייט איז מכפר אויף עקסטרעמיזם און טעראר פון די אנדערע זייט.
נאר אויסער אלעם איז אברהם לויפער פארלעסליך פינאנציעל. לפי זיכרוני, זענען די לויפער משפחה (טאטע/ברודער) קרובים מיט די (ר' געציל) בערגער משפחה.מסתמא ווערט ער אויך געשטיצט סיי אין ענייני צדקה וחסד און סיי אין אויספיהרן זיינע עקסטרעמיסטישע שטיק דורך עטליכע גבירים אין סאטמאר.
נאר אויסער אלעם איז אברהם לויפער פארלעסליך פינאנציעל. לפי זיכרוני, זענען די לויפער משפחה (טאטע/ברודער) קרובים מיט די (ר' געציל) בערגער משפחה.מסתמא ווערט ער אויך געשטיצט סיי אין ענייני צדקה וחסד און סיי אין אויספיהרן זיינע עקסטרעמיסטישע שטיק דורך עטליכע גבירים אין סאטמאר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נאר אזוי ווי עצי האט שוין פריער דערמאנט אז די בעסטע וועג צו מאכן זיכער אז דאס (גאנצע) געלט קומט אן צו די נצרכים, איז אויסצאללן די גראסערי ביל פון א משפחה וואס מוטשעט זיך.
איך קען א איד וואס האט טאקע אזוי געטון. ער האט באצאלט דעם גראסערי בילל און אויך שכר לימוד פון א משפחה וואס האט זיך שטארק געפלאגט פינאנציעל.
איך קען א איד וואס האט טאקע אזוי געטון. ער האט באצאלט דעם גראסערי בילל און אויך שכר לימוד פון א משפחה וואס האט זיך שטארק געפלאגט פינאנציעל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פארשטיי איך נישט די חילוק, וואס איז א נפק"מ צי דו גיבסט דירעקט פאר א מענטש אייזקריעם אדער א סענדוויטש, אדער דו גיבסט געלט פאר א ארגאניזאציע און דער בעה"ב קויפט זיך דערמיט (אדער פאר זיינע קינדער) א סענדוויטש אדער אייזקריעם?berlbalaguleh האט געשריבן: איך בין בד"כ מבחין צווישן א יחיד וואס גייט נאך געלט (פאר זיך) און אן ארגאניזאציע. אויב א איד קומט בעטן א נדבה, וועל איך איהם געבן אפילו איך בין נישט זיכער אז ער זאגט דעם גאנצן אמת. ווייל לאמיר זאגן ער וועט זיך קויפן א סענדוויטש אדער אן אייז קריעם, האביך מחיה געווען א איד. משא"כ אן ארגאניזאציע וועלכע געט נישט איבער די מערסטע פון די געלטער פאר נצרכים זענען סתם א ביזנעס וואס עטליכע מענטשן האבן פרנסה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווייל ווען ס'איז אן ארגאניזאציע וועלכע זענען נישט אפן מיט זייערע געלטער, איז עס אויף א סאך א גרעסערן פארנעם. אזוי ווי ס'איז מיר באקאנט איבער א געוויסע ארגאניזאציע וועלכע זאמלט געלט ביים היימישן עולם, און זיי זענען בכלל נישט עפעקטיוו אין העלפן די מענטשן וועלכע וואלטן געקענט ניצן זייער הילף. דאס איז אויסער די (גרויסע) סכומים וואס זיי נעמען אריין. משא"כ ווען ס'איז א יחיד, איז עס אויף א קלענערן פארנעם.
אויך, דאס איז אן את"ל, אפילו אויב ער זאגט נישט אויס דעם גאנצן אמת. אבער איז דאך א נצרך.
לדוגמא, מיט עטליכע יאר צוריק איז געקומען א איד אין ביהמ"ד און פארציילט א מעשה אז ער דארף א סאך געלט פאר די אפעראציע פון זיין ווייב. איז געקומען א צווייטער און ר'האט מכחיש געווען זיין מעשה. איך האב איהם דאך געגעבן א סכום געלט, ווייל אפילו אויב ס'איז אן אויסגעטראכטע מעשה, איז ער נאכאלץ אן ארעמאן.

- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
לעצטנס האב איך געזען עדס פון א ארגעניזאציע "נקי כפיים" וואס מען קען דארט געבן געלט ווען מען דארף געבן געלט לצרכי ציבור, ווי למשל איינער האט געשעדיגט איינעמס חפץ און ער געדענקט נישט וועמענס איז די הלכה אז מען דארף געבן די געלט לצרכי רבים.
בין איך נייגעריג וויפיל פון דער געלט וואס איך בין מנדב גייט פאר זייער מארקעטינג און אנדערע הוצאות, און ווי גייט די רעשט פונעם געלט?
בין איך נייגעריג וויפיל פון דער געלט וואס איך בין מנדב גייט פאר זייער מארקעטינג און אנדערע הוצאות, און ווי גייט די רעשט פונעם געלט?
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איך קען נישט דעם לויפער פערזענליך, אבער איך בין געווען בקשר מיט א געשעפט וואס אלמנות האבן באקומען דארט בחינם.מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מרדכי מרדכי: די שאלה איז אויב די בעלי נקי כפיים זענען טאקע נקיי כפיים...!מרדכי מרדכי האט געשריבן:לעצטנס האב איך געזען עדס פון א ארגעניזאציע "נקי כפיים" וואס מען קען דארט געבן געלט ווען מען דארף געבן געלט לצרכי ציבור, ווי למשל איינער האט געשעדיגט איינעמס חפץ און ער געדענקט נישט וועמענס איז די הלכה אז מען דארף געבן די געלט לצרכי רבים.
בין איך נייגעריג וויפיל פון דער געלט וואס איך בין מנדב גייט פאר זייער מארקעטינג און אנדערע הוצאות, און ווי גייט די רעשט פונעם געלט?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז דא אן ארגאניזאציע וועלכע זאגן אז זיי העלפן אידישע קינדער. איך בין זיכער אז זיי העלפן טאקע. די שאלה איז נאר וויפיהל פון די געלטער וואס קומען אריין גייען טאקע אויף דעם צוועק וואס זיי זאגן. און וויפיהל גייט אויף זייטיגע (וויכטיגע) הוצאות. דער חשוב'ער ..."רב"... וואס פיהרט אן די ארגאניזאציע האטציך געלאזט אויבערבויען זיין הויז און געמאכט א נייעם סיידוואק. אויך דער פראנט (פאסאד) פון זיין הויז איז פרעכטיג אהערגעשטעלט. נישט ווי געווייליך אז ס'איז אריח על גבי לבנה (פאר די וועלכע ווייסן וואס דער אויסדרוק מיינט). נאר די פראנט בריקס/טיילס זענען אין א גראדע שורה. וואס איז א סאך טייערער. אמת. ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דער רב מוז וואוינען אין א חורבה. יא. שיער פארגעסן. דער חשוב'ער רב ומשפחתו נעמען א 3, 4 מעידזשאר טריפס איבער'ן יאר. קיין א"י, יוראפ און פלארידע אדער קאליפארניע.
מיין שאלה איז אויב דער הונדערטער אדער טויזנטער וואס מ'איז מיך מחייב גייט טאקע פאר די וועלכע באדארפן הילף. אדער אויף אנדערע נויטיגע צרכים.
ס'איז געווען אמאל ביים הייליגן ריזשינער זי"ע. (אזוי פארציילט מען.) א איד איז אריינגעקומען מיט א קוויטל און איבערגעלאזט א שיינעם פדיון. ער האט באמערקט די גרויסע אויפפאלענדע לוקסוס (הנראה לעין). האט ער אנגעהויבן טראכטן. אויף די אלע זאכן גייט מיין געלט. דער ריזשינער האט גלייך תופס געווען זיין מחשבה. (דו מוזסט נישט גלייבן.) האט ער איהם געזאגט. הער, רעב איד. ווען א איד קומט מיט א קוויטל און געט א פדיון ביניך מרגיש וואספארא געלט דאס איז. אויב ס'איז אינגאנצן ערליך פארדינט געלט. גייט עס אויף אויסהאלטן דעם ביהמ"ד. אויב ס'איז א ביסל שוואכער גייט עס אויף פוצן די שטוב. אויב איז עס גאר שוואך. אבער דער איד דארף דאך א ישועה. גייט דאס געלט פאר די שטאל פון די פערד. לענייננו. איך האף אז מיין התחייבות גייט לכה"פ אויף אויסשטאפיהרן די משפחה פון דעם חשוב'ן רב שליט"א אויף יו"ט. און נישט אויף קויפן אשר יצר פאפיר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: איך וויל (דוקא) נישט רעדן פון דעם פינאנציעלן חלק פון רופא חולים...RCCS...נאר פון די פראקטישע זייט. מיין אייניקל איז אמאל געווען אין שפיטאל זענען אדורך געגאנגען די עסקניות פון די ארגאניזאציע. זיי האבן זיך נאכגעפרעגט וואס דער מצב איז. און מיט וואס זיי קענען העלפן. זיי האבן טאקע געהאלפן. ס'האט אויסגעפעהלט א פארבעסרונג אין סערוויס. זענען זיי געגאנגען שתדל'ן און ערלעדיגט דעם פראבלעם.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
לויפער איז באמת א חידוש פון א ארגענעזאציע.
ער האט נאר נישט קיין אפענע ביכער, אבער זיין תפקיד איז 100% ערפילט, ער קוקט נישט צו די אלמנה האט קינדער וואס זענען רייך וכו' (עפעס וואס איז גאנץ קאמאן ביי אנדערע ארג.).
איך קען מעיד אזוי אויף א אלמנה וואס האט בחייו פון איר מאן זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן צו רופן אירע קאפלס אויף א סעודה, זינט איר מאן איז אוועק, און זי קויפט אויף לויפערס חשבון רופט זי אן קיין חשבון.
און דער לויפער רופט פערזענליך די אלמנה אינמיטן די שבעה זיך 'בעטן' אז זי זאל נעמן (מיטגעהאלטן)
ס'איז באמת א זעלטענהייט
ער האט נאר נישט קיין אפענע ביכער, אבער זיין תפקיד איז 100% ערפילט, ער קוקט נישט צו די אלמנה האט קינדער וואס זענען רייך וכו' (עפעס וואס איז גאנץ קאמאן ביי אנדערע ארג.).
איך קען מעיד אזוי אויף א אלמנה וואס האט בחייו פון איר מאן זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן צו רופן אירע קאפלס אויף א סעודה, זינט איר מאן איז אוועק, און זי קויפט אויף לויפערס חשבון רופט זי אן קיין חשבון.
און דער לויפער רופט פערזענליך די אלמנה אינמיטן די שבעה זיך 'בעטן' אז זי זאל נעמן (מיטגעהאלטן)
ס'איז באמת א זעלטענהייט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
די קרעדיט קארד טשארזשme smart האט געשריבן:And who is pocketing the extra 1% ?קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.
דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
ווי קען מען זעהן די אפענע ביכער?קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.
דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.
דארף איך גיין צי זיי אין אפיס אדער איז עס עוועילעבל אנליין?
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
www.charitynavigator.orgמרדכי מרדכי האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די אפענע ביכער?קהל'ס נער האט געשריבן:רופא חולים/RCCS האט אפענע ביכער, 9% גייט פאר אפיס עקספענסעס, 19% פאר די פאנדרעיזער און 71% פאר די נצרכים.
דאכט זיך אז זיי זענען די איינציגסטע היימישע ארגענעזאציע מיט אפענע ביכער.
דארף איך גיין צי זיי אין אפיס אדער איז עס עוועילעבל אנליין?
דא קענסטו אריילייגן וועלכע ארג. די ווילסט און קענסט טרעפן אלע פאבליק אינפאו.
(כמעט) אלע היימיש ארג. זענען קלאסיפיצירט אלץ א רעליגיעזע ארג. מילא קענען זיי האלטן פארמאכט די ביכער, rccs איז די איינציגסטע וואס איך האב דערווייל געטראפען מיט אפענע ביכער, קען זיין ס'דא נאך.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein