קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19746
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15057 מאל
קאנטאקט:

קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויב ס'מאכט זיך אמאל קריגערייען אדער אנדערע סיבות. און די משפחה צוברעכט זיך (ל"ע). קען איינער פון די עלטערן עפ"י תורה און לויט'ן געזעץ צוריקהאלטן דעם אנדער'ן (געוועזענעם) פארטנער פון ערשיינען ביי א קינד'ס חתונה.

איך ווייס פון א פאל (נאר כ'בין זיכער אז ס'איז (ליידער דא א סאך) וואו איינער פון די עלטערן איז לעגאל, און עפ"י דין תורה דערווייטערט געווארן פון די קינדער. אפגעזעהן די סיבה פאר דעם. איז די שאלה אויב ביי א קינד'ס חתונה איז דער טאטע אדער מאמע אויך פארבאטן צו זיין דארט. ווען ס'איז נישט דא קיין פראגע פון סעיפטי פאר די קינדער.

אין דעם פאל וואס איך קען. ווייס איך אז דער טאטע האט געדארפט דערווייטערט צו ווערן פון זיין משפחה. נאר ביי זיין טאכטער'ס חתונה איז ער געקומען ביז צום זאל. ווייל די משפחה האט געדינגען גארדס מ'זאלל איהם נישט אריינלאזן. זיין צער איז געווען אומבאשרייבליך. איז די שאלה אויב ס'איז יושר צו פארבאטן איהם צו זיין אנוועזנד ביי איינע פון זיינע קינדער'ס חתונה.

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר