איך האלט אז עס איז מער אויסגעהאלטענער אז א פרוי זאל דרייוון ווי א מאן. ווען דרייוון וואלט ווען היינט ארויסגעקומען, וואלטן די רבנים געזאגט אז אויב איינער מוז צוקומען צו א קאר, זאל דאס די פרוי טון און נישט די מאן.
וואס נאך וואלט מען געזאגט? אז די מענער טארן נישוט זיצן פון פארנט? צוליב צניעות? און אויך אויסטון די ברילן בשעת מ'פארט, אוואו די פארצייטישע אידן? אדער לכה"פ אנטון די מטושטש'דיגע גלעזער, כמובא באשכול אחר.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
סתם פאר אינטערסאנטקייט, ביי די ליווישע איז די דרייוון נארמאל, אפילו ביי די ראש ישיבות, הרב מלכיאל קוטלער‘ס ווייב דרייווט אים ארום, קען זיין אז ער קען נישט וועגן די ביטול טערע
געפילטע פיש האט געשריבן:חסידים דערציילען אז אפילו די פיש אין טייך האבן געציטערט אין די הייליגע טעג, אוודאי האבן זיי געציטערט, מאכט א חשבון וויפיל פיש אונז עסן מער אפ אין די חודש, אזא דרייסיג פערציג פארציעס פער קאפיטא, א קלייניקייט?
חכם מחוכם האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, ביי די ליווישע איז די דרייוון נארמאל, אפילו ביי די ראש ישיבות, מלכיאל קוטלער‘ס ווייב דרייווט אים ארום, קען זיין אז ער קען נישט וועגן די ביטול טערע
די סיבה איז פשוט "אונזער מסורה" איז געבויעט נאך איידער קאר'ס זענען געווען אויפן ראוד. משנה זיין? חלילה.
בדרך רמז יש לומר טעם נכון על מה שנהגו בנות ישראל הכשירות שלא לנהוג רכב כי נקטינן להלכה מנהג ישראל תורה שהשיינע אידן אינם נוהגים רכב {דרייווען} והלא הנשים הם ג"כ שיינע אידן ודו"ק כי קצרתי מחמת עומק הענין וגם שלא לבייש את מי שאין לו איבער געטייטשט אויף אידיש: מען קען זאגן א טעם פארוואס פרויען דרייווען נישט , ווייל ביי אונז איז אנגענומען אז שיינע אידן דרייווען נישט ...
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.