טיקל: וואו זענען די פארהייליגטע ספרים פון די לעצטע 70 יאר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

טיקל: וואו זענען די פארהייליגטע ספרים פון די לעצטע 70 יאר?

שליחה דורך העניך »

דער באקאנטער שרייבער פון לאנדאן, וועלכער רופט זיך מיט'ן נאמען 'טיקל', האט געשריבן א לענגערן ארטיקל אויף דער ענגלישער שפראך וואו ער פרעגט: וואו זענען די ספרים פון מחברים וואס זענען געבוירן געווארן נאכ'ן צווייטן וועלט קריג וואס זענען געווארן א נחלת הכלל?

ר' טיקל טענה'ט אז פון די וואס זענען געבוירן געווארן נאך פאר'ן קריג טרעפט מען א חזון איש, א משנה ברורה, אן אגרות משה, א מכתב מאליהו, א נתיבות שלום, א שמירת שבת כהלכתה -- ספרים וואס האבן נישט נאר קונה געווען פאפולאריטעט, נאר אויך וואס זענען אויטאריטאטיוו און פארהייליגט. אבער מ'טרעפט נישט אזעלכע ספרים פון מחברים וואס זענען געבוירן געווארן נאכ'ן קריג.

עס איז כדאי דורכצולייענען דעם גאנצן מאמר, וואו דער שרייבער טוט דורך אלע נאטירליכע רעאקציעס, און טוט דורך די נושא מיט א ברייטקייט. כ'וויל נאר דערמאנען דעם אויספיר אז היינט איז פאראן א שרעקליכע דרוק צו קאנפארמירן צו עקזיסטירנדע נארמען, און ס'איז פשוט נישט פאראן קיין פלאץ פאר אינאוואציע. וואס בלייבט נאר איבער איז צו נעמען די עקזיסטירנדע ספרים, און מאכן א ליקוט, און ליקוטי בתר ליקוטי, וחוזר חלילה.

רבותי, נעמטס אייך א צוואנציג מינוט, און לייענט דורך מיט ישוב הדעת: עֲשׂוֹת סְפָרִים הַרְבֵּה אֵין קֵץ.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר