מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אפדעיט: אזויווי מיין פוינט איז נישט ארויסגעקומען גענוג קלאר דעם ערשטן מאל איז ראטזאם צו ליינען דעם אפדעיטעד ווערסיע, באזירט אויף פיעדבעק פון די ליינער, די אלטע האב איך געלאזט אז מ'זאל פארשטיין אויף וואס די תגובות פונעם עולם גייט ארויף:
מיין פראבלעם מיט חרדים.pdf
(58.78 KiB) אראפגעלאדנט 297 מאל
מיט א שטיק צייט צוריק האב איך גערעדט מיט מיין טאטן און בתוך הדברים האט מיך געפרעגט ווען איך "קום צוריק" (צום חרדיש'ן געטאו), זעלבסטפארשטענדליך אז די ערשטע זאך האב איך צוריקגעשאסן ציניש "אויף וואס זאל איך צוריקקומען, זיך צו קענען ווייקן אין סאטמארע מקווה?", אבער למעשה האט עס מיר געמאכט אביסל טראכטן.

ס'הייסט אזוי, אין אנפאנג האט עס געהייסן אז איך זוך פשוט צו אנטלויפן פון די ניו יארקע קאוויד תפיסה, און באמת ווען ס'האט אנגעפאנגען גרינגער צו ווערן האב איך ערנסט געהאט געפלאנט זיך צוריקצוציען, כ'בין געפלויגן אין געטאו אריין פאר א צוויי דריי וואכן זוכן א פלאץ וואו אראפצושטעלן דאס געזינדל אבער נאכ'ן לעבן אינעם לעכטיגקייט אזוי לאנג האב איך פשוט נישט געקענט אויסהאלטן דאס חשכות און פארקריפלטקייט פון די נשמות דארט, כ'האב געמאכט א גרויסן בואי בשלום און אנטלאפן פון דארט כל עוד נשמתי באפי.

באמת האב איך שוין אפאר מאל געטראכט פון גיין באזוכן מיין משפחה, כאטש פאר א פאר טעג, אבער ווי לענגער איך בין אוועקגעוועזן אלץ ווייניגער און ווייניגער האב איך בכלל געהאט א שפראך מיט זיי. ווייסט, אמאל ווען איך פלעג רעדן מיט מיינע עלטערן צו ברידער אויפ'ן טעלעפאון האב איך נאך פארשטאנען וואס זיי רעדן, צומאל פלעגט מען זיך אויך טענה'ן אויף הויכע טענער, ס'איז אבער געקומען צו א מצב וואס איך פארשטיי בכלל נישט וואס זיי זאגן, מ'טענה'ט זיך שוין אפילו נישט, איך זאג מיך דאס מייניגער, זיי זאגן זיך דאס זייעריגע, און קיינער פארשטייט נישט וואס דער אנדערער רעדט…

למעשה האב איך דעמאלטס יא געזאגט פאר מיין טאטן געוויסע זאכן וואס חסידים טוען וואס שטערט מיר זייער (ספוילער אלערט: ס'נישט די מאנגל אין לימודי חול), און מיין טאטע האט מודה געווען אז ס'איז טאקע א פראבלעם, אבער, מ'קען זיך נישט שלאגן מיט די סיסטעם וכו', האב איך איהם געזאגט אז טאקע דערפאר האב איך אפגעלאזט די "סיסטעם" און געגאנגען צו א פלאץ וואו איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם… אבער דו, האב איך פארגעזעצט, דו האלטסט דאך אויך אז ס'איז א קראנקהייט פון א פלאץ, פארוואס ביזטו נאך דארט? וויאזוי קענסטו לעבן אין א פלאץ וואו ס'דא זאכן וואס זענען וויכטיגער פון בעיסיק מענטשליכע געפילן? יא, ס'דא היינט אסאך טיכל טוסדעיס' וואס שערן זיך נישט די האר, אבער דאס איז נאר ווייל מ'האט געטראפן א היתר, ווען ס'זאל ווען שטיין קלאר אין שולחן ערוך "אסור לנשים נשואות שיהיה להן אפילו שער אחד בראש" וואלט קיינער זיך נישט געוואגט עס צו טשעלענדשען, וויאזוי קען מען לעבן אזא מין לעבן? נישט עולם הזה האט מען, נישט עולם הבא, אויף וואס ארויף? (למעשה האט מיך מיין טאטע דאן געזאגט אז "אויב רעדסטו שוין אזוי מיין איך איז בעסער אז דו בלייבסט טאקע דארט… ענדיוועיס…)

און קומטס מיר נישט זאגן (@שמן למאור אלערט) אז דאס איז נישט די "עכטע" אידישקייט, ווייל א) ס'מאכט באמת נישט אויס צו ס'איז עכט צו פאלש אבער דאס איז די טרוקענע מציאות. און ב) במחילת כבודכם איז דיעס געדאנקענגאנג דייקא יא אן אינטעגראלע טייל פון אידישקייט, און כ'וועל ענק ברענגען א ראיה וואס עטץ קענטס נישט אפפרעגן. איך מיין חס ושלום חס ושלום נישט צו האקן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן, ס'שטייט אין בראשית ה, כד: וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת הָאֱלֹקִים וְאֵינֶנּוּ כִּי לָקַח אֹתוֹ אֱלֹקִים, זאגט רש"י: צדיק היה וקל בדעתו לשוב להרשיע לפיכך מיהר הקב"ה וסילקו והמיתו קודם זמנו. ווייז דאס פאר סיי וועלכער מענטש וואס וואוינט צווישן קאסוב און קיטוב, מנער ועד זקן טף ונשים, יעדער וועט דיר זאגן מיט א פשטות אז אזוי קומט עס. אוודאי אזוי, די ערקתא דמסאנא איז קינג! א קינד איז מאלעסטעד געווארן? א געפערליכע פראבלעם, אבער צוערשט דארף מען דעם תולי מאסטער אנידערלייגן, דערנאך וועט מען זיך נעמען צו די secondary אישוס. אוודאי אזוי, גדול המחטיאו יותר מן ההורגו! פרויען מוטשען זיך מיט postpartum וויזויהייסטעס? מהיכי תיתי. יא, אוודאי איז עס א פראבלעם אבער געוואלד, וואס איז די אלטערנאטיוו? ב"ק?! דארף מען צאמזעצן אלע חכמי חעלם און צוקומען צו א מסקנא אז אין בית דין מבטל אלא אם כן גדול הימנו בחכמה ובמנין וואטעווער, ביזטו פון קאפ געפאלן? דאס איז די פראבלעם פונעם דור? וואו זענען דיינע פרייאריטיס רח"ל? וואט די עקטשועל העק? און איך קען געבן נאך צענדליגע הארבערע און שוואכערע דוגמאות דערפאר אבער מיין פען לויפט שוין באלד אויס פון טינט… איך האף אבער אז עטץ כאפטס (שמן למאור אלערט) וואס איך וויל ארויסברענגען.

יא, אוודאי איז אין די לעצטערע יארן בעסער געווארן אין אסאך הינזיכטן (הגם אין אנדערע הינזיכטן איז די מצב הדור געפאלן פי כמה לדוגמא די טעראר פון די מוסדות), אבער ווי געזאגט, ווען מ'טוט שוין יא עפעס איז מען נאר מטפל אין די ענפים, די שורש פורה ראש ולענה איז נאך טיעף טיעף איינגעבאקן אינעם סאבקאנשעס פון די קאלעקטיוו אזש ס'כאפט מיר פשוט א שוידער ווען איך טראכט נאר דערפון. און ס'נישט נאר די מעשים, און נאכאמאל, כ'מיין קיינעם נישט וויי צו טוהן אבער די גאנצע לופט טראגט א געוויסע ענערדשי וואס שמעקט פון סאדיזם און מזוכיזם, בשעת איך האב מיך געווייקט דערין האב איך נישט געפילט די גיפט דערפון (נאכאמאל, איך בעט איבער ווער ס'פילט זיך געטראפן) אבער היינט שטערט מיר עס געפערליכך. סתם פאר די אנאלידשי, כ'האב אמאל באזוכט ביי א קאזין מיינער, איך קום אריין אין זיין דירה און איך ווער אנטפאנגען מיט א שמעק פון שימל, אין די גאנצע עקסייטמענט און הו-הא פון די מופן האט ער נישט צופיל צוגעלייגט קאפ (נאז?) צום שמעק און ביז ער האט זיך געסעטלט דארט איז ער שוין געוועהן צוגעוואוינט צום שמעק אזש ער האט געמיינט אז איך טרייב לצנות פון איהם… פארשטייט עטץ? אז נישט איז אויך נישט געפערליך, די עיקר איז אז איך אליין פארשטיי…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 97 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר