ווי לאנג ביז חרדים זענען די שטערקסטע כח אין ברוקלין און נ"י?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:09 pm
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1847 מאל

ווי לאנג ביז חרדים זענען די שטערקסטע כח אין ברוקלין און נ"י?

שליחה דורך נוח »

יעדער האלט מיט וואס עס גייט פאר אין מדינת ישראל און די פאניק וואס נעמט ארום די לינקע אז חרדים וואקסן און וואקסן און נעמען איבער די שטעלונגען אין די רעגירונג. זיי דערזעען זיך אין א מצב ווי אין א צוואנציג דרייסיג יאר וועלן חרדים זיין גענצליכע מושלי בכיפה אין א"י, און נישט נאר דאס, נאר וויבאלד חרדים גייען נישט אין מיליטער און האבן גאר א קליינע חלק אין די ארבעטס מארקעט, וועט דאס אונטערברענגען די מדינה אין די תחומים פון סעקיוריטי, טעקסעס און עקאנאמיע.

די פאניק איז שוין יעצט ווען חרדים זענען בלויז 13.3 פראצענט פון די מדינת ישראל באפעלקערונג היות אזא פראצענט האט שוין יעצט גאר א גרויסן מאכט, און האט שוין יעצט גאר א שטארקע כח איבער די גאנצע מדינה.

מ'רעדט אסאך צי עס גייען קומען דראסטישע שינויים אין די חרדישע לעבן, צי ס'וועט זיין א רעוואלוציע וכדומה, און די שאלה איז אן אפענע. אבער די גרעסערע שאלה פאר אונז ניו יארקער אידן איז: וואס גייט זיין אין די נעקסטע 15, 30, 45, און 60 יאר, ווען אונז אדער אונזערע קינדער וועלן נאך לעבן, וואס די חרדישע אידענטום אין ניו יארק גייט זיין פיל פיל גרעסער?

כ'מיין אז מיר קענען אננעמען רעאליסטיש אז עס זענען פאראן ארום 200,000 חרדישע אידן אין ברוקלין, וואס קומט אויס ארום 8 פראצענט פון די גאנצע ברוקלין באפעלקערונג.

די דעמאגראפיק פון חרדישע אידן איז אז מיר טאפלען זיך בערך יעדע 15 יאר. דאס מיינט אז אויב זענען היינט פאראן צוויי הונדערט טויזענט חרדישע אידן אין ברוקלין, גייט אין 2038 זיין 400,000, און אין 2053 - 800,000, און אין 2068 - 1.6 מיליאן. דאס איז אין בלויז 45 יאר ארום!

די טאטאלע פאפולאציע פון ברוקלין שטייט ביי בערך 2.5 מיליאן שוין די לעצטע קרוב צו הונדערט יאר, און ס'האט זיך כמעט נישט געטוישט. דאס מיינט אז אויב די יעצטיגע טרענדס האלטן אן, אז ברוקלין פאפולאציע טוישט זיך נישט אין אלגעמיין, און חרדישע אידן וואקסן ווייטער ווי ביז היינט וועלן מיר ביז א פופציג יאר זיין מער פון 65 פראצענט פון ברוקלין. און ביז א 20 יאר וועלן מיר זיין די שטערקסטע כח אין ברוקלין, זייענדיג מער פון 20 פראצענט פון דעם בארא.

ווי אזוי קוקט אויס א קאמיוניטי וואס האט 65 פראצענט פון אזא וועלט-בארא ווי ברוקלין? אינגאנצן אנדערש ווי א קאמיוניטי וואס האט נאר 8 פראצענט. ס'איז פשוט אז יעדע פאליטישע פאזיציע וועט זיין ביי א חסידישע איד, בארא פרעזידענט וועט זיין א חסידישע איד, און מיר וועלן האבן רוב ברוקלין פאזיציעס אין אלבאני.

ס'איז אויך זייער מעגליך אז מיר וועלן זיין גענוג שטארק אז נ"י מעיאר זאל זיין א חסידישע איד. די ניו יארק סיטי פאפולאציע שטייט יעצט ביי ארום 8.5 מיליאן, און איז נאר געשטיגן מיט ארום א מיליאן זייט 80 יאר צוריק. דאס מיינט אז אויב אין 2068 וועט ני"ס פארמאגן 9 מיליאן מענטשן, און פון דעם וועלן 1.6 מיליאן זיין חרדישע אידן. וועלן חרדישע אידן זיין קרוב צו צוואנציג פראצענט פון ניו יארק סיטי! אונזער כוח אין די גאנצע סיטי וועט זיין נאך שטערקער ווי די כח פון די חרדים היינט אין מדינת ישראל!

דאס איז אלעס אויב די יעצטיגע טרענדס האלטן אן. אוודאי איז מעגליך אז ס'זאל נישט זיין אזוי, אבער נאר אויב עס געשעען מאסיווע שינויים אין אונזער לעבנסשטייגער, צב"ש אז מיר פאנגען אן האבן ווייניגער קינדער, אז גאר אסאך פארלאזן די היימישע דרך, אז ס'פאנגען זיך אן מאסן מופערייען צו אנדערע שטעט. אבער ווי אזוי עס זאל נאר זיין שטייען מיר פאר מאסיווע שינויים אין אונזער לעבנסשטייגער, ווייל אויב גארנישט זאל זיך טוישן, איז דאס אליין, אז מיר זאלן זיין פולקאמע בעלי בתים אין ברוקלין און די סאמע שטערקסטע כח אין גאנץ ניו יארק סיטי, גייט זיין די גרעסטע רעוואלוציע וואס איז נאר שייך און וועט אן קיין שום צווייפל האבן א עפעקט אין אלע אספעקטן פון אונזער לעבן. די שאלה איז נאר ווי אזוי.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר