לבוש; א חסידישע אבסעסיע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 280
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 715 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

לבוש; א חסידישע אבסעסיע

שליחה דורך דיכטער »

שלא שינו את לבושם.
לבוש - קליידונג, נעמט א גרויסן אויבן-אן אין דעם אידישן קאלטור און לעבנסשטייגער. מען איז אייביג פארנומען וועלכע קליידער אנצוטון און וואס עס פאסט און פאסט נישט סיי אין מענער שול אין איבערהויפט אין ווייבער שול.

אונז זענען געוואוינט צו טראכטן אז דאס איז פון אייביג אן געווען דער גרויסע יחוס פון א איד קעגן זיינע נידעריגע גוי'שע שכנים צווישן וועלכע ער האט געלעבט.
אין איינע פון די זכותים וואס אין זיי זענען די אידן אין מצרים אויסגעלייזט געווארן איז אנגעבליך טאקע צוליב לא שינו את לבושם.

דער שאלה וואס איך וויל דא ארויפברענגען איז: איז עס טאקע אזוי?

אריינקוקענדיג אין די מקורות - אין די פסוקים אין תנ"ך און שפעטער אין חז"ל זעט מען נישט אז עס איז איז געלייגט געווארן א דגש אויף די קליידונג.
פארקערט גאר, איידער די אידן זענען ארויס פון מצרים ווערן זיי פארבעטן צו "בארגן" פון זייערע גוי'שע שכנים קליידער. איך פארשטיי אז עס זענען דא כל מיני תורות אז דאס איז נישט געווען פאר זיי צו אנטון אבער אין המקרא יוצא מדי פשוטו און פשוט פשט קוקט אויס אז די אידן האבן געהאט א קנאפע פראבלעם זיך צו קליידן מיט די גוי'שע קליידער.

דאס איז אמאל זיכער אז די אידן זענען אייביג געגאנגען מיט קליידער וועלכע זענען געווען די אנגענומענע סטאנדארט אינעם גוי'שן גאס וואו זיי האבן געוואוינט.
די אידן אין מצרים זענען אויף קיין פאל נישט געגאנגען מיט קיין ירושלימ'יע קאפוטעס און העכסט ווארשיינליך אויך נישט מיט קיין סאמעטע היטן. זיי זענען געגאנגען אזוי ווי עס איז געווען אנגענומען צו גיין צווישן די לאקאלע איינוואוינער.

עס איז זייער קלאהר אז אידן אין אלע פארשידענע פלעצער און לענדער וואו זיי האבן געוואוינט, האבן זיך געהאט געקליידעט לויט די סטייל און שניט פון די לאקאלע פאלק.
די אידן אין תימן זענען געגאנגען אנגעטון מיט טראגעס וועלכע דייטן אן זייערע אפשטאם צווישן די אראבער און אונזערע רעקליך און היטן זענען א דיירעקטע רעזולטאט פון אונזערע היסטאריע אין מזרח אייראפע.
קוקענדיג אויף בילדער פון ציגיינער אין מזרח אייראפע פארן קריג קען זיך שיעור נישט דארכטן אז עס האנדלט זיך דא פון חסידישע, סלאווישע אידן.

איז אויב אזוי, וואס איז פארט דער "שלא שינו את לבושם" יחוס?

אין מיין געדאנק וואלט דער תשובה געווען אז די אידן האבן זיך געהאלטן צו א העכערע סאטנדארט אין לבוש און נישט געגאנגען ווי די פראסטע צווישן די גוים, נאר זיך געהאלטן צו די עלעגאנטע און נאבעלע סטייל פון זיך קליידן.
דאס מיינט אז לויט די סטאנדארטן און סטיילס אינעהאלב א געמיינדע אין וועלכע די אידן וואוינען, אזוי וועלן זיך די סטאנדארטן און סטיילס ווענדן און טוישן ביי די אידן און די אידן וועלן אייביג זיכער מאכן צו גיין לויט די נאבעלע סטאנדארט און דאס אליין איז שלא שינו את לבושם.

נישט אומזינסט זענען נישט דא אין הלכה קיין שום קלאהרע און ספעציפישע אנווייזונגען אויף לבוש און צניעות, וויאזוי זיך צו קליידן און וועלכע קליידער צו אנטון. פשוט ווייל עס איז גענצליך געוואנדן און אפהענגיג אין די לאקאלע קאלטור און נאציאנאלע לעבנסטשייגער.

נאכן דאס אויסקלארן וויל איך פארשטיין וואס איז דער געגייעכטס אין גאס מיט א קאפעליטש און רעקל און נאך דערצי מיט א פארמאכטן גארטל, כאילו מען זוכט יעצט דעם צענטן אויף מנחה, וואס איז דאס? פאר וועם מאכסטו דאס? איז דאס מער צניעות'דיג ווי גיין אנגעטון מיט נארמאלע, רואיגע קליידער וואס איז אנגענומען אינעם גוי'שן לייפסטייל?

אין דער זעלביגע איז געזאגט געווארן אויף די ווייבערישע געקליידעכטס. אין די אראבישע לענדער איז געווען העכסט אנגענומען צו גיין בארפיסיג אויפן גאס און אלס תוצאה זענען די אידישע פרויען אויך אזוי געגאנגען, ווידעראם אין אייראפע זענען געווען אנדערע סטאנדארטן.

און יעצט אז מיר וואוינען אין מערב-לענדער, איז געקומען דער צייט זיך צו אדאפטירן צו זייערע שניט און לייפסטייל און נישט זיין געבונדן מיט פארמאכטע אויגן צו אונזערע אור אלטע לעבנסשטייגער פונעם אומרעלעוואנטן פארגאנגענהייט וואס איז זייער באליבט, טייער און געשעצט אבער האט פארט נישט וואס זיך אריינצומישן אין אונזערע טאג-טעגליכע התנהגות אין אונזערע לעבן.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר