בילדער פון א גאנצע געמיינדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל

בילדער פון א גאנצע געמיינדע

שליחה דורך שערי יושר »

אונזער געמיינדע מיט אלע פראבלעם פון וואס מיר ווערן געפלאגט כסדר. איז נאכאלץ פאר אונז די שענסטע און בעסטע, דא זענען מיר אויפגעוואקסן, דא פילן מיר היימיש, דא לעבן אונז על דרך התורה והיראה, און די פיסטריט פון אונזערע הייליגע זיידעס און באבעס, און אונזער הייליגע רבי'ס

דאס א ווינקל, ווי אונז ציען אויף אונזערע קינדער, די טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אפגעטיילט און אפגעזינדערט פון די אמעריקאנע גוי'אישע וועלט. אויף אונזער רעליגיעזע און קולטיראלע גלייבונגען.

ליידער אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, איז דא א גרויסע סעלעקציע, ווי מען שניידט אוועק פיפציג פראצענט פון אונזער שיינע קאמיוניטי. אונזערע מסירות נפש'דיגע באבעס, אונזער געטרייע מאמעס, אונזער ליבליכע ווייבער, און אונזערע טייערע טעכטער, ווערן איגנארירט צירוקגעוויזן און אויסגעמעקט. און דיקע בילדער אויסגאבעס איז דער אידישע פרוי נישט צום געפונען,

קליינע דריי יעריגע מיידלעך'ס פנימער ווערן צעשמירט און בלורירט נעבן זייער שווער געבויטע קליקס דאלל האוז. אונטער דער כלומר'שטע שלייער פון צניעות.

איך מאך אויף דעי אשכול אלס א פלאץ ווי מען זאל יא קענען זעהן בילדער פון אונזער גאנצע קאמיוניטי מען זאל יא זעהן א שפור פון פאמיליע לעבן און הייליגקייט וואס אונזער געמיינדע פארמאגט.

(די בילדער זענען פון https://instagram.com/hasidiminusa?igshid=YmMyMTA2M2Y=)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 119 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר