אוממענטשליכע אויפפירונג ביי היימישע ארבייטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

אוממענטשליכע אויפפירונג ביי היימישע ארבייטער

שליחה דורך עמק הבכא »

שלום וברכה

איך וויל אדרעסירן א נושא וואס עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט, און דאס איז די העפליכע סערוויס וואס מען זעט בדרך כלל ביי די נישט היימישע און גוי’אישע ארבייטער ווס. די קאלטע און אומ’בכבוד’יגע באנעמונג אין וועלכן מען שטויסט זיך אן אין רוב היימישע פלעצער, אריינגערעכנט געשעפטן, ארגאניזאציעס און ביזנעסער. און קלארצושטעלן, נישט אז עס זענען נישטא קיין היימישע יונגעלייט וואס זענען נאטירליך פיינע העפליכע מענטשן און גויים וועלכע זענען נישט מצליח צו באהאלטן זייער שנאה און שלעכטיקייט, אבער באופן כללי ווען איר באזוכט א נישט אידישע געשעפט אדער איר רעדט מיט א סעקרעטאר/ין אויפ’ן טעלעפאון וועט יענער ארויסווייזן אינטערעסע און אייך פרובירן צופרידנשטעלן ווי ווייט מעגליך, דאקעגן דער היימישער ארבעטס יונגערמאן וועט אייך געבן אזא פלעגונג אז איר זענט גענצליך איבריג דא און אייער אנוועזנהייט שטערט נאר זיין פארנומענעם סדר היום, און/אדער אייער ביזנעס וואס איר זוכט איז נישט פון די לכתחילה’דיגע רעקווייערמענטס דא. דער קאנטראסט איז סיי ביי מענער און נאכמער ביי פרויען איינגעשטעלטע.

דער תירוץ אז די גאנצע העפליכקייט איז פאלשע געמאכטע מעשיות איז גענצליך נישט נוגע זינט איך בין נישט אינטערעסירט צו ווערן יענעמס חבר, איך וויל בלויז נארמאלע סערוויס און מענטשליכע טריעטמענט, גייט מיך נישט אן צי דער שמייכל איז א פאלשער אדער אן אמת’ער.

און איך זאג נישט אז דער גוי איז בעסער פון אונז, ער וועט אויף קיין פאל נישט ארויסגיין פון וועג פאר א צווייטן, פרוביר אים נאר אויפצורעגן אדער צורירן זיין פריוואטע זאנע... מ’באציט זיך בלויז צו דער ספעציפישער טעמע פון מענטשליכע אויפפירונג צו קליענטן, מינימאלע העפליכקייט צו געווענליכע - נישט נויטבאדערפטיגטע - מענטשן, אין געווענליכע אומשטענדן.

עס קומט מיר אויפ’ן געדאנק עטליכע מעגליכע הסברים דערויף. איינס, קען זיין אז דער היימישער יונגערמאן איז פשוט מער איבערגעשטרענגט, ער האט נאך צענדליגער זאכן אין זיין טאג טעגליכן לעבן חוץ זיין ארבעט און ער איז באמת מוטלאז נאך א שלאפלאזע נאכט מיט’ן פיצלס און נאך א פולער וואך פון שמחות יעדע נאכט, אין קאנטראסט צום גוי וועלכער קומט צו דער ארבעט פריש און מונטער נאכ’ן מאכן די טעגליכע איבונגען און פארמאגט מער כח און מח זיך אראפצולאזן צו מענטשן.

אדער קען זיין אז אין א געוויסן זין שפירט דער היימישער 9-5 ארבייטער ביליג מיט זיין דזשאב, און הינטערן באוואוסטזיין געט ער אויס זיין פרוסטראציע אויף די קליענטן נישט כאפנדיג אפי’ וואס טריגערט זיין שלעכטע גיסטע אדער אז ער איז בכלל שלעכט געלוינט. ווער רעדט נאך פון אמת’דיג זיין געטריי און וועלן די הצלחה פון די ביזנעס. דאקעגן דער גוי איז פרייליך און צופרידן ביז’ן הימל אז ער האט געטראפן א דזשאב וואס דעקט אים זיינע הוצאות נאך מיט א שמיץ אריבער און ווען א קליענט רופט אריין שפירט ער נישט אראפגעברענגט אז ער ארבעט דא, וועט ער טון זיין ארבעט מיט א געוויסע חשק און מיט א געפיל צופרידנצושטעלן דעם קאסטומער. (מ’קען זען אסאך מאל געוויסע ערלים וואס פאקן באקסעס ביים רעדזשיסטער וועלן אריינלייגן ענערגיע אז זאכן זאלן זיין איינגעפאקט שיין מסודר, און דאס איז שוין גאר ביליגע ארבייטער וואס זייער דזשאב איז נישט באדראעט אויב וועלן זיי טון א שוואכע ארבעט, נאר ער האט א געוויסע געפיל אז ער טוט עס שוין יא זאל עס זיין גוט געטון און דער קונה זאל זיין צופרידן).

והשלישית - וזה נראה לי עיקר - קען מען זאגן אז העפליכע סערוויס איז פשוט א חלק פון זיין פראפעסיאנאל, פונקט ווי עס פארשטייט יעדער ארבייטער אז טראץ וואס ער איז מיד און איבערגעשטרענגט קען ער נישט פעלן אדער פארנאכלעסיגן פון זיין ארבעט, איז זעלבסטפארשטענדליך ביים אלגעמיינעם גוי אז זיין פערזענליכער געשלעכט מיט’ן אשת חיל צי סיי וואס ס’מאכט אים אין א שלעכטער גיסטע טאר נישט אפעקטירן זיין באנעמונג צו קליענטן. און ער דארף זיך נישט מוטשענען יעדעס מאל באזונדער ארויסצוציען זיין פלאסטיק שמייכל פון בוזעם, מענטשליכע סערוויס איז רעגיסטרירט ביי אים אין קאפ פונקט ווי ערשיינען ניין אזייגער צו דער ארבעט.

משא"כ ביי אונז לערנט מען נישט אויס צו זיין פראפעסיאנאל, פון יונגערהייט אן האט מען קיינמאל נישט געטון דערין, ממילא קומט שוין מיט דער חלק פון סערווירן מענטשן ווי בהמות פשוט פון אומוויסנהייט. יונגעלייט האבן זיך אויפגעבויעט אזא סארט עדיטוד און כאפן נישט ווי אומפראפעסיאנאל עס איז דאס צו ניצן אין ביזנעס. און איך רעד שוין נישט פון אונזערע היימישע מיידלעך בפרט וואס ארבעטן אין געשעפטן און ארגאניזאציעס, דאס רוב פון זיי האבן נישט קיין אנונג ווי אזוי מ’רעדט צו א צווייטן, אפגערעדט פון דער בולט’דיגער אומזיכערקייט און פעלערהאפטיגער זעלבסט רעספעקט.

און נאכאמאל, מען פארלאנגט נישט פון קיינעם נאכצומאכן די אמעריקאנער העפליכקייט כללים, דאס איבריגע זיסקייט קען נאר נערווירן, סך הכל זאל יעדער ניצן זיין אייגענע הגדרה אויף וואס ער באטראכט אלס מענטשליכע באנעמונג און עס פראקטיצירן ביז עס ווערט א טייל פון זיין סיסטעם.


און באמת ברויך מען נישט צוקומען צום גוי, ס’איז א בפירוש’ע משנה ביי אונז אין אבות "הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות", וואס לכאורה רעדט נישט דער תנא פון א גוטן חבר אין א שיינעם וועטער, צו דעם דארף מען נישט קיין משנה, מען מוז בהכרח רעדן פון א פאל וואס מ’האט נישט קיין נערוון און מ’זוכט פטור צו ווערן, קומט דער תנא זאגן: קלעב ארויף א פאלשן שמייכל אויפ’ן פנים און באהאנדל יעדן מיט רעספעקט.
והוא יחמול עליך חמלה

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר