דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

דאווענען אז א גוי זאל שטארבן, אדער ת"ח שאין בהם דעת?

שליחה דורך קטלא קניא »

דאס קעפל האב איך נישט אויסגעטראכט נאר עס איז א שאלה למעשה אין קובץ עץ חיים, פסח תשפ"ג. איך שטעל דער אשכול דא אין געזעלשאפט און נישט אין "תורה און מחשבה" אדער אין "ספרים און ביכער" ווייל איך וויל דא נישט דן זיין דער הלכה נאר דער שגעון פון אפירנעמען שאלות נישט נאר ווען זיי זענען אן קיין זינען נאר אפילו ווען זיי זענען מיאוס און פארעקלען יעדער נארמאלער מענטש.

די שאלה איז צי מ'מעג דאווענען אז א גוי איבער וועם מ'האט א לעבנס פארזיכערונגס (לייף אינשורענס) פאליסי זאל שטארבן. לאמיר לייגן אין א זייט דער גאנצער האנדל אין די פאליסיס וואס אחב"י לייגן זיך דערין אריין ווייל מ'ציט זיי נישט אויף צו קיין אומנות און מענטשליכע און בכבוד'דיגע פאכן. די שאלה איז אבער ווען מ'האט שוין אזא פאליסי צי מ'מעג דאווענען אז דער גוי וועמענס לעבן איז פארזיכערט זאל שטארבן.

איך פערזענליך ווייס די תשובה איידער אפילו איך זאג ברכת התורה און איך דארף עס נישט נאכקוקן. און אפילו ווען מ'זאל מיר ווייזן פארקערט ווי איך האלט וועל איך אויך נישט טוישן מיין מיינונג. יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז מ'דאוונט נישט אז מענטשן זאלן שטארבן אויסער אין אויסטערלישע פעלער ווי א רשע אדער איינער וואס ליידט פון שרעקליכע יסורים און האט נישט קיין האפענונג. האב איך אבער א דעת בעל הבית און דעת תורה מוז דאך זיין פארקערט. און אזוי איז טאקע למעשה.

דער קרית יואל'ער הרב שפילמאן וואס איז דער שואל און דער חוקר פון דער שאלה טוט דורך דעם ענין בטוב טעם און פירט אויס להיתר מיט אן אייזענער ראיה פון ברכת ולמלשינים וואו מ'זאגט וכל המינים כרגע יאבדו. הייסט עס לדבריו אז דער גוי וועמענס לעבן איז פארזיכערט, וואס האט דיר קיינמאל נישט געטשעפעט, וואס זיינע שטייערן האלטן אויס דיין קרית יואל און שערי חמלה, וועמנס זיידעס האבן מעגליך באפרייט דיינע עלטערן פון דער לאגער, און וואס איז א חלק פון דיין מדינה וואס האט דיר אדער דיינע עלטערן אריינגעלאזט, און פון דער מדינה וואו דו ציסט אויף דיינע קינדער מער ווייניגער בשלום ובשלוה, אזא איינער האט גאר א דין פון א מין. און ממילא כדי אז דו זאלסט האבן אויף שבת צו מאכן און אויף חתונה צו מאכן מעגסטו דאווענען אז ער זאל שטארבן. פארוואס? ווייל דו האסט געזאגט נעשה ונשמע און דו זאגסט דאך חסד שבחסד נאכ'ן סדר איז דאך אוודאי אז חייך קודמין און ער מוז פאר דיינעטוועגן זיך לייגן און בייגן.

דאס אליין וואלט אויך נישט געווען אזוי געפערליך, און מ'האט שוין געהערט פון א ת"ח שאין בו דעת, כאטש ס'וואלט נאך אלץ געווען א קשיא אויפ'ן עורך פון קובץ עץ חיים, וואס אלגעמיין איז עס א לייטישער קונטרס, אז ער האט געהאלטן אז אזא מאמר איז חומר ראוי לעלות על שולחן מלכים. האט רב שפילמאן אבער אוועקגעשיקט זיין קאפשטיק צו דריי פראמינענטע רבנים מיט אפאר מליצות אז זיי זאלן צו אים מסכים זיין.

האב איך געקלערט אז אפשר ביי זיי ליגט יא אביסל חכמת התורה און זיי וועלן אים ענטעפרן, ר' איד, האקט א צווייטן אין טשייניק און טאמער פארשטייט איר נישט אליין די תשובה, זייט מוחל, מאכט צו דער גמרא ווייל די תורה איז נישט קיין קרדום לחפור און דאווענען איז לחיים ולא למות. בין איך אבער נישט קיין מבין. ווידעראמאל מיין דעת בעל הבית.

די שאלה איז געגאנגען צו ר' יוחנן וואזנער פון סקווירא, מאנטרעאל, ר' שמאי גראס פון בעלז, א"י, און ר' מיכל שטיינמעטץ פון סקווירא ב"פ. ביי די ערשטע צוויי איז עס געווען א דבר פשוט און ר' שמאי האט נאך צוגעלייגט אפאר קללות, און ר' מיכל ווייטער איז אויפגעקומען מיט עפעס אן עצה, כאילו מ'האנדלט צי מ'דארף זאגן "על הכלכלה" ביים סוף פון על המחיה און נישט איבער א מענטש מיט געפילן, פאמיליע, פריינט וואס זיין גאנצע עבירה איז אז דורך זיין אטעמען האט א היימישער איד נעבעך נישט גענוג אויף איינצוקויפן נאפה לאחר הפסח'דיגע קוקיז.

מה נאמר ומה נדבר ווען קיין איינער פון די פיר מר בר ר' אשי'ס דערמאנט נישט אפילו נישט איין מאל "איבה". עס פאלט זיי ניטאמאל איין אז עפעס קלאפט נישט ווען פרומע אידן רעדן צווישן זיך איבער דאווענען צו גאט אז אן אומשולדיגער מענטש זאל שטארבן און אויך נישט אז ער דארף שטארבן סך הכל ווייל א איד וויל פארדינען. אין ביהמ"ד טענה'ט מען זיך וועלכער פאנאטיק איז בעסער ווייל אונז גייט כלומר'שט שטארק אין לעבן דאס וואוילזיין פון אמעריקע בשעת ווען אונזערע רבנים זז"ג קענען באשטיין אז אמעריקאנער גויים זאלן אלע אויס'פגר'ן. פארוואס דען נישט? עמך ישראל צריכים פרנסה, ממילא פשטו ידיכם בלייף פאליסיס און לויף צו ר' שעיה'לע אז יענער זאל זיך לייגן. און פארדעם שטייט דאך על הצדיקים באלד נאך ולמלשינים.

כי ישרים דרכי ה' צדיקים ילכו בם וחסידים יכשלו בם. (נישט מיין ווארט נאר דער נודע ביהודה'סׂ)
בייגעלייגטע פיילס
להתפלל על גוי שימות, מקובץ עץ חיים.pdf
(180.12 KiB) אראפגעלאדנט 173 מאל
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר