קעמפ (ליין לאגער) רב טוב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1381 מאל

קעמפ (ליין לאגער) רב טוב

שליחה דורך לייביששרייבער »

תשמ"ז אין סאטמאר חדר כתה ה'

עס איז נאך פסח אין חדר ביי ריסעס, עס פרילינגט אינדרויסען, שיינע וועטערן. די היצען ווערן שטערקער א יעדן טאג וואס עס גייט אדורך. עס איז נאך געווען זייער הייס אין די זומער און זייער קאלט אין די ווינטער נאך פאר די גלאבאלע ווארמינג עפאכע.

די קאנטריס זענען שוין א שטארקער מדובר אין אלע שטיבער. אונז גייען אייביג אין סאן רענטש באנגעלאו קאלאני, נעבן קראסנע קעמפ.

אין קראסנע מאכט מען א לעבן. יא איך בין לעצטע יאר געווען אין קראסנע א דעי קעמפער, א יעדן טאג אהיים געקומען מיט די באס. די מדריכים, די קאונסלערס, יו איז דאס געווען פאן. די קאלערוואר איז דאך געווען געוואלדיג. א אינגעל האט זיך פארלוירן אין וואלד, מען זוכט אים שוין אפאר שעה. יענקי פון טיעם צהלה האט געזעהן מושי פון טיעם שמחה אריינגיין אין וואלד ווייל ער האט געוואלט מאכן א שטיקל פאר די קעגענזייטיגע טיעם אז זיי זאלן פארלירן דעם פארמעסט, דודי איז געגאנגען פון טיעם צהלה אינטער אים זעהן וואספארא שטיקעל ער גייט דארט אן ארבעטן, עס איז שוין אפאר שעה און ביידע זענען נאך נישטא.

3-4 פאליציי קארס שניידן אריין ביי לאנטש מיט ווילדע מאנעווערעס מיט די בליצערס און סיירינעס אנגעצינדען, אריין קומענדיג אין לאנטש רום רעדן צו די קינדער אין ענגליש. קיינער פארשטייט נישט קיין ווארט אבער די אנגסט איז גרויס. צוויי קינדער פון א יארגאנג 10 זענען אליינס אין וואלד און ווער ווייסט ווי זיי זענען פארשלעפט געווארן וכו'. די שמועסן זענען אויפן העכסטען טעמפא, די קאלארוואר איז געווען אזוי מין דראמאטיש.

הע, איך בין געווען אין צעהלים, וואס דארט האט זיך אפגעטוהן אא"וו, א יעדעס אינגעל אין וועלכע קעמפ ער איז אלץ געוועזען האט מיט אן עקסטאז אראפגעלייגט ווי אזוי זיין געוועזענע זומער אין די קעמפ ווי ער איז געגאנגען האבן אלץ געקענט אויסטרעפן א בעסערע וועג ווי אזוי אונטערצוהאלטן די קינדער.

פלעיס, באל געימס, קארניוועלס און וואס נישט. זיך גוט אוסגעטשוטכעט. עד כדי כך אז עס ביז יעצט שוין טיף אין זמן כמעט שוין א פרישער קעמפ סיזען. דאס האט געגעבן א בוסט פאר די קינדער אויסצוהאלטן דעם לאנגען ווינטער מיט לערנען נייע סארט שווערערע לימודים. אה דערפרישענד.

דאן קומט אריין דער מלמד, דווקא א ווארעמער אינגערמאן, אבער זייער א שטרענגער רבי. קינדער, איך הער דא ווי מען רעדט פון קעמפ, שרייט ער מיט זיין באסאווע שטימע איבערצוהאקן די עקסייטמענט פון די קינדער'ס קאנווערסעישאנ'ס.

מיר כתה ה' קינדער, וואס לערנען שוין דאס יאר מס' בבא מציעא פרק אלו מציאות גייען זיך אי"ה משלים זיין מיט נאך אפאר בלאט גמ' אין מחנה רב טוב, ווי דאס לערנען גייט ווייטער אנגיין מיט דעם געהעריגען סדר הלימוד וואס מען לערנט דא אין חדר. נישט ווי אין די אלע גויאישע קעמפס ווי לערנען איז נישט קיין ארטיקל. די מנהל מיט די רביס האבן שוין געהאט א מיטינג איבער קעמפ, עס איז זייער ראטזאם אז אלע קינדער זאלן בס"ד אנקומען אין קעמפ ווי מען איז ממשיך צו שטייגן מיט תורה און יר"ש אין לויטערע ריינע לופט ווי די שמוציגע גאסן פון די שטאט זענען נישט פארהאן, אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי אגאנץ יאר.

די מנהל גרייט אן אי"ה צעטלעך מיט די אינפארמאציע וואס עס וועט ווערן אהיימגעשיקט צו אלע עלטערן כדי מען זאל וויסען די סדר ווי אזוי זיך איינצושרייבן אין קעמפ. די סאטמערע קעמפס זענען זייער געשמאק און איינגענעם צו קענען שטייגען מיר זאלן ח"ו נישט דארפן מוותר זיין אויף רוחניות און ווי אויך נישט גשמיות, און איצטערט גייען מיר ווייטער לערנען. זאגט די הייליגע גמ'.

שמאולי גיט א וואונק צו נחמן וואס זענען פאריאר געווען צוזאמען אין קעמפ, אהההם דער רבי האט נישט קיין אנונג וואס פאן מיינט, מיין גרויסע ברידער פון כיתה ז' איז געווען אין סאטמאר, עס איז בכלל נישט קיין פאן דארט.

פלוצלינג א געשריי, די זעלבע באסאווישע שטימע פונעם מלמד, שמואלי ווי האלט מען? עםםםםם עםםםםם.

קום אהער שמואלי!!!!

מיט געמאסטענע קליינע טריט, קוים וואס ער האט זיך פון זיין פלאץ געהויבן. די פחד וואס עס גייט איצטערט קומען איז ריזיג (נישט בחנם).. נא שנעלער! א געשריי ווידער. וואס האסטו דארט געזאגט פאר נחמן אינמיטן לערנען? וואס איז געווען אזוי וויכטיג, ווי איידער מיט צו האלטן וואס מען לערנט דא? עס קומט נישט קיין ענטפער, שמואלי מאכט איין פאר שרעק.

נחמן קום אהער, אבער שוין! שמואלי קען פלוצלינג נישט רעדן, אדער הערן אפשר שוין אויך נישט? ער הערט נישט וואס איך פרעג אים. וואס האט שמואלי אזוי וויכטיג געזאגט וואס עס איז געווען וויכטיגער ווי די הייליגע גמ'?

שמואלי האט געזאגט, עםם עםםם, ער האט געזאגט אז סאטמאר קעמפ איז בכלל נישט קיין פאן.

א פלוצלינגער היליכיגער פראסק כאפט שמואלי אויפן רעכטן באק, אן וואס שמואלי האט זיך פולקאם צוגעגרייט דערפאר. די גלעזער פליען אים ביז צו די אנדערע זייט קלאס. נאך פאר איינער האט זיך אריענטירט, בומפס, נאך א פראסק אויפן רעכטן זייט. דו מחוצף, עזות פנים! דו דערוואגסט זיך אינמיטן לערנען זאגן פארקערט ווי דער רבי זאגט. די קלינגעדיגע צוויי פראסקעס האבן אפגעהילכט אין די גאנצע כיתה אזש עס איז געווארן שאקד שטיל, די הארץ קלאפעניש פון אלע קינדער הערן זיך אין די כתה.

נחמן האלט דיין הענט גראד, דו ביסט געווען א מסייע לידי עוברי עבירה און שמאולי האט געקענט אינמיטן לערנען צו דיר רעדן אנטקעגן די ווערטער, מיינט אז דיר קומט אויך פעטש! איינס, צוויי, א קנאק מיטן קאנטשיק אויפן האנט פלאך. אוטש!!!! שרייט נחמן, איך האב גערנישט געטוהן, שמואלי האט צו מיר גערעדט אן מיין וויסען אז ער גייט אפי' רעדן צו מיר.

נאך איין ווארט איך הער כאפסטו נאך איינס! צוריק צו דיין פלאץ. שמואלי דו גיי ארויס פון חדר ביז איך וועל קומען רעדן מיט דיר און זעהן וואס מען וועט מיט דיר טוהן.

די בכיות נוראות פון ביידע קינדער פארשעמט און צוקלאפט שפירט זיך אין די לופטן. די מלמד איז ממשיך מיט א ברען, זאגט ווייטער די גמ', ווי האבן מיר געהאלטן? יא, איז אביי געגאנגען און רבא איז געקומען און זיי האבן געהאט א מחלוקת לשם שמים. קינדער א מחלוקה מעג נאר זיין לשם שמים. לשם שמים מעג מען איינעם פארשעמען טאמער טוהט ער נישט ווי די דין איז וכו', (מיר דארפן נישט איבערגיין די שיעור אין גרעיט דיטעיל, אונז אלע קענען עס פון אויסענווייניג).

פון קעמפ האבן שוין אלע פארגעסען. אבער ווי נאר עס קומט נאכמיטאג, קלאפט דער מנהלס פעט אריין אין טיר מיט א שטויס פאפירן, די גאנצע קלאס שמעקט פרישע טינט פונעם סטענסעל וואס האט נאר וואס אפגעדריקט טויזענט פרישע צעטלען, מיט די מנהל'ס האנטשריפט אין די בלויע קאליר (ווער געדענקט נאך די קאפי מאשינען) און פרעגט מיט אזא שעמעדיגע נידעריגער שטימע וויפיל קינדער זענען דא? 25 ענטפערט דער מלמד. ער הייבט אן ציילן, הייבט אן דריי מאל אינדערמיט נאכאמאל ווייל ער איז געווארן צומישט אויסהערנדיג דעם מלמד'ס שיעור.

פליצלינג ווערט שטיל. דער מלמד זעהט אז די קינדער זענען קאנצענטרירט אויפן מנהל'ס פעט, א גרויסער אינגל וואס ציילט אזוי פראפעשאנעל די צעטלעך. עס זעהט נישט אויס ווי דאס ערשטע מאל וואס ער טוהט דאס.

ברוך, זאג נאר, ווי האלט מען? די זעלבע ריספאנס, עםםםם עםםם. זאג, דו ווילסט אויך גיין טיילן צעטלעך? דאס זענען געמאכט פאר קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען. אמת דו טיילער?

אזוי בערך קוקט אויס די מצב אין חדר מדי יום ביומו אן קיין גרויסער אינטערשייד פון זונטאג ביז מאנטאג. אבער די צעטלעך וואס דער פארשעמטער טיילער האט שנעל איבערגעלאזט נאך דעם סטעיטמענט פונעם מלמד האט געגעבן די קינדער א נייער טאפיק פון וואס צו רעדן.

קעמפ איינשרייבן אפי' ווער עס גייט נישט אין קאנטרי, מען גייט דארט שלאפן גאנצע 8 וואכן. עס איז לעבעדיג געווארן ווי נאר די קינדער האבן באקומען די צעטלעך פאר די ענגליש טיטשער איז אריין געקומען אין קלאס. נישט אלע קינדער קענען שוין גענוג שנעל אפליינען דעם רינדעכיגען שריפט פונעם מנהל אבער די צוויי דריי קארפן קעפ פון חדר ליינען דאס פאר מיט א געניטשאפט. די חדר איז אויף רעדער. עס טוהט זיך אויף טישן און אויף בענק. מען גייט אין קעמפ אפי' ווער עס איז נאך נישט געווען אין קיין קעמפ און ווייסט בכלל וואס א קעמפ מיינט און גייט ניטאמאל אין קאנטרי קען אויך געניסען פון קעמפ. מען דארף זיך האבן איינגעשריבען אין קעמפ אפיס ביז ל"ג בעומר. ווער עס וועט זיין איינגעשריבען ביז ל"ג בעומר איז פארזיכערט מיט א פלאץ, נאך ל"ג בעומר וועלן אפליקאנטן שוין נישט קענען ווערן אנגענומען.

די טיטשער קומט אריין אין קלאס און קען די קלאס אונטער ארדענונג נישט ברענגען.

אזוי ווי דער ארטיקל איז נישט געווידמעט אויף ווי אזוי די ענגליש קלאסן האבן אויסגעקוקט (מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר אן אנדערע געלעגענהייט) וועלן מיר נישט איבערגיין די 1.5 שעה וואס דער טיטשער נעבעך האט זיך געדארפט ספראווען מיט די צאן קדשים.
די ערשטע איינגעשריבענע קינדער
די צוזאם גענומענע קינדער וואס אויף א יעדנספאל איז ביי זיי געווען אלס מסודר, אלעס געקלאפט ווי א זייגער, קיינמאל נישט געהאט קיין אישוס מיט גארנישט, קיינמאל נישט פארגעסען צו ברענגען זונטאג די נייע חומש. אדער ווען מען האט געדארפט צוריקברענגען די געסיינטע בחינה האבן זיי עס געהאט דעם ערשטען טאג. אייביג געהאט די בעסטע מארקס. די אנגעפילטע ריסעס בעגס פון די זה טוב סופער סנעק קאמפאניס, מיט פריש געבאקענע קוכן פון שטוב. און צומאל א געשמאקער סענדוויטש מיטגעברענגט פון אינדערהיים (אזוי פלעגט עס זיין יענע יארן) האבן שוין געוואוסט צו זאגען אז עס איז דא צוויי קארטלעך א באנק טיקעט, מיט א באס טיקעט. די באס טיקעט איז געמאכט פאר די וואס פארן פון שטאט און מען דארף זיי צושטעלן טראנספארטאציע. די באנק טיקעטס איז פאר די וואס קומען דורך אנדערע וועגן.

די טיקעטס (הלוואי איך קען ערגעץ טרעפן א בילד דערפון) האבן אויסגעקוקט צוויי קארטלעך קאנעקטעד און מיט א טייפרייטער (איינער ווייסט היינט וואס דאס מיינט?) אויפגעשריבען דאס קינדס נאמען, און אריינגעפילט מיט א פעדער דעם נאמען וכן הלאה, כתה, מלמד, האלב זומער / גאנץ זומער צירקולירט מיט א פעדער.

און מיט דעם איז מיטגעקומען א צעטל (אויפגעטייפט שיינערהייט) א קעמפ ליסט וואס מען מעג מיט ברענגען.
מאנכע ליינער דא וועלן נישט גלייבן אבער עס איז דא אין שטיבל וואס וועלן עדות זאגן אז איך בין נישט מגזם מיט קיין איין ווארט.

עס איז נישט ערלויבט מיט צו ברענגען די פאלגענעדע זאכן:
זאקען
בעט געוואנט
טעיפס/קאסעטעס
טעיפ ריקארדערס
טייםאוט Timeout (פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז, עס איז אמאל געווען אן עלעקטראנישער שפילצייג וואס האט געהייסן טיים-אוט, מען האט געדריקט קנעפלעך און א מענטשעלע איז געלאפן, איבערגעהיפט שטרויכלונגען וכו', נאך פאר די עפאכע פון געים בוי Gameboy פון ניטענדאו Nitendo)

בקיצור פאר די בעסערע אינגלעך פון חדר ווערט זיי שווארץ פאר די אויגן, זיי זעהן שוין אין וואספארא קעמפ מען ווערט דא אריינגעשטעלט. א געראטשקע האט האט אנגעהויבן צו ווערן אין קלאס. די קינדער וואס האבן געהאט עלטערע ברידער וואס זענען שוין געווען אמאל אין קעמפ האבן שוין געוואוסט נאכצוזאגען וואספארא זומער עס ווארט אפ די נייע מחנה רב טוב עולים, קיין האניג איז נישטא צו לעקן דארט. דאס אמאל זיכער.

די צייט לויפט פאראויס, מען האלט שוין אט ביי שבועות, און די סטראשע פון ווער עס האט נאך נישט דעם באנק און באס טיקעט וועט בשו"א ווערן אריינגעלאזט אין קעמפ, מען זאל שוין מסדר זיין אלע אנגעלעגענהייטן מיטן קעמפ אפיס.

רוב רובם קינדער וואס גייען אין קעמפ מער ווייניגער האבן שוין וואס זיי ברויכען, די קינדער צווישען זיך מאכן שיך קעמפ ליסטעס אויף מער פון די זיבען זאכן וואס די מיטגעקומענע קעמפ ליסטע האט מיט זיך געשריבן. קליפ פענס, די ווייסען שוין אז קיין עיר קאנדישאנס אין די באנקס איז נישטא. לאקערס נעבן דעם בעט. די לאקערס זענען סארטירט ביי א וואנט מיט אלע לאקערס צוזאמען. און קוים וואס מען קען אריינלייגען אהין א זייפעל (וואס מען דארף דארט ממילא נישט האבן) די מעכטיגע קינדער אין חדר וואס ווייסן פון די עלטערע ברידער ברענגען כסדר די פרישע אינפארמאציע וואס מען דארף אלץ האבן פשוט איבערצולעבן דעם טאג דארט אין נעפאנעק ניו יארק. קעמפ רב טוב (פריזען)

א ספעציעלער פערטל בלאט מודעה אין דער איד אריינגעשטעלט א וואך נאך שבועות וועלן די באסעס ארויספארן אין דריי וואכן ארום פר' קרח כ"ה סיון
פון וויליאמסבורג - ראדני קארנער בעדפארד
פון ב"פ - 53רד און 14טע עוועניו
קינדער פון מאנסי און מאנרא זאלן אריין רופן צו די קעמפ אפיס צו לעגיטעמירן די באנק טיקעטס.

און אויב ליינסטו נישט דעם איד פאר סיי וואספארא סיבה האסטו די מודעה נישט באקומען. אדער אפי' אויב דו ליינסט יא אבער די מודעה'ס זענען נישט אינטערסאנט און פונקט פארפאסט יענע וואך האסטו די אינפארמאציע נישט געקענט וויסן, נאר טאמער האסטו געהאט א חבר וואס האט יא פונקט געליינט די פערטעל פעידזש מודעה.

די קעמפ אפיס ארבעט שוין נישט אין ברוקלין, זיי זענען שוין ארויף געפארן מסדר זיין דאס פלאץ. אויב קלינגסטו אין קעמפ אפיס קלינגט עס אפאר הונדרעט מאל ביז דו גיבסט אויף און לייגסט אראפ. קיין מעסעדזש ווי מען קען יא רופן איז נאך נישט געווען די טעכנאלאגיע צו פראוויידן בכלל און אויב יא האט עס געקאסט צופיל צו אינוועסטירן אינעם קעמפ אפיס וואס האט געטדזשארדזשד פאר א קינד ווינציגער ווי $300.00.
מען פארט אין קעמפ אריין, דער טאג איז ענדליך אנגעקומען
א ריזיגער טרעילאר פולט אריין אין דעם שמאלער 53ציגער גאס, עס בעקט עס פארט אהין און צוריק צענדליגער מאל אויסצוגראדען דעם רוקן זאק פונעם טרעילער מיטן ריקן זעלבסט. דער היציגער אינגערמאן וואס זיצט ביים רעדל מיט די אנגעקניפטע בארד ווערט מער און מער אונגעצויגען ביי די מינוט. אין וואספארא סאמעטוכע מען האט מיר דא אריינגעלייגט. ער שרייט און קוויטשעט פון די אפענע פענסטער אז מען זאל זיך רוקען אין די זייט ווייל עס איז מסוכן, די עסקנים, קינדער פון די עלטערע כיתות געווענליך כתה ט' קענען שוין דעם פריינטליכען דרייווער פון די פריערדיגע יאר.

ר' יעקב שלמה ווי מיר אלע קענען אים האט שוין ענדליך מצליח געוועזען מיט אריבערפירן דעם טרעילער דעם רויט לייט פון 14 53 און די גאס איז פארקנאקט. ער שפרינגט אראפ פונעם טרעילאר ער עפענט אויף דעם אחור און א געפאקטער טרעילער אנגעפילט מיט באקסעס אן קיין שום ארדענונג פון וואן סטאפ קאשער און אלערליי ווילאמסבורגער געשעפטן זענען שוין געוועזען אויף דעם טראק.

אה עס איז מיר גוט. די וויליאמסבורגער, שטינקעבורגער, וואס מיר ווייסען שוין דעם נאמען פון די עלטערע ברידער וואס זענען געווען אין קעמפ, אז ווי נאר מען פארט אריבער דעם געיט פון דעם נעפאנעק קעמפ דארף א שנאה כבושה הערשן צו א באשעפעניש וואס קומט פון וויליאמסבורג. אויב נישט איז נישטא קיין עקטיוועטי מיט וואס צו זיין פארנומען דורכאויס די לאנגע שעות פון ווען מען ענדיגט לערנען ביז מען טרייבט צו די באנקס.

די צענדליגער קינדער הייבן אן שלעפן זייערע באקסעס מיט די האנט, פון די קארנער ווי עס איז געשטאנען אויפן צעטל אז די טראק וועט אפנעמען די פעקלעך, ביז צו אינמיטן דעם גאס. די באקסעס באלד גרעסער ווי די קינדער.

פון אונטער די באקסעס זעהן זיך ארויס פארשוויצטע פענימער פון קינדער וואס דארפן זיך נעבעך באחלעפטשען מיט די באקסעס אזא מרחק רב, אזא גרויסער באקס פאר אזא קליין קינד. דאס קינד מיט די באקס קומט שוין אן צו דעם אפענעם אחור פונעם טרעילער, גיט איבער זיין באקס צו דער וויכטיגער בחורל וואס שטייט און העלפט לאדענען דעם טראק, און גיט א ווארף דעם באקס צום טיפערן אפגרינד פונעם טרעילער. דאס קינד פאלגט נאך זיין באקס מיט די אויגן, ב"ה עס איז גוט פארטעיפט. ער האט שוין באמערקט אנדערע באקסעס וואס האלטן זיך ביים עפענען פון פלאצען פון די שווערע וואג וואס ליגט איבער די שוואכערע געטעיפטע באקסעס.

אזוי ווערן געווארפן די באקסעס פון די קינדער דורך אינגע צולאזטע בחורים וואס האבן שוין זייערע היטן און רעקלעך אויף די ערשטע סיטס פון די ערשטע באס וואס וועט נישט ארויס פארן בעפאר די טרעילר פארלאזט דעם מקום.

די געלע באסעס 10 אין א שורה אויסגע'שורה'ט איינס אונטערן צווייטן לאזט נישט ארויף קיין איין קינד ביז ווי לאנג דער טרעילער איז נישט פארמאכט. אין שאק זענען אלע קינדער וואס זעהן די 10 געלע באסעס מיט ענגלישע בוכשטאבן דערויף, וואס איז נישט וואס זיי פלעגן זעהן אייביג. יו. טי. עי.

וועם איז איינגעפאלן אזא לוקסוס צו נעמען עיר קאנדישאנד קאוטש באסעס פאר א נסיעה פון איבער 2.5 שעה פון היצן און טרעפיק. די העפטלינגען זענעם דאך געפארן אין וואגאנען אן א זיצען. נא איז דאך דאס גאלד. עיר קאנדישאן? וואספארא לוקסוס נאר צו טראכטן פון אזא געדאנק. (פארגעסט נישט א קינד אין קעמפ א גאנץ זומער קאסט נאר $300.00)

די טרעילער האלט שוין ביי נעילת שער. ווער ווייסט וואס עס טוהט זיך דארט אינעווייניג, עס נעסט אין די אינגע מח'לעך פון די קינדער, מען דארף נישט זיין קיין גדול דאס צו פארשטיין, ווען זיי האבן צוגעזעהן די באהאנדלונג פון די גרויסע בחורים אז די באקסעס דארפן גרויס רחמי שמים אראפצוקומען גאנץ. אבער זיי האבן נאך קליינע דאגות. צוריסענע באקסעס, נישט געפערליך, מוועט זיך אן עצה געבן.

דער וועג אויסמוטשענד, פון עקסייטמענט, זענען די קינדער אויפגעשטאנען גאר פרי נישט קענענדיג שלאפן פון אנגסט וואס עס ווארט זיי אפ און ווי אזוי גייען זיך זאכן אויסשטעלן, זיי האבן שוין אלע געהערט די גאלדענע גליקן וואס עס ווארט זיי אפ, פארט איז אינו דומה שמיעה לראיה.

די וועג גייט לאנגזאם, 10 באסעס פארן באנאזאם ארויס פון ב"פ. די באסעס שלענגלען זיך אדורך ב"פ פון 53 ארויף צו פארט העמילטאן, אלע באסעס צוזאמען מאכן א לינקס, און פארן צו דעם וועג וואס מען ווערט געטראגן צו תשליך. ווי אזוי מען פארט דא צו קעמפ פארשטייען נישט די קינדער, אבער איצטערט איז מען אין די האנט פון ממשלה און קיינער האט נישט קייין קשיות. די אפענע מוחות וואס זענען שוין אמאל ארויף געפארן אויפן סטעטן אייסלענד עקספרעסוועי, ארויף צום וועראזאנא בריק, ווייסן צו זאגען אז מיט די בריק וואס ווערט געזעהן פונעם שפיל הויף אויפן דאך פון דערווייטענס פארט מען איצטערט ארויף אויף. רוב פון די קינדער אדער אפשר אפי' קיין איינע פון די קינדער, אויסער די וואס זענען פאראיאר געפארן אין קעמפ, זענען אויף דעם בריק נאך נישט געווען. און מיט דעי בריק קען מען אנקומען אויף עפעס אן אויפן אין קעמפ אריין.

די בריק האט שוין ארויסגעטראגן די אלע נפשות צום גרויסען הייוועי, די וועג איז אינטרעסאנט. די באסעס שלעפן זיך מיט גרויס שווערקייטן מיט די איבערגעפילטע וואג, מער ווי ערלויבט און מער וויפיל עס דערהויבט, אבער מען פארט. מען דערזעהט זיך שוין ענדליך אויף דעם רט. 17 ווארטסבארא בארג איז א שטיקעל טשעלענדזש אבער עקסיט 113 איז שוין אט אט מען דארף זיך נישט אויף דעם גאנצען בארג ארויף שלעפן ב"ה.
אריין צום דעם גאר לאנגען סטעיט רט. 209 שוין אדורך געפארן עלענוויל נאך א צוויי מינוט אוון מען מאכט דעם לינקס צום שלאנג ראוד ווי די קינדער וואס זענען געווען םאריאר זאגען שוין פאר. די בויך דרייענישן פארן אנקום הייבט אן ווערן וואס מער וואס א מינוט עס גייט אדורך דרייען זיך די קישקעס פון די צאן קדשים מיט וואס זיי גייען זיך דא באגעגענען. און פליצלונג ברעכט אוס אן אינטערסאנטער געזאנג פון די עלטערע קינדער ביים נעקסטן לינקס.
מיר זענעןן געקומען צו קעמפ רב טוב צו ליידן צרות פון דאגי. אזוי ווערן די געזאנגען העכער און שטערקער עד כדי ממש כעס. די טראמא קיקט אריין און אט אט איז די געיט ווי די נעקסטע לינקס איז סטרעיט אריין אין קעמפ אריין.
אלע קעפ שטעקן זיך ארויס פון די פענסטער צו קענען זעהן וואס ווייטער ווי אזוי דער מצב קוקט דארט אויס אינעווייניג. (איר קענט אוואדאי די סיין "ארבייט מאכט פריי") עס שטייט פארצופעל נישט דארט ווען מען קומט אריין אין קעמף, אבער אזוי ארבייט עס אויב וויל מען נישט כאפן געזונטע מכות דארף מען זיין א פעט פאר איינע פון די אויבערשטאם פירער דאן קען מען זיך אפשר ארויס דרייען פון מכות רצח.


בילד
בילד
בילדבילדבילד
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 25 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר