די מעגא-אדמו"רים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל

די מעגא-אדמו"רים

שליחה דורך נוח »

ווי שוין געשמועסט איז א באקאנטע שמועס פון די היינטיגע אדמו"רים ווי כאילו אלץ וואס זיי טוען איז פשוט א המשכה צו כלל ישראל, זיי זענען די מנהיגים פונקט ווי אמאל זענען געווען מנהיגים, און פונקט ווי אמאל זענען געווען צדוקים, משכילים און אויפגעקלערטע וואס האבן אפגעשפעט פון די מנהיגי ישראל, אזוי זענען אויך היינט דא אויסוואורפן וואס טוען דאס זעלבע. און דאס איז אלעס א המשך צום גאלדענעם קייט פון כלל ישראל - אזוי איז אייביג געווען, און וועט ווייטער זיין, בשעת די אדמו"רים פירן ווייטער די ערליכע אידן קעגן משיח צדקינו.

די שאלה איז: איז דאס טאקע אזוי? איז די פאזיציע וואס די היינטיגע אדמו"רים פארפילן טאקע אן אור-אלטע פאזיציע פון מנהיגות ישראל צו וואס ערליכע אידן דארפן זיך צושטעלן, און דארפן אנערקענען אז זיי זענען די וואס שפינען ווייטער דעם דרך ישראל סבא?

איר דארפט נישט ווארטן ביז'ן סוף פונעם ארטיקל געוואויר צו ווערן די מסקנא, ווייל כ'וועל עס אייך שוין אויסזאגן: ניין. די היינטיגע אדמו"רים האבן גארנישט קיין שייכות מיט אמאליגע אדמו"רים אדער מנהיגים. דאס איז גענצליך אן אנדערע בריה, וואס טראגט אן אמאליגן טיטל, אבער איז היינט די סאמע ארגסטע קארופציע און דורכגעפוילטקייט וואס דערמאנט די אמאליגע זינדיגע מלכי ישראל וואס מיט זייער מאכט איבער כלל ישראל האבן זיי געטון את הרע בעיני ה', און ערליכע אידן האבן פראבירט אוועקצושטיין פון זיי און זייערע מהלכים.

אבער לאמיר גיין פאוואליע, און זעהן וואס איז געווען אמאל, וואס די היינטיגע אדמו"רים ווילן אונז איינרעדן אז זיי גייען ווייטער אין דעם דרך.

אמאליגע קהילות הקודש האבן פארמאגט א קהילה מיט ראשי קהילה, און האבן אויפגענומען א רב צו דינען דעם רוחניות פון דער שטאט. די ראשי קהילה זענען געווענליך געווען די וואס האבן געטוהן פאר דער קהילה, נגידים, און עס זענען געווען וואלן ווער עס זאלן זיין ראש הקהל. פארשטייט זיך אז עס זענען געווען גוטע ראשי קהילה און קארופטירטע, אבער דער מאכט וואס קומט מיט דער פאזיציע פון ראש הקהל האט געהערט פאר'ן ראש הקהל, און ער האט אנגעפירט אלע עניני הקהילה.

איינע פון די זאכן וואס דער ראש הקהל האט געדארפט טוהן איז געווען צו זיין עומד על הגב מיט'ן אויפנעמען א רב אין שטאט. די ראשי הקהילה האבן געדארפט ארבעטן מיט אלע חברי הקהילה אין טרעפן פאסיגע קאנדידאטן, און נאכדעם וואס די בני הקהילה האבן אויסגעוועלט וועמען מ'זאל שטעלן אלס רב האט מען דעם רב געשטעלט אויף דער פאזיציע.

ערליכע ראשי קהילה האבן פארשטאנען אז דער רב איז יעצט די העכסטע אויטאריטעט ווען עס קומט צו שאלות אין אורח חיים און יורה דעה, און מ'האט זיך צוגעשטעלט צו זיין דעת תורה. ערליכע רבנים האבן אויך פארשטאנען אז זיי זענען עבדים לעבדי ה', און זיי קענען נישט טוהן ככל העולה על רוחם, נאר זענען משועבד צו דער קהילה און די ראשי קהילה וואס האבן זיי ערוועלט. אזוי איז געווען א צוזאמענארבעט צווישן דעם רב און די ראשי קהילה און די בני הקהילה אז די שטאט זאל זיך פירן על מי מנוחות ברוחניות ובגשמיות.

הגה"ק רבי ישראל סאלאנטער זצ"ל האט געזאגט אז א רב וואס האט נישט קיין מתנגדים "איז קיין רב נישט" - ווייל דאס ווייזט אז ער איז נישט לוחם פאר די תורה הק' בעוז ובגבורה. ווייטער פארקערט, א רב וואס האט שוין אזא התנגדות אז מ'זאגט אים אפ פון די רבנות ווייזט דאס אז ער "איז קיין מענטש נישט". ווייל דאס ווייזט אז ער האט איבערגעצויגן די שטריק און זיך נישט גערעכענט מיט די בני הקהילה. דאס איז געווען דער באלאנץ פון אמאליגע רבנות וואס מ'איז ערוועלט געווארן דורך די אנשי העיר, און מ'האט געקענט אפגעזאגט ווערן דורך די אנשי העיר, און ערליכע ראשי קהילה און רבנים האבן צוזאמען געארבייט לטובת העיר ברוחניות ובגשמיות.

אין די זעלבע צייט איז געווען א מושג פון א "צדיק", דאס הייסט א "גוטער איד", וואס ער איז געווענליך נישט געווען קיין רב אדער געהאט סיי וואספארא פאזיציע, נאר מ'פלעגט זיך ביי אים צוזאמענקומען הערן דיבורי קודש פון תורה, חסידות און עבודת ה'. דער צדיק פלעגט אויך ווינטשן ברכות, און די וואס פלעגן גיין צום צדיק האבן געוואוסט וואס חז"ל זאגן אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און פלעגן אויך גיין צום צדיק פאר ברכות און ישועות.

וואו איז דער צדיק אריינגעקומען אינעם לעבן פון א איד? איין מאל א יאר, צי איין מאל אין דריי יאר, ערגעץ אינמיטן דעם לאנגען ווינטער, האט דער חסיד זיך ארויסגעכאפט פון שטעטל, געמאכט די לאנגע רייזע צום צדיק, געוויילט דארטן אביסל, פראבירט זיך אנצושעפן דאס מערסטע רוחניות אין עטליכע טעג, און איז דערנאך צוריק אין זיין אייגן שטעטל. דער "צדיק" איז אויך צומאל גערופן געווארן מיט'ן טיטל "אדמו"ר".

נאך א פאזיציע איז געווען, אדער נישט ממש אן אפיציעלע פאזיציע, נאר א מציאות - דאס איז געווען "מנהיגי ישראל". דאס זענען געווען רבנים אין שטעט, וואס צוליב זייער אומגעהויערע גאונות בתורה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווארן מצודתם פרוסה בכל העולם, און פון אלע עקן פון דער וועלט האט מען געשיקט צו זיי שאלות, און זייערע תשובות זענען געווארן שטארק אנגענומען איבעראל. אויטאמאטיש, אז ס'איז געווען א שערוריה, א שאלה להלכה, א גזירה פון דער רעגירונג, איז די דעה פון אט די מנהיגי ישראל געווען וואס האט אוועקגעשטעלט די אנגענומענע שטעלונג פונעם אידנטום.

אין צוגאב האט אן אמאליג שטעטל פארמאגט א בית דין וואס האט זיך אפגעגעבן מיט שאלות אין חושן משפט, און אזוי אויך ווען מ'האט געדארפט דן זיין איבער דעם וואוילזיין פון א מענטש, לייגן אין חרם, וכו'.

בנוסף צו דעם איז דער אמאליגע איד אויך געווען אונטער דער שליטה פונעם לאקאלן שולט. דער פריץ וואס האט שולט געווען אויפ'ן שטעטל, און אלעס וואס איז געווען נוגע מיט'ן חיי היום-יום בגשמיות איז געווען אין די הענט פונעם פריץ.

אין קורצן: דער איד וואס פון אמאל האט געלעבט אונטער דער שליטה פון זעקס באזונדערע אויטאריטעטן:
  • דער רב וואס איז געווען דער אויטאריטעט אויף הלכה
  • די ראשי הקהילה וואס זענען געווען די אויטאריטעט אויף עניני הקהילה
  • דער אדמו"ר, דער צדיק, וואס אידן האבן גענומען אויף זיך און האבן אים געפאלגט אין עניני עבודת ה'.
  • די מנהיגי ישראל, גדולי ישראל וואס מחמת זייער גאונות און צדקות האט יעדער זיך צוגעהערט צו זייערע פסקים
  • דער לאקאלער בי"ד אויף שאלות אין חושן משפט און דן זיין איבער קנסות און חרמים
  • און בגשמיות איז געווען דער לאקאלער מושל אדער פריץ.
*

די היינטיגע משתלטים על הציבור רופן זיך מיט'ן טיטל "אדמו"ר" וואס געהערט פאר'ן אמאליגן צדיק, אבער אין די זעלבע צייט האבן זיי פארכאפט יעדע פאזיציע פון מאכט וואס איז נאר אמאל געווען אין אידישע קהילות. ער איז נישט נאר דער אדמו"ר, נאר אויך דער רב, אזוי אויך דער ראש הקהל און דער מנהיג ישראל, אויך דער בי"ד, און צומאל אויך דער פאקטישער פריץ פון שטעטל וואס קען טוהן וואס אימער בגשמיות.

זיי רופן זיך "אדמו"ר" כאילו ס'איז א המשכה פונעם אמאליגן אדמו"ר פאזיציע פונעם "צדיק". אבער אין די זעלבע צייט פארכאפן זיי יעדע סארט השתלטות וואס ס'איז נאר דא און זענען פולקאמע דיקטאטארן. צו פאנאנדערשיידן צווישן זיי און די אמאליגע אדמו"רים, לאמיר זיי רופן "מעגא-אדמו"רים".

לאמיר זעהן אחת אחת. ווען א מעגא-אדמו"ר גייט פון דער וועלט, שפראצן תיכף די קינדער אויף און "נעמען איבער" מיט געוואלד די גאנצע קהילה. איי ס'איז קלאר מבואר אין די פוסקים אז "אדמו"רות" גייט נישט בירושה? דא שלעפן זיי ארויס זייער "רבנות" קארטל - "מיר זענען גאר רבנים", טענה'ן זיי. און ס'זענען דא אחרונים וואס זאגן אז רבנות גייט יא אריבער בירושה. (פארשטייט זיך אז אפילו לויט די וואס האלטן אז רבנות גייט אריבער בירושה איז עס נאר אויב דער ציבור איז מסכים אז ער איז ממלא מקום אביו ביראת שמים, און עס דארף אויך זיין ברצון הציבור דורך וואלן. אבער דאס איז סתם א טעכנישע הלכה וואס זיי טראסקענען ארויס פון פענסטער.)

פארשטייט זיך אז רבנות מיינט אז מ'דארף זיי עוועילעבל פאר די קהילה לדין ולהורות. פרוביר צו פרעגן א מעגא-אדמו"ר א שאלה להלכה צי א לעפל איז מילכיג צי טריף. דעמאלט איז ער נישט קיין רב, פלוצלינג טוישט זיך די איצטלא, און יעצט איז ער אן אדמו"ר און א צדיק. ער "לייענט קוויטלעך", נעמט פדיונות פאר ברכות, גיט ארויס רבי'שע באפעלן אן קיין שום סמך אין הלכה - ס'טייטש, ער איז דאך א "צדיק"!

די קינדער אין חדר, די בחורים אין ישיבה הערן דרשות וועגן דעם צדיק, מ'גיט הכנה לימים נוראים דרשות בצל הצדיק ציטירנדיג שטיקער תפארת שלמה וועגן דעם צדיק. און אלעס מיט א בלעכענעם פנים אז דער וואס האט מיט געוואלד יורש געווען די רבנות, איז אויף עפעס אן אופן אויך געווארן דער צדיק וואס יעדער אין די קהילה איז מחוייב אנצונעמען ווי זייער אדמו"ר. און ס'איז א בפירוש'ער תפארת שלמה גאר.

ווען ס'קומט צו עניני הקהילה האבן זיי זיך אינגאנצן געשטעלט במקום דעם ראש הקהל, און זיי דינען אלס ראשי הקהילה אויך. געוויסע קהילות האבן פּאָפּעט ראשי הקהילה וואס ווערן געשטעלט דורכ'ן מעגא-אדמו"ר אליין אן קיין וואלן, און זיי האבן נישט קיין שום אמת'ע מאכט, אזוי אז דער מעגא-אדמו"ר איז פאקטיש דער ראש הקהל. אנדערע קהילות האבן גענצליך עלימינירט די פאזיציע פון ראש הקהל, און דער רב-אדמו"ר איז אויך דער ראש הקהל.

די רבנים-אדמו"רים-ראשי קהילה, די אלע מעגא-אדמו"רים צוזאמען, זעען זיך אויך ווי א קומה שלימה וואס שטעלן אוועק די "מנהיגי הדור". אן ערליכער איד "רעדט נישט אויף קיין מנהיגי ישראל". זיי חתמ'ענען קול קורא'ס פאר כלל ישראל, און שטעלן זיך באשיינפערליך ווי די דעה זאגערס פון כלל ישראל און וואס מאכן אפ מה לקרב און מה לרחק, וואס צו אסר'ן און וואס צו מתיר זיין. זיי זענען די וואס זענען מחליט וואס די היימישע צייטונגען און טעלעפאן ליניעס זאלן דעקן, און וואספארא מעסעדזש זיי זאלן ארויסברענגען. זיי זענען נישט נאר רב אדמו"ר ראש הקהל ביי זיך אין די קהילה, נאר צוזאמען האבן זיי זיך געזעצט אויף כלל ישראל ווי די סאמע מנהיגי הדור וואס יעדער דארף רעספעקטירן אלס "מנהיגי ישראל" און צו וועמען מ'דארף פאלן כורעים.

פארשטייט זיך אז די קהילות האבן נישט קיין בי"ד מיט אן אייגענע אויטאריטעט, נאר אויב ס'איז דא א בי"ד איז עס גענצליך אונטערגעווארפן די שליטה פון דעם מעגא-אדמו"ר.

דערצו קומט צו דער פאקט אז געוויסע מעגא-אדמו"רים זענען אויך די פריצים במלוא מובן המילה, מיט פולשטענדיגע גשמיות'דיגע בעלות אין זייער שטעטל, גארנישט ווייניג ווי די לאקאלע בעלות פון אמאליגע פריצים. און אפילו די וואס זענען נישט פריצים אין זייער שטעטל זענען אויך פאקטישע פריצים אין די קהילה מיט די גענצליכע בעלות אויף די גאנצע לעבן און הלוך ילך פון די וואס זענען געבוירן געווארן ביי זיי אין די קהילה, און גענצליכע השתלטות אויף יעדע ווארט וואס גייט ארויס אינעם ציבור אין די צייטונגען, אין די גאסן, וכדומה.

אפילו ווען די מעגא-אדמו"רים וואלטן פארכאפט נאר די אויטאריטעט פון רבנות, אדמו"רות, מנהיגות, ראשות הקהילות, כח הבי"ד, וואלט פון דעם אליין נאך אלץ נישט ארויסגעוואקסן דעם מאנסטער וואס עס איז היינט דער מעגא-אדמו"ר. קיין איינע פון די אלע פאזיציעס פלעגן נישט ווערן ארויפגעצווינגען געווארן אויף די בני הקהילה, און אייביג און איבעראל האט דער ציבור נאך אלץ געהאט א כח. די מעגא-אדמו"רים זענען פולשטענדיגע דיקטאטארן וואס האבן דעם פולן בעלות אויף דעם גאנצן קהילה, יעדן דאלאר וואס קומט אריין לצורך הקדש ווערט זייער פריוואטע אייגענטום, און זיי טוען טאקע וואס זיי ווילן דערמיט. די מעגא-אדמו"רים האבן דעם פולן בעלות צו שטעלן אונטער זיך רבנים אויף וועמען זיי זענען משתלט, ראשי ישיבה, ראשי הכוללים, בעלי תפילה, וכו' וכו', און אלעס לויט זייערע קאפריזן און גענצליך אונטער זייער קאנטראל און בעלות. נישט נאר פארכאפן זיי יעדע השתלטות וואס איז נאר אמאל געווען ביי כלל ישראל, נאר זיי טוען עס מיט צוואנג, און נאך מיט א שמיץ אריבער מיט גענצליכע דיקטאטארשאפט.

*

און דערנאך, וואו עס קומט זיי גוט אויס, ציען זיי אראפ דעם הוט ביז איבער די אויגן, און מיט א בלעכענעם פנים שרייען זיי אז זיי זענען ממשיכים פון אמאליגע "צדיקים", און וואס עס שטייט אין ספרים וועגן צדיקים מיינט זיי, און וואס עס שטייט אין ספרים וועגן רבנים מיינט זיי, און וואס עס שטייט אין ספרים וועגן מנהיגי ישראל מיינט זיי, און וואס עס שטייט אין ספרים וועגן קהילות מיינט זיי, און וואס עס שטייט אין ספרים וועגן כח בי"ד יפה מיינט זיי. אלעס מיינט זיי. זיי זענען א-ל-ע-ס, און דו און איך זענען ג-א-ר-נ-י-ש-ט.

אונזערע זיידעס האבן זיך געקליבן א "צדיק" לויט וועמענ'ס עבודת ה' האט זיי געפאלן. זיי זענען נישט געווען פארכאפט צו מוזן דינען א צדיק ווייל ער איז געבוירן געווארן אין דעם צדיק'ס סיסטעם און אויב וויל ער נישט פאלן א קרבן צו טעראר האט ער נישט קיין צוויי ברירות.

אונזערע זיידעס האבן זיך געקליבן א רב נאכדעם וואס מ'האט עס דעבאטירט אין שטעטל, ער האט געגעבן אן איינציגס דרשה, און מ'האט געמאכט וואלן. יא, מ'האט געגעבן זכות קדימה פאר א זוהן פון א רב, און קיינמאל האט מען נישט ארויפגעצווינגען א רב אויף א קהילה.

אונזערע זיידעס האבן געהאט זייערע רעכטן און זייערע ברירות וואס האבן געהאט א שייכות מיט יעדע פון די פאזיציעס וואס די מעגא-אדמו"רים האבן פארכאפט. אבער די מעגא-אדמו"רים זענען זיך נישט נאר משתלט אויף אלעס, נאר דרוקן אונז גענצליך אונטער און רויבן פון אונז אוועק די פשוט'סטע רעכטן וואס מיט האבן אייביג געהאט.

זיי זענען גנבים און באטריגער, און די סאמע ערגסטע אפפאל פון כלל ישראל.

*

כ'וועל צוענדיגן מיט וואס כ'האב שוין געשריבן: יא, עס זענען דא צדיקים, טאקע נאך היינט. אבער קיין שום מענטש וואס איז געפארן צום הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע איז געפארן ווייל דער בלאט אדער קול מבשר האט אים באקרוינט אלס צדיק. ער איז געפארן ווייל ער האט געהערט מפה לאוזן אז דארטן, אינעם ארימען שטיבל אין ליזענסק, זעהט מען עבודת ה' און מ'ווערט נענטער צום אויבערשטן.

די אמת'ע צדיקים האבן גארנישט איינגעלייגט מיט די משתלטים על הציבור וואס האבן פארכאפט יעדע סארט בעלות פון כלל ישראל און אויך אלע אמאליגע טיטלען פון אויטאריטעט. די אמת'ע צדיקים קען מען נאר געפונען מפה לאוזן, און ווער ס'האט שכל בלאקירט ארויס פון זיינע אויגן און אויערן די 24/7 פראפאגאנדע פון די מעגא-אדמו"רים, די צייטונגען, מאגאזינען, טעלעפאן ליניעס, אייוועלט, טוויטער אקאונטס, און גייט נאך זיין אייגענע מצפון, זיין געוויסן, זיין נשמת ישראל און חלק אלוק ממעל וואס איז האפענטליך נאך נישט דורכגעפוילט דורך די מעגא-אדמו"רים און זייער אומאויפהערליכע פראפאגאנדע, און קען נאך דערשפירן אמת'ע צדקות און ערליכקייט.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר