נוצטס נאר גויאישע טעקסיס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1705 מאל

נוצטס נאר גויאישע טעקסיס

שליחה דורך נוח »

ס'טוט זיך א טומל מיט "קאר סערוויסעס", נאכדעם וואס ס'איז לעצטענס אנגעבליך געשעהן עטליכע שרעקליכע עפיזאדן אין מאנסי וואו גויאישע טעקסי דרייווערס האבן געטוהן מעשים אשר לא יעשו מיט היימישע פרויען און מיידלעך.

פארפירן די חברה אז מ'זאל פארן נאר מיט אידישע קאר סערוויסעס, אדער ווי די מאנסיער אידן רופן עס: טעקסיס.

מי שיש לו מוח בקודקדו פארשטייט אז דער אמת'ער פראבלעם איז דאס אז מ'לאזט נישט פרויען דרייוון. זיי וועלן עס אבער נישט זאגן, ווייל יא, מ'וועט ענדערש אויסשטעלן אונזערע פרויען צו זנות ווי איידער טרעטן אויף א דאורייתא פונעם סיסטעם.

אין צוגאב איז אויך דא דער פאקט אז טויזענטער פרויען האלטן זיך צוריק פון נוצן uber, וואס כאטש ס'קען אויך האבן פראבלעמען, איז עס אבער אסאך מער סעיף ווי לאקאלע טעקסיס. זיי וועלן עס אבער נישט זאגן, ווייל מ'וועט קיינמאל נישט מודה זיין אז א סמארטפאון האט סיי וואספארא נוצן ברוחניות ובגשמיות אפילו אויב ס'איז ממש מציל פון זנות.

נאר ווי די חכמי כעלעם גייט מען בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק. "מ'זאל נאר נוצן אידישע טעקסיס!" שרייען זיי.

כ'וויל נישט זיין סתם א ציניקער און אוועקמאכן. יא, כ'קען זעהן א סברא אז א דורכשניטליכער היימישער יונגערמאן זאל זיין מער סעיף ווי א דורכשניטליכער אימיגראנט שלא מבני עמינו. א היימישער האט אסאך מער צו ריזיקירן אויב זאל באקאנט ווערן אז ער האט חלילה געשענדעט א אידישע טאכטער, ווי עפעס אן אימיגראנט וואס קען אפציען פון מאנסי און גיין וואוינען אין מיסיסיפי.

אבער כאטש די סברא האט אן אמת אין זיך, צווייפעל איך שטארק דערין, אזש ס'קען גאר זיין אז ס'איז פונקט קאפויער. מיר ווייסן דאך אז מ'איז ביי אונז מחפה אויף אזעלכע מעשים, און כ'בין גארנישט אזוי זיכער אז דער היימישער פילט אז ער האט מער צו פארלירן.

אבער לאמיר עס נעמען א שטאפל ווייטער. כ'האב א שטארקע סברא אז היות מ'איז דאך מחוייב עפ"י הסיסטעם צו נוצן טעקסיס און נישט חלילה אליין דרייוון אדער נוצן אובערס, זאל מען ענדערש נוצן גויאישע טעקסיס ווי אידישע. און די סברא איז פשוט: די ביסעלע דין וחשבון וואס קען זיין ביי די גויאישע איז נישטא ביי די אידישע!

טראכט אריין. די איינציגסטע סיבה פארוואס יעצט איז דא אזא סקאנדאל, און די פרשה איז באקאנט געווארן, איז ווייל עס איז געשעהן אין א גויאישע טעקסי, און ס'האבן זיך תיכף געיאוועט עסקנים צו מאכן מודעות און קליפס דאס מפרסם צו זיין. אויב וואלט דאס געשעהן אין א אידישע טעקסי איז אן קיין שום ספק אז דאס וואלט קיינמאל נישט מפורסם געווארן!

דאס מיינט אז דער כח וואס דער ציבור האט צו מפרסם זיין אזעלכע מעשיות, און האפענטליך ברענגען א שינוי לטובה, איז נאר דא ביי די גויאישע טעקסיס. אבער די אידישע איז ניטאמאל דאס דא. ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה און ס'איז נישטא קיין שום דין וחשבון.

ס'איז אלזא דעתי הקלושה אז ענדערש זאל מען זיך באנוצן מיט גויאישע טעקסיס, וואס אויב ס'געשעהט חלילה אן אומגליק קען מען גלייך גיין צו די פאליציי און/אדער עס מפרסם זיין, און נישט אין א אידישע טעקסי וואו דער דרייווער איז האפענטליך מענטשליך, אבער אויב חלילה נישט האט מען זיך פשוט אריינגעשטעלט אין סדום וואו לית דין ולית דיין.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר