איז נאך דא האפענונג, אדער זיך נעמען דאס לעבן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

איז נאך דא האפענונג, אדער זיך נעמען דאס לעבן?

שליחה דורך חאצקל »

דער באקאנטער אידישער קאמידיען שמעון דזשיגאן, שטעלט פאר אין איינע פון זיינע קאמעדיס א גע'פעכט צווישן אים און איינער וואס וויל אייננעמען א פיל פון סם.
יענער שרייט חי וקיים, ער וויל דאס איינעמען און מאכן איינמאל פאר אלעמאל א סוף צו זיין לעבן, זיין שטענדיגער חלום פון ווערן א זינגער איז נישט פארווירקליכט געווארן, און פאר אים איז קיין לעבן אן געזאנג נישט קיין לעבן.
דזשיגאן בעט זיך ביי אים, ווארט אויס, אפשר איז נאך דא האפענונג, אויב איך וועל הערן אייער געזאנג און ס'וועט מיר געפעלן דאן איז אויס טראגעידיע, איך וועל אייך אריין נעמען אין מיין טיאטער, איז ביטע זינגט מיר א שטיקל!
יענער ווערט עטוואס ערמוטיגט, לייגט דעם פיל אין א זייט, עפנט זיין שטימע און הייבט אן זינגען א שטיקל.
"זייט'דזשעט מוחל -רופט זיך אן דזשיגאן, הערנדיג זיין גריצלדער שטימע- נעמט דאס איין" ...

כלפי מה דברים אמורים?

מיר זענען צוגעוואוינט צו הערן און אויך אליין צו זאגן פאר אנדערע אין א פארצווייפלטער מצב צוליב סיי וועלעכער סיבה, אז:

מ'טאר זיך נישט מייאש זיין! עס איז קיינמאל צו שפעט! עס איז אייביג דא האפענונג! ס'וועט נאך זיין גוט! ס'קומט גיטע צייטן! די זון וועט נאך אויך שיינען פאר דיר! טעות לעולם חוזר! מ'קען אלס פאררעכטן! מ'קען זיך טוישן! מ'טאר זיך נישט פילן געפאלן נאך סיי וואס מ'האט געטון! מ'טאר זיך נישט עסן די געזינט! און נאך אזעלעכע תנחומין של הבל

מיין פראגע איז, גלייבט איר טאקע אז יעדער מענטש בכל מצב שהוא, האט נאך האפענונג צו א גליקליך לעבן? איז נישטא אמאל וואס ס'איז ווירקליך צרות ווי א בארג, בחינת מעוות לא יכל לתקון - א שאדן וואס מ'קען נישט פאררעכטן, אדער א אומדערטרעגליכער צושטאנד וואס מ'קען נישט טוישן?

איך באצי זיך נישט כלפי אזעלעכע פראבלעמען ווי שטערבליכע קרענק אדער אומהיילבארער פארוואונדעטע אדער לאנג טערמיניגע טורמע פאראורטיילטע ל"ע, אזעלעכע מסכנים וועט יעדער פארשטיין אז ער איז אויף צרות, און אין עצה ותבונה. איך באצי זיך צו אזעלעכע פראבלעמען וואס כאטש עס ווערט פארשטאנען אלס פראבלעם וועט אבער יעדער האלטן אז ער דארף נאך ערווארטן גיטע צייטן כאטש ס'איז ברור כשמש אז עס זענען פארהאן שוואכע שאנסן

צ.ב.ש. איינער מיט שווערע נאטורן וואס האלט שוין ביים פערטן גט ל"ע, אדער א מיטליעריגער וואס טרעפט נישט קיין הצלחה און סיפוק אין לעבן שפירנדיג אז זיין ישות טרעפט זיך נישט קיין ארט אין גאט'ס וועלט און קומט נישט צום אויסדרוק, און דאס איז נאכן טון אלעס צו טוישן די מצב, אריין גערעכנט טעראפי, וויטאמינען, לערנען, סגולות וכו' אבער אן ערפאלג, און טרעפט זיך אצינד פאר אן אויסגעלאשענעם צוקומפט. אדער איינער ווערט נישט פטור פון א פחד אדער געוויסנביסן אדער אנדערע פאקטן וואס שטייען אים לצנינים בעיניו.

איז נישט פאראן אמאל וואס ס'נישטא קיין אנדער אויסוועג נאר דאס אייננעמען... ווי פלוני בן פלוני האט איבערגעלאזט א צעטל נאכן זיך הענגען, אז "דער רבי ר' נחמן איז געווען גערעכט, פון אלעם איז דא א וועג ארויס"...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר