איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע

שליחה דורך חאצקל »

מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.

נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקיי,ט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.

איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר