"אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:06 am

DotCom האט געשריבן:יחידים וואס טוען זאכן על דעת עצמם קענען נישט קובע זיין א מציאות אויף א גאנצער כלל, רעפלעקט די מציאות קען נאר א זאך וואס איז אפיציעל איינגעפירט מטעם די מוסדות און זייערע קהילות.


אבער די זאכן ווערן פולשטענדיג טאלערירט ביי אונז, ואין פוצה פה ומצפצף, עס איז א חלק פון אונזער לעבן. הונטערן באוואוסטזיין ווייסט דער עולם אז יש לנו על מי לסמוך, אויף די אלע קריטיקירער און צעטל קלעבערס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18075 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:08 am

יידל האט געשריבן:(וואס די גיהנום איז טו פיס ניטעד דאסטערס?)


האט שוין נולד צוגעברענגט דא א לינק
viewtopic.php?p=39626#p39626
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18075 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:10 am

יידל האט געשריבן:לשיטתך דאטקאמאוויטש, אז די מוסדות פארלאנגן אז מ'זאל נישט טראגן קיין אייזערענע גלעזער, רעפלעקטירט דאס די מציאות?


יא אוודאי, עס רעפלעקטירט די מציאות פון יענע מוסד, און קיינער לייקנט נישט אז די סיסטעם איז האט פראבלעמען, אבער זי קומט דאך דא מיט אירע קוריאזע מעשיות און שמירט עס ארויף אויפ'ן גאנצן ציבור, דאס איז אן עקלדיגע זאך.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:16 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:יחידים וואס טוען זאכן על דעת עצמם קענען נישט קובע זיין א מציאות אויף א גאנצער כלל, רעפלעקט די מציאות קען נאר א זאך וואס איז אפיציעל איינגעפירט מטעם די מוסדות און זייערע קהילות.


אבער די זאכן ווערן פולשטענדיג טאלערירט ביי אונז, ואין פוצה פה ומצפצף, עס איז א חלק פון אונזער לעבן. הונטערן באוואוסטזיין ווייסט דער עולם אז יש לנו על מי לסמוך, אויף די אלע קריטיקירער און צעטל קלעבערס.


פיין, די אלע צעטעלעך - פאשקעווילן קענסטו אנהענגען אויף פרידאם אוו ספיעטש, איבער גאנץ אמעריקע אין יעדער קאמיונוטי ווי עס לעבן מער ווי צען מענטשן האסטו דעם פראבלעם, אבער פון דארט ביז פערזענליך אטאקירן א מיידל איז כרחוק מזרח ממערב, דאס האט נישט קיין שום יסוד אין אונזער סיסטעם און בשום אין אופן רעפלעקטירט עס נישט אונזער לעבנסשטייגער.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:44 am

יידל האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:כ'האב דורכגעקוקט דעם ארטיקל. שיין געשריבן, אבער איך האב זיך און די חרדישע וועלט ווי איך קען זי נישט געטראפן.
דער אינצידענט מיט די טייטס וואלט איך באצייכנט ווי א מאדנעם קוריאז. די געשיכטע רעפלעקטירט נישט דאס מציאות. איז, ליגנט שרייבט זי נישט; איך מיין אבער אז דער טיטל איז פארפירעריש: דערווייל דערציילט זי וועגן אומגעווענליכע קוריאזן פון איר לעבן, מער ווי וועגן איר לעבן און אוועקגיין פון חרדישן לעבן.

איך פערזענליך קען לכה"פ צוויי מענטשן וואס וואלטן געטון די זעלבע וואס דער איד אין די מעשה האט געטון. מאדנע קוריאז? יא. ליידער רעפלעקטירט עס שוין גאר גוט די מציאות. פשוט-קאמפליצירט, כ'וואלט דיך גע'עצה'ט מער צו באטראכטן די פלאקאטן וואס הענגן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג און ציילן וויפיל פון זיי רעדן פון וויאזוי פרויענישע מלבושים דארפן אויסזען. (וואס די גיהנום איז טו פיס ניטעד דאסטערס?)



אויב אזוי צי איך צוריק. זאל מיין פריערדיגע תגובה בטל ומבוטל ווערן, כלא אין ואפס, למטה מעשרה טפחים.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:46 am

אדער אפשר איז אונזער סאסייעטי מער נוענסד?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4277 מאל

הודעהדורך נח געציל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:54 pm

איך האב אפגעליינט דעם ארטיקל, און איך זע נישט וואס מאנכע פרובירן צו פארלייקענען. אזא פאסירונג מיט די נאסע שטרימפ איז זייער גלויבליך, איבערהויפט אז מען רעדט דא פון א פרוי וואס איז שוין ווי עס שיינט געווען אויפן ראדאר פון די "עסקנים", און קיינער זאל מיר נישט זאגן אז רבנים הייבן נישט די אויגן ווען זיי הערן אז א פארפאלק גייט צו די מאוויס.

עס קוקט אויס ווי אסאך מענטשן זענען זייער "דעפענסיוו" איבער אונזער לעבנסשטייגער, און דעריבער הייבט מען אן שפרינגען ווען עמיצער באשרייבט אונז פאר די פרעמד. עס האט פארשטייט זיך אויך צוטאן מיט דעם וואס מיר ווערן לעצטנס אסאך מאל טאקע אטאקירט. אבער אזא ארטיקל ווי די -און איך ווייס נישט וויאזוי די קומענדיגע אין די סעריע וועט זיין- איז בכלל נישט נעגאטיוו, און איך שפיר זיך דייקא נישט געטראפן דערפון. יא, ביי אונז גייט מען מיט דיקע שטרימפ אפילו ווען עס איז 100. און יא, אונזער ציבור עפ"י רוב קוקט נישט קיין מאוויס. מען קען דעבאטירן דערוועגן, און איך ווער נישט ברוגז אויב איינער זאגט אז מיר זענען עקסטרעם. אז ער וויל אזוי האלטן, געזונטערהייט.

די שרייבערקע אין די איצטיגע ארטיקל העצט נישט אויף אונזער מהלך החיים, זי פארציילט אירע איבערלעבענישן. עס קען זיי אז ביי א גרויס טייל נישט אידן און פרעמדע קרייזן וועלן מיר אויסקוקן ווי "משוגעים", אבער דאס באדערט מיך אויך נישט. ווען מען הערט ביי אונז געוויסע חלקים פון 'זייער' לעבנסשטייגער קוקן מיר זיי אויך אן די זעלבע. לכאורה איז דא פרעמדע וואס קוקן אונז אן מער פאזיטיוו, און אנדערע וואס קוקן אונז אן מער נעגאטיוו. אקוראט ווי מיר זיי.

די נקודה איז, איך בין נישט אזוי אומבאקוועם מיט אונזער לעבנסשטייגער אז איך זאל ציטערן יעדן טאג אויב דער גוי 'וועט געוואויר ווערן' וויאזוי מיר פירן זיך. עס איז דא גוטע חלקים, עס איז דא שלעכטע חלקים; איך האלט אז עס איז דא אסאך מער גוטע חלקים ווי שלעכטע. עס איז דא עקסטרעמיסטן ביי אונז, עס איז דא עקסטרעמיסטן ביי זיי, עס איז דא שלעכטע מענטשן דא, עס איז דא שלעכטע מענטשן דארט. און די שלעכטע עקסטרעמיסטן דארט האלטן אויך אז זיי קומען נאר אויפטון און מאכן בעסער.
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:58 pm

גערעכט נח געציל, כאטש איך האב נישט געזעהן אז איינער זאל וועלן פארלייקענען די נאסע טייטס מעשה, בכלל לייקנט קיינער נישט אז אונזער סיסטעם איז צובראכן, אבער דאס גיין שרייבן פאר די וועלט איבער אונזערע פראבלעמען פיל איך איז א עוולה ווייל דאס טוט אונז וויי, פארוואס דארף זי פונקט שרייבן די זאכן וואס אונזערע שונאים וועלן זיך באלעקן די פינגער דערמיט? האט זי שוין טאקע נישט געטראפן קיין סאביעקט'ס איבער וואס צו שרייבן? רעדן זיי זיך דען איין אז זאכן גייען זיך אמאל טוישן דורך פובליצירן פאר די וועלט? מיר איז זיכער אז זי וויל נקמה נעמען אין איר עבר, דאס פובליצירן איז אבער זייער נישט עטיק, דעטס איט עס איז פלעין מיאוס.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:39 pm

DotCom האט געשריבן:אבער דאס גיין שרייבן פאר די וועלט איבער אונזערע פראבלעמען פיל איך איז א עוולה ווייל דאס טוט אונז וויי, פארוואס דארף זי פונקט שרייבן די זאכן וואס אונזערע שונאים וועלן זיך באלעקן די פינגער דערמיט? האט זי שוין טאקע נישט געטראפן קיין סאביעקט'ס איבער וואס צו שרייבן? רעדן זיי זיך דען איין אז זאכן גייען זיך אמאל טוישן דורך פובליצירן פאר די וועלט?


היסטאריע האט געוויזן (נישט ביי אידן דווקא) אז דאס - און אפשר נאר דאס - האט געטוישט!
פאר א עקסטרעמע משל (ביי אידן) עיין ערך דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה, און די וועלט האט גע'טענה'ט אז ס'איז א חילול ה'.
אדער מאלעסטעישאן וכו',
אבער אפילו קלענערע זאכן. אז די משוגעים זעהען אז מ'לאזט זיי נישט משוגע מאכן פאר יעדן שטות און מען הייבט אויף א וויי געשריי קבל תבל ומלואה, דאן ציען זיי איין דעם פאסיק פונעם גראבן קאנטראל-בייכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18075 מאל

הודעהדורך elter-zeide » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:49 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:דער פארווערטס איז נישט פין היינט א עכט אפיקורס'ישער אויסגאבע, ער איז ערגער געווען ווי היינט דער אינטערנעט.


אזוי איז מעיד דער עלטער זיידע?
נו לאמיר הערן אביסעלע מער היסטאריע, האבן אלע עלטערן געדארפט חתמ'ענען תקנות פאר די מוסדות אז מען גייט נישט לייענען דעם פארווערטס?


דענטצמאל האט נישט אויסעפעלט צי שיקען בריווען צי חתמ'ענן, וואס העלפט אזוי ווי נישט איבעראל, דע עצה דעמולץ איז געווען ארויס געבען אליין א צייטונג, י
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:59 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:אבער דאס גיין שרייבן פאר די וועלט איבער אונזערע פראבלעמען פיל איך איז א עוולה ווייל דאס טוט אונז וויי, פארוואס דארף זי פונקט שרייבן די זאכן וואס אונזערע שונאים וועלן זיך באלעקן די פינגער דערמיט? האט זי שוין טאקע נישט געטראפן קיין סאביעקט'ס איבער וואס צו שרייבן? רעדן זיי זיך דען איין אז זאכן גייען זיך אמאל טוישן דורך פובליצירן פאר די וועלט?


היסטאריע האט געוויזן (נישט ביי אידן דווקא) אז דאס - און אפשר נאר דאס - האט געטוישט!
פאר א עקסטרעמע משל (ביי אידן) עיין ערך דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה, און די וועלט האט גע'טענה'ט אז ס'איז א חילול ה'.
אדער מאלעסטעישאן וכו',
אבער אפילו קלענערע זאכן. אז די משוגעים זעהען אז מ'לאזט זיי נישט משוגע מאכן פאר יעדן שטות און מען הייבט אויף א וויי געשריי קבל תבל ומלואה, דאן ציען זיי איין דעם פאסיק פונעם גראבן קאנטראל-בייכל.


קען טאקע זיין, ביסט גערעכט אקעגן קאנטראל פריק'ס איז די איינציגסטע עצה צו פובליצירן, דאן לאמיר איר וואונטשן פיל הצלחה!
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:07 pm

elter-zeide האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:דער פארווערטס איז נישט פין היינט א עכט אפיקורס'ישער אויסגאבע, ער איז ערגער געווען ווי היינט דער אינטערנעט.


אזוי איז מעיד דער עלטער זיידע?
נו לאמיר הערן אביסעלע מער היסטאריע, האבן אלע עלטערן געדארפט חתמ'ענען תקנות פאר די מוסדות אז מען גייט נישט לייענען דעם פארווערטס?


דענטצמאל האט נישט אויסעפעלט צי שיקען בריווען צי חתמ'ענן, וואס העלפט אזוי ווי נישט איבעראל, דע עצה דעמולץ איז געווען ארויס געבען אליין א צייטונג


אט אזוי!
קען מען טון די עצה היינט אויכעט? אדער די עסקנים זענען צו פויל, און ס'איז פשוט גרינגער צו אסר'ן?
שוין, איך פארפאר פונעם ענין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18075 מאל

הודעהדורך elter-zeide » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:30 pm

אוודאי איז דע אינטערנט אנדערש, עס איז נישט דא קיין עצה נאר ארויס פין שטיב, אבער דער פארווערטס איז א סאך ארגער געווען, י
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:26 pm

יידל האט געשריבן:לשיטתך דאטקאמאוויטש, אז די מוסדות פארלאנגן אז מ'זאל נישט טראגן קיין אייזערענע גלעזער, רעפלעקטירט דאס די מציאות?


איך האלט אז עס איז נישט קיין אישו. יעצט גיי קוק וואס פערי רייך וכו' שרייבן איבער דעי זאכן. זיי באנעמען זיך דערצו כאילו דא ליגט אידישקייט
אייגענארטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:35 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:דער פארווערטס איז נישט פין היינט א עכט אפיקורס'ישער אויסגאבע, ער איז ערגער געווען ווי היינט דער אינטערנעט.


אזוי איז מעיד דער עלטער זיידע?
נו לאמיר הערן אביסעלע מער היסטאריע, האבן אלע עלטערן געדארפט חתמ'ענען תקנות פאר די מוסדות אז מען גייט נישט לייענען דעם פארווערטס?


דענטצמאל האט נישט אויסעפעלט צי שיקען בריווען צי חתמ'ענן, וואס העלפט אזוי ווי נישט איבעראל, דע עצה דעמולץ איז געווען ארויס געבען אליין א צייטונג


אט אזוי!
קען מען טון די עצה היינט אויכעט? אדער די עסקנים זענען צו פויל, און ס'איז פשוט גרינגער צו אסר'ן?
שוין, איך פארפאר פונעם ענין.


איך בשיטה האלט אז זיי פארנעמען זיך מיט שטותים די עסקנים, אין דאס איז א סיבה פארוואס זיי קענען נישט אנקומען צו וויגטעגערע זאכן.
אייגענארטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:40 pm

און אז מרעדט שוין יא פון עסקנים וואס טוען זאכן וואס זיי דארפן נישט. וויל איך נאר צוגעבען אז איך האב א קרוב וואס איז פון הערשל קלארס שיק יונגלעך.

איך ווייס אזויפיל אז זיין אשת חיל איז געגאנגען פאר העלפ אפשר איז עס איר פראבלנם פארוואס ער קען אהיימקומען אין א ... נאכט פארטאגס. דאס איז נאר ווייל זיי זענען ביזי מיט שטותים אין דאס קען נאר געטון ווערן אין זי נאכט שעות
אייגענארטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:45 pm

און אז מ'רעדט שוין פון די ארבעט וואס ווערט געטון אין די טונקלקייט,

עס איז א באקאנטע מעשה פאר תושבי ק"י און נאך. די מעשה וואס איינעם האט זיך געדאכט ביינאכט ווי ער זעט א פנים ביים פענסטער, איז ער צוגעגאנגען און געטראפן י"ק ביי זיין פענסטער

ווער וועט מיר איינרעדן אז עס איז פארהאן א סיבה אויף די וועלט דערפאר.......
אייגענארטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 6:19 pm

נח געציל, האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל. ברוין שרייבט קלאר אז עס איז יתכן אז דער הייליגער איד וועלכער האט איר פאר'מסר'ט האט איר שוין געהאט אויף זיין ראדאר צוליב דעם וואס זי איז געגאנגען אביסל אפן ביים האלז, און נישט אז אזעלכע מסירות געשעען יעדן טאג. עס איז אוממעגליך צו שילדערן אן אייגענע ערפארונג און זיכער מאכן אז יעדער פרט איז על הכלל יצא. פארקערט, יעדנ'ס היסטאריע איז אייגנארטיג, און דאס איז וואס מאכט עס אינטערעסאנט.

ווי שמעקעדיג האט געשריבן: ארטיקלען אין דער אלגעמיינער פרעסע קענען צומאל וויי טון, אבער אונזער מצב איז אזוי שלעכט אז אנשטאט מיר זאלן געהאלפן ווערן דורך גייסטיגע ריזן, ערווארט אונז ליידער א ישועה דווקא דורך אזעלכע וואגאבונדן ווי נחום און שמריהו ראזענבערג, העלא ווינסטאן, און אנדערע וועלכע זוכן צו דעקן אונזער שמוץ.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3712 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:24 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:יחידים וואס טוען זאכן על דעת עצמם קענען נישט קובע זיין א מציאות אויף א גאנצער כלל, רעפלעקט די מציאות קען נאר א זאך וואס איז אפיציעל איינגעפירט מטעם די מוסדות און זייערע קהילות.


אבער די זאכן ווערן פולשטענדיג טאלערירט ביי אונז, ואין פוצה פה ומצפצף, עס איז א חלק פון אונזער לעבן. הונטערן באוואוסטזיין ווייסט דער עולם אז יש לנו על מי לסמוך, אויף די אלע קריטיקירער און צעטל קלעבערס.

האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל, (נא, נקמה!) די פוינט איז אז מיר לאזן זיך, און מיר טאלערירן די יחידים און משוגעים, בשעת מיר טאלערירן גאר ווייניג אויף די אנדערע זייט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7441 מאל

הודעהדורך שמיטה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:01 pm

דבילה האט געשריבן:די עלטסטע חיזוק מעטאד פאר די פארבליבענע - שיסן דעם פאסט טרעגער.

ביטע זיי מסביר. וועם רופסטו "פארבליבענע"?
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:44 pm

elter-zeide האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:דער פארווערטס איז נישט פין היינט א עכט אפיקורס'ישער אויסגאבע, ער איז ערגער געווען ווי היינט דער אינטערנעט.


אזוי איז מעיד דער עלטער זיידע?
נו לאמיר הערן אביסעלע מער היסטאריע, האבן אלע עלטערן געדארפט חתמ'ענען תקנות פאר די מוסדות אז מען גייט נישט לייענען דעם פארווערטס?


דענטצמאל האט נישט אויסעפעלט צי שיקען בריווען צי חתמ'ענן, וואס העלפט אזוי ווי נישט איבעראל, דע עצה דעמולץ איז געווען ארויס געבען אליין א צייטונג, י

און וויפיל אידעלעך האבן ארויס גע "סניקט" קיין בראדוויי און געקויפט דעם "פארווערטס" אדער מארגן זשורנאל? דער טאג-מארגן זשורנאל וואס איז אויך געווארן געדרוקט אום שב"ק, האט נישט געהאט די חוצפה ארויס צו שרייבן אז ס'איז געדרוקט אום שבת האבן זיי געשריבן "ערב שבת". אבער דער פארווערטס, חוץ פון די ניבול פה מעשיות וואס זיי האבן געברענגט פון אייזיק באשעוויס זינגער, האבן זיי ארויסגעשריבן אויפ'ן פראנט פעידזש דעם דאטום, "שבת, דעם פינפטן יוני". און דער היימישער עולם האט געקויפט די צייטונגען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:00 pm

דער טאג-מארגן זשורנאל איז אויך געהעריג ארויסגעקומען שבת, מיט'ן דאטום "שבת", נאר שבת האט עס געהייסן בלויז "טאג", אן "מארגן זשורנאל".
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3712 מאל

הודעהדורך דבילה » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:16 am

שמיטה האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:די עלטסטע חיזוק מעטאד פאר די פארבליבענע - שיסן דעם פאסט טרעגער.

ביטע זיי מסביר. וועם רופסטו "פארבליבענע"?


וואס הייסט ווער, איך און דיך!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך דבילה » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:19 am

DotCom האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:
שמיטה האט געשריבן:די נייעסטע מעטאד פאר די אוועקגעפאלענע צו מאכן העדליינס. באשמוצן דעם אייגענעם עבר.


די עלטסטע חיזוק מעטאד פאר די פארבליבענע - שיסן דעם פאסט טרעגער.


יא, אבער דא איז זי נישט דער פאסט טרעגער נאר דער שיקער, (דער פארווערטס איז אפשר דער מעסענדזשער, ער איז שוין געשאסן געווארן 60 יאר צוריק נעבעך), נישטא וואס צוזאגן, באשמוצן די אייגענע עבר איז א מיאוסע זאך, זאלסט עס קיינמאל נישט טהון דבילה, האסט געהערט?


כ'האדיר געלייקט פאר דיין עצה טובה. אבער צום ענין, זיכער איז זי א פאסט טרעגער! וואס אינטרעסירט אונז איר עבר? מיר אינטרעסירט נאר אויב ס'שייך אז זי שיינט א ליכט אויף פראבלעמען און אונזער געזעלשאפט. ווער ס'האט נאר עינים לראות ואזנים לשמוע ווייסט אז ביי אונז האבן די קיצונים די שליטה. ווער דען קען טייטלען מיט די פינגער אויף פראבלעמען ביי אונז אויב נישט דער וואס זענען אינדרויסן!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 6:12 pm

אייגענארטיג האט געשריבן:און אז מרעדט שוין יא פון עסקנים וואס טוען זאכן וואס זיי דארפן נישט. וויל איך נאר צוגעבען אז איך האב א קרוב וואס איז פון הערשל קלארס שיק יונגלעך.

איך ווייס אזויפיל אז זיין אשת חיל איז געגאנגען פאר העלפ אפשר איז עס איר פראבלנם פארוואס ער קען אהיימקומען אין א ... נאכט פארטאגס. דאס איז נאר ווייל זיי זענען ביזי מיט שטותים אין דאס קען נאר געטון ווערן אין זי נאכט שעות

אויב א מאן קומט אהיים רעגלמעסיג, אפילו... אין די פארטאגס שעות, איז צריך בדיקה אחריו. וויל קיין תהילים זאגט ער מן הסתם נישט. תיקוני זוהר לערנט ער ווארשיינליך אויכעט נישט. :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט