"אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:07 am

א היימישע פרוי שרייבט וועגען ברוין'ס ארטיקעל
http://jmvho.blogspot.com/2012/08/my-commentary.html
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 5:54 pm

יאנקל האט געשריבן:דער טאג-מארגן זשורנאל איז אויך געהעריג ארויסגעקומען שבת, מיט'ן דאטום "שבת", נאר שבת האט עס געהייסן בלויז "טאג", אן "מארגן זשורנאל".

ס'איז אמת. לויט ווי איך האב ערגעץ געליינט אז דער טאג און מארגן זשורנאל זענען געווען צוויי באזונדערע צייטונגען וואס האבן זיך פאראייניגט און די בעלי בתים פון'ם מארגן זשורנאל זענען געווען ערליך און זיי האבן נישט מסכים געווען אז זייער נאמען זאל ארויפגיין אויף די שבת'דיגע אויסגאבע. אפילו אזוי האבן זיי נישט געהאט די חוצפה ארויסצושרייבן "שבת" האבן זיי געשריבן "ערב שבת. אבער דער געמיינער "פארווערטס" האט ארויסגעשריבן ":"שבת"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך וואוינט אין ב.פ.? » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 1:12 am

ראשעקאל האט געשריבן:א היימישע פרוי שרייבט וועגען ברוין'ס ארטיקעל
http://jmvho.blogspot.com/2012/08/my-commentary.html

זי זעט מיר גארנישט אויס אזוי 'היימיש' אחוץ אויב דזינס איז שוין היינט היימיש
באניצער אוואטאר
וואוינט אין ב.פ.?
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:15 pm

דזשודי ברוין האט היינט פארעפנטליכט איר צווייטע אינסטאלאציע פון איר סעריע מעמוארן "אינסייד אוט".
בילד

דער צווייטער ארטיקל, "די זון איז א שטערן", גיט א בליק איבער וויאזוי איר פערספעקטיוו אויף דער וועלט און דעם אוניווערס האט זיך געטוישט ווען זי איז געוואויר געווארן אז די אסטראנאמיע מיט וועלכער זי איז נתחנך געווארן - לויט וועלכער די זון שטייט אין צענטער פון דעם יקום - איז גאר ווייט פון דעם מציאות.
בילד
זי שילדערט דעם קאגניטיוו דיסאנענס פון וועלכן זי האט געליטן ווען זי האט געלייענט אין "קאסמאס", א בוך פון קארל סעיגען, איבער דער ריכטיגער וויסנשאפטליכער צורה פון דעם אוניווערס, און וויאזוי זי האט זיך געשלאגן אין איר מח נישט אנצונעמען דעם מציאות, און וויאזוי שפעטער - ווען זי האט שוין מקבל געווען אז די זון איז בלויז א געווענליכער שטערן צווישן אנדערע טריליאנען טריליאנען שטערנס וועלכע קענען אליין האבן ארום זיך אייגענע סאלאר סיסטעמען - האט זי זיך צוריקגעבענקט צו איר אמאליגן נאאיוויטעט.
דער ארטיקל איז גאר גוט געשריבן, סיי פון א ליטערארישן שטאנדפונקט, און סיי פון א סאציאלאגישן שטאנדפונקט - ארויסברענגענדיג פארשידענע געפילן וועלכע באגלייטן א חרדי'שן מענטש וועלכער ווערט פלוצלינג באוואוסטזיניג צו דעם וויסנשאפטליכן מציאות.

---
הרב נתן סליפקין שרייבט איבער דעם ארטיקל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:10 pm

יענקעל סקוקט אויס אינטערעסאנט איך וויל עס ליינען, האסט אנונג צו אירע ווערטער זענען זיך אין עני וועי סותר בדברי חז"ל?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:20 pm

villager האט געשריבן:יענקעל סקוקט אויס אינטערעסאנט איך וויל עס ליינען, האסט אנונג צו אירע ווערטער זענען זיך אין עני וועי סותר בדברי חז"ל?

ניין, עס איז נישט סותר חז"ל. אבער מאנכע וועלן מסתמא זאגן אז עס איז יא סותר.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:53 pm

יאנקל האט געשריבן:
villager האט געשריבן:יענקעל סקוקט אויס אינטערעסאנט איך וויל עס ליינען, האסט אנונג צו אירע ווערטער זענען זיך אין עני וועי סותר בדברי חז"ל?

ניין, עס איז נישט סותר חז"ל. אבער מאנכע וועלן מסתמא זאגן אז עס איז יא סותר.

די שאלה איז נישט צי ס'איז זיך סותר צי נישט, עס איז א ליטערארטורישער ארטיקל, נישט קיין וויסנשאפטליכער פאפיר. עס איז אבער דירעקט נישט ארטאדאקסיש. עכ"פ אולטרא-ארטאדאקסיש.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:26 pm

יאנקל האט געשריבן:---
הרב נתן סליפקין שרייבט איבער דעם ארטיקל.

ער שרייבט דארט:
Modern Orthodox Jews who have no problem with my books are not necessarily more open-minded; it's just that evolution and Talmudic inaccuracies about science are within their societal comfort zone.

כ'האב קיינמאל נישט געטראכט דערפון אויף אזא מהלך.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

ענטפער צו געפילטע פיש

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:49 am

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:---
הרב נתן סליפקין שרייבט איבער דעם ארטיקל.

ער שרייבט דארט:
Modern Orthodox Jews who have no problem with my books are not necessarily more open-minded; it's just that evolution and Talmudic inaccuracies about science are within their societal comfort zone.

כ'האב קיינמאל נישט געטראכט דערפון אויף אזא מהלך.

דערפאר זענען רבנים, נישט דווקא חסידיש'ע ארויסגעקומען קעגן סליפקין'ס ביכער. נישט אז ער האט נישט א פאהר גוטע פוינטס. נאר זיין הילוך המחשבה. אונז דארפן וויסן אויב ס'איז לכאורה פארהאן א סתירה צווישן היינטיגע סייענס און להב' דברי חז"ל דארפן מיר עס פראבירן צו פארענטפערן. אבער זיכער נישט דזשאמפ'ן צו א מסקנא אז חז"ל זענען געווען "ראנג" ח"ו.
ס'איז א בפירוש'ע גמרא. "אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם. אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים. ולא כחמורו של ר' פנחס בן יאיר".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:01 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:---
הרב נתן סליפקין שרייבט איבער דעם ארטיקל.

ער שרייבט דארט:
Modern Orthodox Jews who have no problem with my books are not necessarily more open-minded; it's just that evolution and Talmudic inaccuracies about science are within their societal comfort zone.

כ'האב קיינמאל נישט געטראכט דערפון אויף אזא מהלך.

דערפאר זענען רבנים, נישט דווקא חסידיש'ע ארויסגעקומען קעגן סליפקין'ס ביכער. נישט אז ער האט נישט א פאהר גוטע פוינטס. נאר זיין הילוך המחשבה. אונז דארפן וויסן אויב ס'איז לכאורה פארהאן א סתירה צווישן היינטיגע סייענס און להב' דברי חז"ל דארפן מיר עס פראבירן צו פארענטפערן. אבער זיכער נישט דזשאמפ'ן צו א מסקנא אז חז"ל זענען געווען "ראנג" ח"ו.
ס'איז א בפירוש'ע גמרא. "אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם. אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים. ולא כחמורו של ר' פנחס בן יאיר".


זעט נישט אויס ווי דו האסט געליינט סליפקינ'ס ארטיקל.
מיט אנטשולדיגונג.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

ענטפער צו דבילה

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:20 am

דבילה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:---
הרב נתן סליפקין שרייבט איבער דעם ארטיקל.

ער שרייבט דארט:
Modern Orthodox Jews who have no problem with my books are not necessarily more open-minded; it's just that evolution and Talmudic inaccuracies about science are within their societal comfort zone.

כ'האב קיינמאל נישט געטראכט דערפון אויף אזא מהלך.

דערפאר זענען רבנים, נישט דווקא חסידיש'ע ארויסגעקומען קעגן סליפקין'ס ביכער. נישט אז ער האט נישט א פאהר גוטע פוינטס. נאר זיין הילוך המחשבה. אונז דארפן וויסן אויב ס'איז לכאורה פארהאן א סתירה צווישן היינטיגע סייענס און להב' דברי חז"ל דארפן מיר עס פראבירן צו פארענטפערן. אבער זיכער נישט דזשאמפ'ן צו א מסקנא אז חז"ל זענען געווען "ראנג" ח"ו.
ס'איז א בפירוש'ע גמרא. "אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם. אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים. ולא כחמורו של ר' פנחס בן יאיר".


זעט נישט אויס ווי דו האסט געליינט סליפקינ'ס ארטיקל.
מיט אנטשולדיגונג.

אמת. יענעם ארטיקל האב איך נאכנישט געליינט. אבער איך האב געליינט סלפקין'ס ביכער. איבער "עוואלושן" און אנדערע סייענטיפיק סאבדזשעקטס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:29 am

זייער שיין פאר'ן מודה זיין. קוק איבער ווי דו שרייבסט "דערפאר..." כאילו ווי ס'באזירט אויף א קריטיק פון דעם ציטאט פון סליפקין וואס יאנקל ברענגט. יאשערקויעח פאר'ן קלאר מאכן.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:43 am

איך וויל נישט אוועקריכן פונעם נושא, נאר מענין לענין, איך האב לעצטנס געטראפן דעם ארטיקל, און איך מיין אז עס איז שייך דא:

http://www.frumsatire.net/2011/09/13/ho ... speaks-out
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:51 pm

דזשודי ברוין האט היינט פובליצירט איר דריטער ארטיקל אין ענגלישן "פארווערטס", אין איר סעריע "אינסייד אוט".
בילד

"דער פארלוסט", אין מיינע אויגן דערווייל דער בעסטער ארטיקל פון דער סעריע, שילדערט די געפילן פון א מענטש וואס איז מחליט איבערצולאזן די חרדי'שע געזעלשאפט, און די פארלוסט פון אלעמען וואס איז געווען טייער: עלטערן, לערערס, געשוויסטער, קוזינעס, חברים, וכו'.
בילד

ברוין באנוצט זיך מיט א מעטאפאר פון א קאליר-בלינדער וועלט, וואו אלע איינוואוינער זעען נאר אין שאטירונגען פון שווארץ און ווייס. ווען א מענטש כאפט זיך, קוקט אויפ'ן הימל און זאגט, "דער הימל - ס'איז בלוי!" קוקן זיי אויף אים מיט רחמנות, ווי ער וואלט געווען א קינד מיט א פסיכאלאגישער פראבלעם. זיי ווילן אים תיכף היילן, פארפאניקט פרובירן אים צו טוישן פון בלוי צו שווארץ - אבער ווען ער קוקט אויפ'ן הימל בלייבט פאר אים דער אומפארלייקנבארער פאקט אז ס'איז ליכטיג בלוי.

די איינוואוינער ווייזן אויף די אנדערע איינוואוינער. זיי זאגן, "קוק, יעדער - טאטי, מאמי, דיין רבי און לערערין - יעדער ווייסט אז דער הימל איז נישט בלוי!" צוערשט קלערט ער אז מעגליך זענען זיי גערעכט, אפשר איז עפעס שלעכט מיט מיר, אפשר לעב איך אין אן עולם הדמיון. אבער דער בלויער הימל שמייסט ווייטער אין פנים. עס נעמט צייט ביז ער איז מחליט אז יא, דער הימל איז בלוי, אבער ער היט אפ דעם שרעקליכן סוד ביי זיך - ער וועט מער נישט פארטרויען די אנדערע מיט זיין סוד. אבער אין דער זעלבער צייט וויינט ער, ער איז צעבראכן, ער וויל פארשטיין, "פארוואס? פארוואס קען איך נישט זען שווארץ און ווייס אזויווי יעדן?"

נישט צו לאנג קען ער האלטן דעם סוד ביי זיך. ווען די אנדערע ווערן געוואויר פרובירן זיי מיט גוטן און מיט בייזן צו איבערצייגן אז דער עקזיסטענץ פון קאלירן איז א דמיון - אלעס איז שווארץ און ווייס, און אביסל גרוי. זיי זאגן אים, "כדי אפצושטעלן די דמיונות דארפסטו ווערן אינגאנצן בלינד, נאר אזוי וועסטו מער נישט זען קיין קאלירן." זיי קוקן אויף אים מיט רחמנות אין די אויגן, און מעסערס אין די הענט. זיי וועלן זיכער מאכן אז די שרעקליכע קראנקהייט פון קאלירן ווערט פארשוואונדן. אבער אז ער זעט ווייטער די קאלירן, און אז ער איז נישט גרייט זיך צו לאזן אויסשטעכן די אויגן, בלייבט אים נישט קיין ברירה נאר צו פארלאזן די קאליר-בלינדע וועלט.

נישט גרינג איז איבערצוקריכן די הויכע דיקע ווענט. ברוין שילדערט די ביטערע שוועריגקייטן פון פארלירן אלע באקאנטע, און די נעגאטיווע מעסעדזשעס פון אמאליגע פריינד. ס'איז נישט גרינג, זאגט זי, אבער היינט שפירט זי די "וואונדער פון וויסן אז די וועלט איז באמת א נס פון קאלירן, און פארלייכטערונג אויפ'ן הארץ נישט זייענדיג מער קאלירבלינד."
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:28 am

יעדער מאכט זיין געלט אויף אן אנדער וועג... -- זי וויל נעבעך אז מיין הארץ זאל צוגיין פאר איר פאר די אנגעבליכע בלאפערישע פעין וואס זי האט מיטגעמאכט. אין יעדע רעליגיע/קאמיוניטי קומען פאר זאכן וואס טויגן נישט. דאס דארף נישט ברענגן קיינעם אנצוגרייפן און באשמוצן מיט גאנצעטע לגיונות און האלבע דמיונות א גאנצע גרופע/קאמיוניטי.

העי דזשודי בראון, איך האב פאר דיר 2 ווערטער: ברוך שפטרנו!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:54 am

ממה נפשך איז איר פעין בלאפעדיג אדער איז פשוט איבעראל דא פעין? מעיק אפ יאר מיינד!
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:59 am

ליין דעם ארטיקל העסטע פארשטיין. זי רעדט פון איר בוק איבער א קאווער אפ אין בארא פארק. אויף דעם האב איך זיך באצויגן מיט: אין יעדע רעליגיע/קאמיוניטי קומען פאר זאכן וואס טויגן נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:31 am

2 ראנגס דאנט מעיק וואן רייט. ווייל ס'דא אין יעדע קאמיוניט מיינט נישט אז אונז מעגן נישט זיין נאך בעסער.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:11 pm

זר זהב האט געשריבן:ליין דעם ארטיקל העסטע פארשטיין. זי רעדט פון איר בוק איבער א קאווער אפ אין בארא פארק. אויף דעם האב איך זיך באצויגן מיט: אין יעדע רעליגיע/קאמיוניטי קומען פאר זאכן וואס טויגן נישט.


זר, א גראדע שאלה, ביטע א גראדע תירוץ. דו שטיצט יא די "קאווער אפ" וואס זי שילדערט?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:42 pm

ניין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג אקטאבער 07, 2012 4:18 pm

דער פערטער ארטיקל פון דזשודי בראון אין איר סעריע "אינסייד אוט" איז ערשינען.
בילד

"געשלעכטליכקייט אויף סעסעמי סטריט" טוט דורך דעם פראבלעם וואס איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין "קאווע שטיבל" - דאס וואס חרדים רייסן אויס די נאטירליכע פעמיניסטישקייט פון די פרויען.
בילד

בראון שילדערט ווי זייענדיג 25 יאר אלט האט זי צום ערשטן מאל געזען א פילם פון די "סעסעמי סטריט" כאראקטערן מיט אירע קינדער, און אויפ׳ן סקרין האט זיך באוויזן א כאראקטער (ווארשיינליך "בארבי") אין פארם פון א הויכע, טונקעלע פרוי, אנגעטון מיט אן אויסגעשניטענעם העמד וואס האט נישט באדעקט איר גאנצן בויך, און א קליין קליידל. זי שרייבט ווי זי האט באטראכט די כאראקטער'ס אנזעעוודע שפאלטונג און באלד געקוקט אויף אירע קינדער, זייענדיג באזארגט אז זיי זעען עפעס וואס איז נישט צניעות'דיג. און דאן איז עס געשען... די פרוי מיט דעם האלב-אויפגעדעקטן בויך, קליין קליידל און אויפגעדעקטע דיכטן האט גענומען באוועגן איר גאנצן גוף. זי האט געשאקלט אירע לענדן צו רעכט, צו לינק, פון זייט צו זייט, זארגלאז, סוגעסטיוו, אן קיין שפור פון בושה. זי האט נישט געגלייבט וואס זי זעט, אזא שרעקליכע פירצה, אזא פראסטע לייכטזיניגקייט פון ארויסשטעלן די בושה פון דעם פרויענישן קערפער.

בראון גייט ווייטער און שילדערט ווי זי איז געקומען צו דער רעאליזאציע אז פרויענישקייט, פעמיניסטישקייט, איז נישט קיין עוולה און איז נישט קיין בושה. פארקערט, די וואס זעען אין יעדער באוועגונג פון די לענדן, אין יעדן שאקל מיט די הענט, זנות און הרהורים רעים, זיי האבן פשוט משנה געווען סדרי בראשית; זיי האבן גענומען נאטירליכע פרויענישקייט און געמאכט דערפון זינד. אין דער אלגעמיינער וועלט איז "פרויענישקייט נישט באשיצט דורך פרויען וואס באהאלטן זיך, נאר דורך מענער וואס האלטן זיך צוריק."

די שרייבערין רעדט ווייטער פון דער חרדי'שער פאראנאיע וואס פירט אז מ'זאל נישטאמאל אויפוואקסן וויסנדיג די נעמען פון אייגענע קערפערליכע חלקים. ברוין דערציילט אז איר פינף-יעריג טאכטערל האט איר אמאל געפרעגט אויף פארשידענע חלקים פון איר קערפער: "וויאזוי רופט דאס דער אויבערשטער?" ווען זי האט געפרעגט די פראגע אויף דעם ארט צווישן די פיס פון א דאל, האט איר גענומען עטליכע מינוט ביז זי האט זיך אריענטירט צו זאגן דעם נאמען. יא, עס איז אויך א חלק פון דעם קערפער וואס דער אויבערשטער האט געמאכט.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 4:37 pm

יאנקל האט געשריבן: טוט דורך דעם פראבלעם וואס איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין "קאווע שטיבל" - דאס וואס חרדים רייסן אויס די נאטירליכע פעמיניסטישקייט פון די פרויען.
[.

ווי איז דאס אויסגעשמועסט געוארן?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 5:35 pm

אינטרעסאנטע ארטיקל, אבער לענ"ד טרייבט זי געפערליך איבער, און טוט אווער-סימפליפייען זאכן ווי ממש שוווארץ אדער ווייס.
ס'איז נישט אזוי פשוט ווי זי לייגט עס אראפ.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 5:42 pm

יאנקל, האסט הערליך פאראפראזירט מרת. בראון'ס ווערטער

יאנקל האט געשריבן:אויפ׳ן סקרין האט זיך באוויזן א כאראקטער (ווארשיינליך "בארבי") אין פארם פון א הויכע, טונקעלע פרוי, אנגעטון מיט אן אויסגעשניטענעם העמד וואס האט נישט באדעקט איר גאנצן בויך, און א קליין קליידל.

כ'גלייב נישט אז עס איז בארבי. סעסעמי סטריט בארגט נישט קיין כאראקטארן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:21 pm

היינט איז פארעפנטליכט געווארן דער פינפטער ארטיקל פון דזשודי בראונ'ס סעריע "אינסייד אוט".
בילד

דער נייער ארטיקל, "גוים ביי די מויערן", טוט דורך דעם פראבלעם וואס אינטערנעט שטעלט פאָר פאר חרדי'שע אידן.

בילד

בראון שילדערט ווי דאס חרדי'ש לעבן פלעגט זיין זייער פשוט, ארומגענומען מיט הויכע מויערן וועלכע האבן אפגעטיילט פון דער "גוי'אישער" גאס. אבער ווען דער אינטערנעט איז אנגעקומען, "פלוצלינג מאכט שוין נישט אויס ווי הויך די מויערן זענען - די דראטן שלענגלען זיך פון אונטן. עס מאכט שוין נישט אויס אז די צוימען זענען הערמעטיש פארמאכט - די סאטעליטן שטראמען פון אויבן." דער פראבלעם פון אינטערנעט איז נישט חטאים און שמוץ, נאר די אפנקייט צו אינפארמאציע.

ברוין דערציילט איבער א חבר'טע אירע וועלכע האט ערלויבט איר 17-יעריג טאכטער חני פארשן אויף דעם אינטערנעט איבער דעם האלאקאסט. דאס זוכן האט איר געברענגט צו לייענען איבער די פעלקער-מארד אין רוואנדא, ארמעניע, סודאן, סערביע, קאמבאדיע, פאקיסטאן און נאך. עס האט איר אויפגעשאקלט צו זען די בילדער פון אומשולדיגע קינדער פארוואונדעט און פארפייניגט, און איר מח האט נישט געקענט פראצעסירן דעם פאקט אז נישט נאר דער עם-הנבחר ליידט אזוי ביטערליך אויף דער וועלט, נאר אויך פאר די שלעכטע גוים איז די וועלט לאו-דוקא סוגה בשושנים.
ווי א סך אנדערע, האט חני, נאכ'ן עפענען אירע אויגן צו די פאקטן פון דער וועלט דורך לייענען פארבאטענעם ליטעראטור, מחליט געווען צו פארלאזן דעם חרדי'שן לעבנסשטייגער.

די סכנה פון דעם אינטערנעט באשטייט פון דעם אז דער חסידישער יונגערמאן אדער ווייבל, מיידל אדער בחור, קען ארייננעמען אינפארמאציע פון מיליאנען קוועלער, אומקאנטראלירט און אומצענזורירט. נישט אוממאראליטעט שטעלט פאר די פאטאלע סכנה, נאר דער פלייץ פון אינפארמאציע וואס היפנאטיזירט דעם אומצוגעגרייטן מח; די אמאליגע אומצוטריטבארע ביכער וועלכע זענען יעצט אזוי צוטריטליך, פארבאטענע פראגעס אזוי געשווינד פארענטפערט, די אומערווארטעטע צונויפטרעפונג מיט "אנדערע" מענטשן. די וואס פארלאזן דעם חרדי'שן דרך גייען אוועק ווען זיי אנטדעקן, נישט פארנאגראפיע, נאר אז זייערע מוחות זענען זייערע אייגענע צו קאנטראלירן.

ברוין האלט אז למעשה וועלן חרדים איבערלעבן די סכנה פון דעם אינטערנעט. זי זאגט, יא, ס'וועלן פאלן שטיקער, אבער אין דער ענדע וועלן די מויערן און אירע מענטשן בלייבן. זי ציטירט דעם באבובער רב וועלכער האט געזאגט נאכ'ן צוריקווייזן א נדבה פון מיליאנען פאר א סייענס לעב אין דער באבובער מיידל-שולע: "קען זיין אז זיי וועלן זיין גוטע וויסנשאפטלער, אבער וואס מיר דארפן איז גוטע חסידים. דאס פארלוסט פון נשמה איז גרעסער ווי דעם פארדינסט פון וויסנשאפט." זי פירט אויס אז דער מהלך פון דערשטיקן וויסנשאפט וועט ווייטער קענען מצליח זיין פאר די קומענדיגע יארן, ווייל פאר יעדער פאמיליע מיט א קאמפיוטער אין בארא-פארק זענען פאראן דריי וואס האבן נישט; פאר יעדן מענטש וואס קויפט אן איי-פאון זענען פאראן 10 מיט צענזורירטע "כשר'ע" סעלפאנס, און פאר יעדן פראבלעם פון דער געזעלשאפט וואס ווערט אויפגעדעקט אויף א בלאג, זענען תיכף פאראן "פארענטפערונגען" צו בארואיגן דעם קאלעקטיוון חרדי'שן מח.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron