"אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:21 pm

היינט איז פארעפנטליכט געווארן דער פינפטער ארטיקל פון דזשודי בראונ'ס סעריע "אינסייד אוט".
בילד

דער נייער ארטיקל, "גוים ביי די מויערן", טוט דורך דעם פראבלעם וואס אינטערנעט שטעלט פאָר פאר חרדי'שע אידן.

בילד

בראון שילדערט ווי דאס חרדי'ש לעבן פלעגט זיין זייער פשוט, ארומגענומען מיט הויכע מויערן וועלכע האבן אפגעטיילט פון דער "גוי'אישער" גאס. אבער ווען דער אינטערנעט איז אנגעקומען, "פלוצלינג מאכט שוין נישט אויס ווי הויך די מויערן זענען - די דראטן שלענגלען זיך פון אונטן. עס מאכט שוין נישט אויס אז די צוימען זענען הערמעטיש פארמאכט - די סאטעליטן שטראמען פון אויבן." דער פראבלעם פון אינטערנעט איז נישט חטאים און שמוץ, נאר די אפנקייט צו אינפארמאציע.

ברוין דערציילט איבער א חבר'טע אירע וועלכע האט ערלויבט איר 17-יעריג טאכטער חני פארשן אויף דעם אינטערנעט איבער דעם האלאקאסט. דאס זוכן האט איר געברענגט צו לייענען איבער די פעלקער-מארד אין רוואנדא, ארמעניע, סודאן, סערביע, קאמבאדיע, פאקיסטאן און נאך. עס האט איר אויפגעשאקלט צו זען די בילדער פון אומשולדיגע קינדער פארוואונדעט און פארפייניגט, און איר מח האט נישט געקענט פראצעסירן דעם פאקט אז נישט נאר דער עם-הנבחר ליידט אזוי ביטערליך אויף דער וועלט, נאר אויך פאר די שלעכטע גוים איז די וועלט לאו-דוקא סוגה בשושנים.
ווי א סך אנדערע, האט חני, נאכ'ן עפענען אירע אויגן צו די פאקטן פון דער וועלט דורך לייענען פארבאטענעם ליטעראטור, מחליט געווען צו פארלאזן דעם חרדי'שן לעבנסשטייגער.

די סכנה פון דעם אינטערנעט באשטייט פון דעם אז דער חסידישער יונגערמאן אדער ווייבל, מיידל אדער בחור, קען ארייננעמען אינפארמאציע פון מיליאנען קוועלער, אומקאנטראלירט און אומצענזורירט. נישט אוממאראליטעט שטעלט פאר די פאטאלע סכנה, נאר דער פלייץ פון אינפארמאציע וואס היפנאטיזירט דעם אומצוגעגרייטן מח; די אמאליגע אומצוטריטבארע ביכער וועלכע זענען יעצט אזוי צוטריטליך, פארבאטענע פראגעס אזוי געשווינד פארענטפערט, די אומערווארטעטע צונויפטרעפונג מיט "אנדערע" מענטשן. די וואס פארלאזן דעם חרדי'שן דרך גייען אוועק ווען זיי אנטדעקן, נישט פארנאגראפיע, נאר אז זייערע מוחות זענען זייערע אייגענע צו קאנטראלירן.

ברוין האלט אז למעשה וועלן חרדים איבערלעבן די סכנה פון דעם אינטערנעט. זי זאגט, יא, ס'וועלן פאלן שטיקער, אבער אין דער ענדע וועלן די מויערן און אירע מענטשן בלייבן. זי ציטירט דעם באבובער רב וועלכער האט געזאגט נאכ'ן צוריקווייזן א נדבה פון מיליאנען פאר א סייענס לעב אין דער באבובער מיידל-שולע: "קען זיין אז זיי וועלן זיין גוטע וויסנשאפטלער, אבער וואס מיר דארפן איז גוטע חסידים. דאס פארלוסט פון נשמה איז גרעסער ווי דעם פארדינסט פון וויסנשאפט." זי פירט אויס אז דער מהלך פון דערשטיקן וויסנשאפט וועט ווייטער קענען מצליח זיין פאר די קומענדיגע יארן, ווייל פאר יעדער פאמיליע מיט א קאמפיוטער אין בארא-פארק זענען פאראן דריי וואס האבן נישט; פאר יעדן מענטש וואס קויפט אן איי-פאון זענען פאראן 10 מיט צענזורירטע "כשר'ע" סעלפאנס, און פאר יעדן פראבלעם פון דער געזעלשאפט וואס ווערט אויפגעדעקט אויף א בלאג, זענען תיכף פאראן "פארענטפערונגען" צו בארואיגן דעם קאלעקטיוון חרדי'שן מח.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:28 pm

רעדנדיג וועגן די זעלבסט באקרוינטע "אשת חיל" וויל איך צולייגן אפאר פונקטן.
אירע כח אין שרייבן איז ממש מורא'דיג. זי לייגט אריין דעם שרייבער אין א מצב וואו ער באטראכט אלעס פון אן אומשולדיגע, נאאיווע בליק. ביים ליינען איר ווערק פיל איך ווי א קליין קינד וואס וועקט זיך צוביסלעך אויף צום טרויעריגן מציאות אז יא, עס זענען דא שלעכטע מענטשן אויף דער וועלט, און פיל פון די וואס איך האב אייביג געמיינט זענען די בעסטע זענען גאר די ערגסטע.
דא קום איך צו צו מיין צווייטע נקודה. טאקע ווייל זי לייגט אריין דעם ליינער אין דעם מצב אז ער פילט ווי ער איז דארט, האלט איך אז עס איז נישט אזא שיינע זאך וואס זי טוט. זי גיבט דעם איינדרוק אז דאס איז א חסידישע לעבן, מענטשן דרייען זיך ארום און קוקן יעדנ'ס שטרימפ צו זען אויב עס איז גענוג דיק. כאטש זי שרייבט עס נישט קלאר, באקומט מען אזא מעסעדזש. בעיקר האב איך דאס געפילט ביים ליינען איר אויסגעצייכנט געשריבענע בוך hush. נאכ'ן עס אראפלייגן פילט זיך ווי יעדער חסיד איז א נידריגער פארברעכער וועמענ'ס ציל איז צו באשיצן אנדערע פארברעכער. זי שרייבט עס טאקע נישט קלאר, און איר בוך איז טאקע באצייכנט אלס א מעשה שלא היה, אבער אזא איינדרוק באקומט מען. כדי צו אראפלייגן אן אמת'ע בילד פון די חסידים דארף מען אראפלייגן די גוטע חלקים צוזאמען מיט די שוואכע חלקים, אויב נישט פעלט אין באלאנס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:17 pm

היינט איז ערשינען דער זעקסטער ארטיקל פון דזשודי בראונ'ס סעריע "אינסייד אוט".
בילד

דער פרישער ארטיקל, "איילענבערג'ס בארד", גייט אוועק פון בראונ'ס געווענליכן מהלך פון אינטימע שילדערונגען פון דעם חרדי'ש לעבן, און קאנצענטרירט זיך אויף א געשיכטע מיט א געוויסן חרדי'שן מר. איילענבערג וועלכער האט מחליט געווען אפצושערן זיין בארד, און שילדערט בדרך אגב דעם חרדי'שן בליק אויף שערן דעם בארד.

בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:06 pm

אויוויי, אויב דאס קען געשעהן פון זיך עסען דאס געזונט וועגן דעם פארקניפטן בארד, דאן אפשר זאל איך שוין STOPען קוקען אין שפיגעל. -
אדער דוקא ממשיך זיין.
כ'ווייס אליינס נישט
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:52 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:אויוויי, אויב דאס קען געשעהן פון זיך עסען דאס געזונט וועגן דעם פארקניפטן בארד, דאן אפשר זאל איך שוין STOPען קוקען אין שפיגעל. -
אדער דוקא ממשיך זיין.
כ'ווייס אליינס נישט

ס'איז אייגנטליך דא אן עצה צו פארמיידן א (האפנונגסלאזע) פארקניפטע בארד. יעדן טאג פאר מען נעמט א שויער אויפקניפן די בארד וועט עס נישט ווערן קיין קאלטן, וואס מ'וועט מוזן סוכ"ס אפשערן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:10 pm

א בעסערע עצה איז צו שעווען.
און מקיים זיין "והדרת פני" באשיינען דעם צלם אלקים
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:14 pm

בראון/אשת חיל האט גוט ארויס דאס גאנצע ענין פון חרדישן פארבאט אדער מורא פאר'ן אינטערנעט. אבער זי לייגט צו איר אייגענעם ספין אז ס'זאל שטימען מיט'ן בייעס פון איר געדאנקענגאנג. למשל דאס, אז איר פרענד'ס טאכטער חני האט איבערגעלאזט אידישקייט ווען זי האט אנטדעקט אז אנדערע עטנישע גרופעס האבן אויך געליטן פארפאלגונגען איז א "רעד' העררינג". דאס מיינט א פאלשע אישו צו פארדרייען דאס ענין כדי צו פארשטארקן די אייגענע פאראורטיילונג. (בייעס, בלע"ז). דאס אז אנדערע פעלקער אין די היסטאריע זענען אויפגעשטאנען אויף מינאריטעטן צווישן זיי איז נישט קיין סתירה צו דעם פאקט אז דאס אידישע פאלק איז דורכאויס די גאנצע צייט און אויפ'ן שטארקסטן פארנעם פארפאלגט געווארן צוליב זייער אנדערשקייט, וואס איז געווען ווי א דארן אין אויג ביי די פעלקער. און ממילא נישט קיין גענוגנדע סיבה צו פארלירן טראסט אין די פירערס און פארלאזן דאס אידישקייט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:50 am

א פרישער ארטיקל אין די אשת חיל סעריע שילדערט די פייניגונגען וואס די יונגלעך און בחורים גייען דורך אין חדר און אינדערהיים בשעת די מיידלעך האבן פאן און טוען וואס זיי ווילן. איי, זי ברענגט ארויף ביטערע זכרונות...

איך ווייס נישט ווי אזוי צו אהערברענגען דעם בילד, אויב איינער קען זאל ער עס טון, עס איז ווערד אלע געלטער.

אגב, אויב דער וועג ווי אזוי זי לייגט אראפ דער באהאנדלונג פון יונגלעך ביי זיי אינדערהיים איז אפילו טיילווייז אמת, דאן זעט אויס אז זי קומט פון אן עביוסיוו שטוב.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:45 am

יאפ, דער ארטיקל איז געוואלדיג, און אין א גרויסע פראצענט, ליידער אמת.

דא איז דער בילד:
בייגעלייגטע פיילס
w-inside-out-120512.jpg
w-inside-out-120512.jpg (287.02 KiB) געזען געווארן 3594 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:05 pm

Oy
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלד געשריגן אום דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:54 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:03 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:19 pm

יאפ, דער ארטיקל איז געוואלדיג, און אין א גרויסע פראצענט, ליידער אמת.

דער ארטיקל איז גוט, אבער זי איז ווייטער זייער מגזם און איז כסדר מדגיש די נעגאטיווע חלקים אויף אן עקסטרעמע אופן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:38 pm

בילד

דער זיבעטער ארטיקל פון דזשודי בראון, "אב-יו-סיוו", שילדערט מאכטפול, און טיף-עמאציאנעל די מיטמאכענישן פון קרבנות פון סעקסואלער אביוז אין דער חרדישער געמיינדע, און טוט טיפזיניג אנאליזירן די סיבה וויאזוי א געמיינדע מיט אזויפיל חסד קען זיין בלינד און שטום אין פנים פון די ביטערע יסורים פון אירע אייגענע קינדער. דאס איז אן ארטיקל וואס דארף געלייענט ווערן אין זיין אריגינעלער פארמאט, און מיין קורצער איבערבליק וועט נישט זיין גענוג.
בילד

בראון איז די שרייבערין פון "האש" - א נאוועלע איבער סעקסואלער אביוז. זי האט אין איר יוגנט צוגעזען א סך ביטערע געשעענישן, און האט מיטגעהאלטן ווי יונגע קרבנות זענען געפייניגט געווארן דורך ברוטאלע בעלי-תאוה, און ווי די פאקטן זענען רשעות'דיג דערשטיקט געווארן.

זי פרעגט, "וויאזוי האט א געמיינדע פון ווערטן, פון פאמיליע, פון גאט, פארלוירן איר אייגענע הומאניטעט? וויאזוי האט א גרופע פון מענטשן, ווארעם, און גוטהארציג אויף אזויפיל אופנים, אזוי בייזוויליג געלייקנט די פיין פארנט פון זייערע אייגענע אויגן?" ברוין איז מסביר אז חרדישע אידן זענען גרייט צו אנערקענען פיין און מיטמאכעניש, און זענען גרייט צו העלפן קרבנות - אבער דווקא נאר געוויסע מיטמאכענישן. ארעמע אידן, קינדערלאזע פארפעלקער, קענסער-ליידנדע - די אלע מאכן מיט אומבאשרייבליכן פיין, אבער זיי זענען געשלאגן געווארן דורך גאט. דאס אז גאט שמייסט איז אנגענומען און מ'קען זיך דערמיט ספראווען. אנערקענען די פיין און יסורים פון מענטשן-פארפייניגטע קינדער, פון אומשולדיגע נפשות וועלכע זענען געפאלן קרבנות צו בלוטדורשטיגע בעלי-תאוה, ברענגט צו דער אומווילנדיגער רעאליזאציע אז עס זענען פאראן מענטשליכע קרימינאלן אינערהאלב דער געמיינדע - און דאס איז א סכנה פאר דעם חרדישן געוויסן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך אברעמעל » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:26 pm

די ארטיקל לייגט מער אראפ די רחמנות און אומבהאלפענקייט פונעם וויקטים, וואס איז פונקט אזוי ביי די גוים, זי ברענגט נישט אזוי שטארק ארויס אז דא ווייסט מען און מ'קימערט מען זיך נישט דערמיט.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך chaims » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:38 am

יאיר האט געשריבן:
יאפ, דער ארטיקל איז געוואלדיג, און אין א גרויסע פראצענט, ליידער אמת.

דער ארטיקל איז גוט, אבער זי איז ווייטער זייער מגזם און איז כסדר מדגיש די נעגאטיווע חלקים אויף אן עקסטרעמע אופן.


איך האלט גראדע אז זי איז פון די געציילטע OTD וואס שרייבט צו די זאך אן קיין גיפט און שנאה
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:58 am

א רעדע וואס דזשודי בראון האט געגעבן פאראיאר וואו זי האט דערמאנט טייל פרטים פון איר לעצטן ארטיקל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך אברעמעל » מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:15 pm

יאנקל האט געשריבן:א רעדע וואס דזשודי בראון האט געגעבן פאראיאר וואו זי האט דערמאנט טייל פרטים פון איר לעצטן ארטיקל.

טרערן!
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:32 pm

זייער הארציג.
שכוח יאנקל
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך געוואלד געשריגן » מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:34 pm

יאנקל האט געשריבן:א רעדע וואס דזשודי בראון האט געגעבן פאראיאר וואו זי האט דערמאנט טייל פרטים פון איר לעצטן ארטיקל.


!שקויעך
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:03 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג פעברואר 15, 2013 1:03 am

מיט שאק האב איך באמערקט אז איך האב פארזען דעם אכטן ארטיקל פון דזשודי בראון, וועלכער איז פובליצירט געווארן פארגאנגענעם פעברואר דעם פערטן.

בילד

דער ארטיקל, "אן אלטן הונט'ס נייע קונצן", עקספלארירט דער פחד פון הינט וואס איז פארשפרייט ביי חרדישע אידן.
בילד

באגלייט מיט א שפאר ביסל גוזמאות שילדערט בראון ווי א חרדיש קינד ציטערט פאר הינט אימת מוות, און אז א קינד וואס האט נישט מורא פון הינט מוז דאס באהאלטן פון אנדערע כדי מ'זאל נישט חושד זיין אז ער איז נישט ערליך ח"ו. זי דערציילט איבער איר עקסטרעמער פחד פון הינט, און ווי אן אלטע פרוי האט איר אויסגעלערנט אז מ'קען גלעטן און זיך שפילן מיט די הינט. בראון ענדיגט דעם ארטיקל קוועלנדיג וויאזוי אירע קינדער שפילן זיך מיט הינט אין סענטראל פארק, און וואספארא הנאה זיי האבן דערפון.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

הודעהדורך משה רוקח » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:32 pm

פארוואס טאקע האבן די חסידישע קינדער א פחד פון הינט?
איך פערזענליך האב א געפערליכע מורא פון הינט.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:35 pm

ווייל מיר זענען פשוט נישט צוגעוואוינט צו דעם.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1507 מאל

הודעהדורך משה רוקח » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:39 pm

איז בכלל דא וואס מורא צו האבן פון א בילענדיגע הינט וואס א מענטש שפאצירט מיט דעם אין גאס?
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך משה רוקח » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:40 pm

איך מיין צו פרעגן, זענען זיי נאר טרענירט נישט צו בייסן זייער בעל הבית אדער זענען זיי טרענירט אויף יעדן?
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:42 am

די וואך אין "עמי" איז געווען אן ארטיקעל איבער איר..
יא, מרס יוטא מאנדעלבוים-הלברשטאם הייבט אן איר ארטיקל : Judy Brown....
כ'בין נייגעריג צו ס'איז א טעות אדער א טשעפע
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך sunbar » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:45 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:די וואך אין "עמי" איז געווען אן ארטיקעל איבער איר..
יא, מרס יוטא מאנדעלבוים-הלברשטאם הייבט אן איר ארטיקל : Judy Brown....
כ'בין נייגעריג צו ס'איז א טעות אדער א טשעפע


דהיינו?
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט