אכשר דרא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אכשר דרא

הודעהדורך שרגא » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:09 am

דא קען מען באריכטן די ענינים וואס מיר ווערן היינט בעסער.
פארוואס דערמאן איך זיך יעצט? פשוט ווייל איך זע יעצט אן עד פון "נייע כשר'ע דייפערס". און ער שרייבט קלאר: די ערשטע מאל אין היסטאריע. נו, איז דאך טאקע א גוטע זאך.

איך ווארט שוין אויך אויף "כשר'ע צומיס". פארוואס זאלן די פיצעלעך לעקן וואס א גוי האט פראדוצירט? "כשר'ע בעיבי פאודער". פארוואס זיי באשמירן מיט חששותדיגע שטויבלעך?
כ'האב עפעס פארגעסן?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 732 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך מוראדיג » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:13 am

אפשר אויך אהערשטעלן פאר די פיצלעך ספעציעלע כשר'ע "צונג-דעקעס", כדי להפריש...
מוראדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:23 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:17 am

איך האב פונקט געטראכט לעצטענס פארוואס קענישט איינער אהערשטעלן כשר'ע שפילצייג וואס זינגט אין אידיש ניגונים אדער אלף בית, איך קויף אסאך טויס פאר די קינדער פון פישער פרייס אד"ג ס'באדערט מיך אז מיינע קליינע דארפן זיך אויסלערנען אלעס אין ענגליש (און קול באישה). איינער קען מאכן שיין געלט, וואטס די ביג דיעל ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4150 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך קארל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:24 am

1. זמן ר"ת מוצ"ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
3. ס'פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו"ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
6. ענגליש איז עפ"י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ'וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
11. דרייוון געווארן פיל מער "טאבו" פאר רבי'שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע "לעידי פינגערס" זענען געווארן "בעיבי פינגערס" – ירמי' דמן צענזורירט יו"ט ערליכ'ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ'זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
17. "לאנגע פיאות" ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו"ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט "פאסט נישט".
19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ'האט אייביג מקיל געווען.
20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ'קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
24. הכשרים. מ'האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי "פאוסט" סיריעל, און "טראפיקאנא אראנזש דזשוס". היינט וויל מען שוין אפילו אסר'ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ'האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי "סעסעמי סטריט", "בערנסטיען בערס", "סינדערעלא", וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די "פאוסט" סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי'שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום "נארם".
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר'ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ'דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון "שיינע שטיבער" האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא'דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ'האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם "געהויבענעם זמן" און מ'וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ'האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא "היימישע יונגעלייט".
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ'דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.
46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ'מישט זיך טאקע אבער נישט מיט "קאמפעניס".
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי'שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ'האט גענומען ביז היינט.
53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע "ראבער בענדס" אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת"ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון "גוטע" שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט'ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ'האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:29 am

13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".

דער נ.י. טיימס איז מער כשר ווי דער שטערן. ס'פארברענט נישט איידעלע אינגע נשמות.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4150 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך דבילה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:50 am

זר

כאפט א בליק אין יודייקא געשעפט וועט איר טרעפן כל מה שלבך חפץ...
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 794
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 611 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:54 am

ווענט זיך אין וועלעכן געשעפט. נישט אין בית הספר, הצלחה, איינהארן , תלפיות אד"ג
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4150 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך איינער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:18 am

קארל :like
אוי, פון ווי נעמט מען דעם אמאל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איינער אום דאנערשטאג מערץ 15, 2012 7:56 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:21 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך bobi » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:45 am

:like קארל
וואס איז טאקע פשט? דער מענטש וויל דאך גרינגער??
bobi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 3:20 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:56 am

קארל, עי וואן! :like
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6916
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5397 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7226 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:28 am

רובא דרובא קינדער, יונגלעך און מיידליך קענען היינט עיורה.
מיין באבע איז געגאנגען אין פאבליק סקול, זי האט בעקומען א היתר פונם טיטשער נישט צו שרייבן שבת קודש...
דאס ווארט ליבע ביי חתן כלה איז לא יזכר ולא יפקד ח"ו.
עזרת נשים.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6916
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5397 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7226 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:42 am

זר זהב האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט לעצטענס פארוואס קענישט איינער אהערשטעלן כשר'ע שפילצייג וואס זינגט אין אידיש ניגונים אדער אלף בית, איך קויף אסאך טויס פאר די קינדער פון פישער פרייס אד"ג ס'באדערט מיך אז מיינע קליינע דארפן זיך אויסלערנען אלעס אין ענגליש (און קול באישה). איינער קען מאכן שיין געלט, וואטס די ביג דיעל ?

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס׳שוין דא אזא זאך. בכלל איז היינט שוין דא אן א שיעור היימישע שפילצייג.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3691 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:05 am

60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
וכן הדין לגבי אסרו חג, ערב יום כיפור פון אינדערפרי, חנוכה ביים ליכט צינדען. נאך אביסעל גייט שוין זיין אזוי מיט ל"ג בעומר, חמשה עשר בשבט א.ד.ג.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4114 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:32 am

און נאך אביסל אויך ביי די יומא דהילולא פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5277 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:37 am

קודם כל, א הערליכע קאלעקשאן קארל.
נישט נאר זענען מיר היינט אזוי ערליך, נאר אמאל זענען מיר געווען ממש נישט-ערליך. אפילו דער סאטמארער רבי און זיינע חסידים זענען נישט געווען אזוי ערליך ווי מיר זענען היינט.

אין מעדיסאן סקווער גארדן בשנות תש"ל:
בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:43 am

איך בין מוחה!!! בילדער פון פרויען? ממש התגרות באומות!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6916
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5397 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7226 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך איש האמת » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:55 am

קארל :like
די ווייסט אליין נישט ווי גוט די זאגסט
הלואי קעמען צוריק דרייען די זייגער

אגב
אמאל זענען אפילו די גוים און גויטעס געוועהן מער צניעות'דיג פון היינט, און געגאנגען מיט הוטן
ס'איז א פאקט, קוק די בילדער פון די אלטע אמאל, אדער און די רעמניסעס והבן
איש האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך bobi » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:01 pm

די לבוש פלעגט מיט גיין מיט די שטאטישע וועג,למשל ווען הויזן איז ארויס געקומען.....היינט מוז מען בלייבן מיט איין אומבאקוועמע מין יעדער די זעלבע
bobi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 3:20 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:11 pm

די ליסטע איז גאר גוט. נישט אלעס פארשטיי איך אבער.

קארל האט געשריבן:1. זמן ר"ת מוצ"ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
מיט וואס איז עס געווארן א חיוב אין די לעצטע יארן מער ווי ס'אמאל געווען?
2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
וואס הייסט באמיט? די גרויסקייט פון מנין ווערט דאך געברענגט אין גמ', און פארוואס זאל מען נישט האבן מנין, נאך דערצו היינט וואס די רבנים נעמען מיט זיך צו וואקאציאנירן פיל מער ווי א מנין...
3. ס'פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו"ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
אדמור מבאבוב וועל איך אנעמען אז דו מיינסט ר' שלמה ז"ל. פאר די קריג איז געווען פיל שווערער צו גיין אין מקוה ווען היינט איז שוין א מקוה מער גלייכער צו א שוויץ באד, ממילא פארוואס נישט?
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)
דאס איז א נושא בפנ"ע וואס מען טרעפט ווערים איבעראל אבער נישט אין די אייגענע בערד
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
וואס מיינט ביז לעצטנס? ווען דעברע פעלדמאן איז געגאנגען?
6. ענגליש איז עפ"י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ'וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
איך מיין אז ס'פונקט פארקערט. מענטשן ווילן היינט אז זייערע קינדער זאלן קענען בעסער ענגליש בפרט ווען מ'באגראבט זיך פאר בושה ווען מ'דארף שיקן א טעקסט און די ספעלינג איז ה' ירחם
7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
מואוויס מיינסטו דאס וואס מען פלעגט זען אין שטוב? ברענג קלארער ארויס וואס די מיינסט
8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
מ'האט דאך שוין קול מבשר...
9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
פארשידענע רבנים זענען מקרב ביאת המשיח מיטן פארגרייטן דעם "תורה חדשה מאיתי תצא"
10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
איך ווייס נישט דערפון
11. דרייוון געווארן פיל מער "טאבו" פאר רבי'שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
ווענד זיך ווער און וואו. היינט האבן שוין אויך פרויען מורא צו רעדן מיט מענער...
13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע "לעידי פינגערס" זענען געווארן "בעיבי פינגערס" – ירמי' דמן צענזורירט יו"ט ערליכ'ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ'זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
און אז היינט לאזן דיינים שוין נעמען בירט קאנטראל פילן ווייסטו אויך?
17. "לאנגע פיאות" ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו"ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
קענסט עפענען א עקסטער אשכול מיט וואס זאכן זענען היינט אנדערש און קעגן די מיינונג פון אדמו"ר מסאטמאר
18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט "פאסט נישט".
און וועגן דעם זענען די שוויץ בעדער פיל פיל מיט היימישע אינגעלייט
19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ'האט אייביג מקיל געווען.
ר' פישל הערשקאויץ, דער היינטיגער עם הארץ און אמאליגער גאון לאזט קינדער טראגן ביז די ניין אויך ווי ס'נישטא קיין עירוב
20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ'קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
ווי האט ער זיך דערמיט באנוצט?
24. הכשרים. מ'האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי "פאוסט" סיריעל, און "טראפיקאנא אראנזש דזשוס". היינט וויל מען שוין אפילו אסר'ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ'האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
א שטארקע מעלה
27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי "סעסעמי סטריט", "בערנסטיען בערס", "סינדערעלא", וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די "פאוסט" סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי'שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום "נארם".
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר'ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ'דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון "שיינע שטיבער" האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא'דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ'האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם "געהויבענעם זמן" און מ'וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
די היינטיגע גראמער (נישט בדחנים) זענען אין דעם שולדיג
44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ'האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא "היימישע יונגעלייט".
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ'דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.
46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
היינט יא? געב א קוק אין די שאפינג קארט פון די פרויענישע פסח ארדערס. קיינמאל נישט געועון אזויפיל היימישע פראדאקטס כשר לפסח. אפשר מאכסטו א חילוק צווישן געמישט פון גראסערי, און געמישט פונעם שכן?
47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ'מישט זיך טאקע אבער נישט מיט "קאמפעניס".
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
גוים פלעגט גיין מיט היט און רעקל. אידן נישט?
50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי'שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
אפשר בין איך נישט פונעם המון עם...
51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
גיי ווייס פארוואס
52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ'האט גענומען ביז היינט.
תלוי במחלוקת המשוגעים
53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
אוי מיי גאד. און דאס איז נישט דוקא פון קינדער. אויך פארשידענע ספרים צענזורירן ענינים וואס איז פונקט אזוי תורת משה, ווייל אפשר וועט א קלוג בחורל לייגן א האנד דערויף
55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע "ראבער בענדס" אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת"ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון "גוטע" שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט'ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ'האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
און?
60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
מען האט זיך געוואלט באהאלטן פונעם גוי ווי מער מ'האט געקענט , און זיך איינגערעד אז עס וועט העלפן.. היינט זענען די ארומיגע גוים באקאנט מיט אונז מיט אדער אן די פאות
62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
דאס גייט מען גאנץ זיכער צוריק איינפירן אדער גייען די בחורים זיך אליינס אנפייפן
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.


ביי עטליכע האב איך געפרעגט און ביי עטליכע האב איך סתם געגאסן א הערהלע.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3691 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:24 pm

"ה54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
אוי מיי גאד. און דאס איז נישט דוקא פון קינדער. אויך פארשידענע ספרים צענזורירן ענינים וואס איז פונקט אזוי תורת משה, ווייל אפשר וועט א קלוג בחורל לייגן א האנד דערויף"

יא, איך בין שטארק מסכים. דער וויז'ניצער רבי זצוק"ל הכ"מ פלעגט זאגן "אמאל האט מען געלערנט האשה נקנית בשלש דרכים בכסף שטר וביאה מיט א פשטות און דאס קינד האט נישט געפרעגט קיין קושיות. היינט לאזט דער מלמד אויס און דער קינד באקומט א נייגער נאכצוזוכען."
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך דבילה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:45 pm

רוב פון אונזערע קריגס געליטענע זיידעס האבן משום סיבה געהאט שטובער מיט דריי אדער פיר קינדער. מער ווי פינף איז א ערנסטער אויסנאם. ביי אונזערע עלטערן איז איבער צען די נורמע.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 794
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 611 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך לאדיך אפ » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:47 pm

דבילה, איך ווייס נישט פון וועלכע משפחות דו רעדסט. די משפחות וואס איך קען האבן 8-10 קינדער.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך קארל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:29 pm

די ווערטער וועלכע זענען איטאליק זענען פון ידען; מיינע ענטפערס זענען אין רויט.

1. זמן ר"ת מוצ"ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
מיט וואס איז עס געווארן א חיוב אין די לעצטע יארן מער ווי ס'אמאל געווען?
אויב מאך איך נישט קיין טעות איז דער זמן ר"ת איינגעפירט געווארן אין אמעריקע דורך די רבנים וועלכע האבן אהערגעוואנדערט נאכ'ן קריג, ובראשם האדמו"ר מסאטמאר ז"ל.

2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
וואס הייסט באמיט? די גרויסקייט פון מנין ווערט דאך געברענגט אין גמ', און פארוואס זאל מען נישט האבן מנין, נאך דערצו היינט וואס די רבנים נעמען מיט זיך צו וואקאציאנירן פיל מער ווי א מנין...
היינט קען א יונגערמאן נישט גיין אויף וואקאציע אויב איז ער אויפריכטיג מיט זיינע עלטערן און שוויגער-עלטערן און דערציילט אז עס איז דארטן נישט דא קיין מנין און אז ער גייט דאווענען ביחידות, אין דער צייט וואס אמאל האבן אפילו גדולי הרבנים נישט מקפיד געווען צו גיין אויף וואקאציע דווקא אויף ערטער וואו עס איז פאראן א מנין.

3. ס'פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו"ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
אדמור מבאבוב וועל איך אנעמען אז דו מיינסט ר' שלמה ז"ל. פאר די קריג איז געווען פיל שווערער צו גיין אין מקוה ווען היינט איז שוין א מקוה מער גלייכער צו א שוויץ באד, ממילא פארוואס נישט?
פארוואס נישט? אדרבה, מקוה איז א געשמאקע זאך. איך רעד איבער פון דעם "מיינד-סעט", די קפידה וואס איז געשאפן געווארן. אז מ'פרעגט זיך נאך אויף א בחור פאר א שידוך און מ'הערט אז ער איז נישט מקפיד צו גיין יעדן טאג אין מקוה איז עס אן ערנסטן פלעק אויף אים, ווידעראום אמאל - און איך רעד נישט פון פאר'ן קריג, נאר פון א שטייגער ווי האדמו"ר מבאבוב דא אין אמעריקע עד יומו האחרון - האט מען נישט מקפיד געווען צו גיין יעדן טאג אין מקוה.

4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)
דאס איז א נושא בפנ"ע וואס מען טרעפט ווערים איבעראל אבער נישט אין די אייגענע בערד
:like
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
וואס מיינט ביז לעצטנס? ווען דעברע פעלדמאן איז געגאנגען?
ביז לעצטנס מיינט ארום צוואנציג יאר צוריק. און באמערק, איך שרייב נישט אז מ'האט ערלויבט די קינדער זעלבסט, נאר די עלטערן האבן ארויסגענומען איידעלע ביכער פאר די קינדער.

6. ענגליש איז עפ"י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ'וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
איך מיין אז ס'פונקט פארקערט. מענטשן ווילן היינט אז זייערע קינדער זאלן קענען בעסער ענגליש בפרט ווען מ'באגראבט זיך פאר בושה ווען מ'דארף שיקן א טעקסט און די ספעלינג איז ה' ירחם
איך וועל מודה זיין אז אין דעם איז יש ויש. היינט איז אבער געשאפן געווארן א מואוומענט אזא, אז ענגליש טויג נישט. אין "דער איד" האב איך געלייענט ארום א יאר צוריק א דרשה פון האדמו"ר רז"ל טייטלבוים ווי ער לויבט אויס דעם פאקט אז אין זיינע מוסדות לערנט מען נישט קיין גוטן ענגליש, און דאס איז א געוואלדיגע זאך ווייל אזוי - איז ער מסביר - אפילו אויב מ'ווערט אמאל נכשל אין הערן די טמא'נע ראדיא, פארשטייט מען סייווי נישט קיין איין ווארט.

7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
מואוויס מיינסטו דאס וואס מען פלעגט זען אין שטוב? ברענג קלארער ארויס וואס די מיינסט
אין באבובער מוסדות פלעגט מען ווייזן האליוואוד מואוויס.

8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
מ'האט דאך שוין קול מבשר...
דער מושג אז אן ערליכער יונגערמאן הערט אין קאר ר' יוסף חיים גרינוואלד אנשטאט די ראדיא האט זיך אנגעפאנגען עטליכע יאר פאר "קול מבשר" איז געבוירן געווארן.

9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
פארשידענע רבנים זענען מקרב ביאת המשיח מיטן פארגרייטן דעם "תורה חדשה מאיתי תצא"

10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
איך ווייס נישט דערפון
די ציפערן וועלכע איז ציטיר זענען טאקע נישט פונקטליך. אבער עס איז א מציאות אז היינט איז דא א פיל שטערקערער פאקוס אויף זיצן אין כולל.

11. דרייוון געווארן פיל מער "טאבו" פאר רבי'שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
ווענד זיך ווער און וואו. היינט האבן שוין אויך פרויען מורא צו רעדן מיט מענער...
נעבעך, נעבעך.

13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע "לעידי פינגערס" זענען געווארן "בעיבי פינגערס" – ירמי' דמן צענזורירט יו"ט ערליכ'ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ'זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
און אז היינט לאזן דיינים שוין נעמען בירט קאנטראל פילן ווייסטו אויך?
ריכטיג, עס זענען שוין ב"ה פאראן רבנים וועלכע זעען איין דעם בראך.

17. "לאנגע פיאות" ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו"ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
קענסט עפענען א עקסטער אשכול מיט וואס זאכן זענען היינט אנדערש און קעגן די מיינונג פון אדמו"ר מסאטמאר
די נקודה איז אז סאטמאר אליין פירט זיך נאר מיט די עקסטרעמע שיטות פון זייער רבי'ן, אבער פון זיינע מער אפענע שיטות לאכן זיי זיך אויס. ער איז געווען קעגן כוללים און קעגן לאנגע פיאות.

18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט "פאסט נישט".
און וועגן דעם זענען די שוויץ בעדער פיל פיל מיט היימישע אינגעלייט

19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ'האט אייביג מקיל געווען.
ר' פישל הערשקאויץ, דער היינטיגער עם הארץ און אמאליגער גאון לאזט קינדער טראגן ביז די ניין אויך ווי ס'נישטא קיין עירוב

20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ'קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
ווי האט ער זיך דערמיט באנוצט?
דאס פאלגנדע האב איך געשריבן דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 11#p277011
אין די לעצטע יארן איז שטארק נתרבה געווארן מדקדק צו זיין נאך יעדן ווארט צי עס שטאמט נישט חלילה פון עברית. אין די חרדי'שע סאטמארער אויסגאבעס זענען אין די לעצטע יארן געווען עטליכע אפהאנדלונגען איבער דעם ענין. מאמענטאל געדענק איך א שמועס הין-און-צוריק אין "דער בלאט" וואו מען האט דן געווען איבער דעם ווארט "נין" (אייניקל/איר-אייניקל) צי עס שטאמט פון עברית, און דער הינטערליגנדע מיינונג איז געווען אז אויב שטאמט עס טאקע פון עברית טאר מען זיך נישט באנוצן מיט דעם ווארט.
דער סאטמארער קובץ "גינת ורדים" האט זאגאר גענומען אלס איינער פון זיינע הויפט צילן צו פירן א מערכה מיט יעדעס ווארט פון דעם "לשון עלגים". עטליכע מאמרים זענען שוין טאקע געדרוקט געווארן אין דעם קובץ איבער עברית, און כמעט אלע פון זיי האבן באהאנדלט דעם שרעקליכן פראבלעם, אז מענטשן כאפן זיך נישט און עס פאלן אריין ווערטער וועלכע שטאמען אפ פון די ציונים.
איך בין געשטאנען דערביי ווען א איד האט געפרעגט איינער פון די עורכים פון דעם "גינת ורדים", הלמאי מ'מאכט אזא טומל אויף יעדעס ווארט עברית, מיט דעם איז מען דאך מטיל דופי אויף דעם הייליגן סאטמארער רבי'ן אליין! ווי באקאנט ווערן אין "ויואל משה" דערמאנט עטליכע ווערטער אין עברית, אזוי ווי "עיתון", "משטרה", "מפלגה" וכדומה, און דער סאטמארער רבי האט זיך בכלל נישט באמיט צו שרייבן "מכתב עת", אדער "שוטרים", אדער "פארטיי"א", וואס אזוי וואלט מען לכאורה געדארפט שרייבן לויט די נייע סטאנדארטן. טא, ווי שטימט איינס מיט'ן צווייטן?
(עס איז אויך אינטערעסאנט אז אין דער ביילאגע וואס איז געווען אין "דער איד" אין דער צייט פון דעם לעצטן יארצייט כ"ו אב, איז געדרוקט געווען בילדער פון דעם רבי'ן ביי דער חנוכת הבית פון א דארמיטאריע פון מוסדות ייטב לב אין א"י. דער ריזיגער טאוול וואס איז געהאנגען ביים מעמד הינטער דעם רבי'ן האט געמאלדן מיט קידוש לבנה אותיות איבער דער "פנימיה" וואס וועט דא געבויעט ווערן...)
איז נפשי בשאלתי, צי דער עולם קען זיך דא אביסל לאזן הערן וואס עס איז די אמת'ע קנאי'שע-סאטמארער דעה בנוגע נוצן עברית, און צי האט זיך עס געטוישט אין לויף פון די לעצטע יארן.


24. הכשרים. מ'האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי "פאוסט" סיריעל, און "טראפיקאנא אראנזש דזשוס". היינט וויל מען שוין אפילו אסר'ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ'האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
א שטארקע מעלה

27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי "סעסעמי סטריט", "בערנסטיען בערס", "סינדערעלא", וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די "פאוסט" סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי'שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום "נארם".
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר'ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ'דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון "שיינע שטיבער" האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא'דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ'האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם "געהויבענעם זמן" און מ'וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
די היינטיגע גראמער (נישט בדחנים) זענען אין דעם שולדיג
נישט ממש אזוי. מען האט זיך פשוט גענומען אננעמען צו ערנסט יעדער ענין וואס ווערט געברענגט אין ספרים. אמאל האט מען פארשטאנען אז פורים איז א לוסטיגער טאג, און הינטערן באוואוסטזיין האבן געוויסע אויך געוואוסט אז ס'ווערט געברענגט אן "ענין" אז פורים איז אויך א געהויבענער טאג. היינט האט איבערגענומען די השקפה אז אלעס מוז זיין געהויבן און ערנסט, עס איז נישט פאראן אזא זאך ווי פשוט פרייליכקייט און שמחה. דעריבער הערט מען מער און מער ווי אידן וואונטשן זיך נאך פורים "זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס"... פורים האלט נאך אינמיטן דעם פראצעס פון ווערן אן אלוועלטליכער יום-תפילה (תהילים ביינאכט אין ביהמ"ד שומרי שבת, מניני תהילים פורים פארטאגס, ישיבת מרדכי הצדיק וכו'), אבער דער מצוה טאנץ איז שוין דורך דעם פראצעס א דרייסיג-פערציג יאר צוריק. די משונה-ערנסטקייט פון דער קבלת פנים ביי חתונות, וואו דער חתן איז פארנומען זאגן תהילים בשעת דער ציבור קומט וואונטשן מזל טוב איז בסך הכל צען יאר אלט.

44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ'האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא "היימישע יונגעלייט".
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ'דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.
46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
היינט יא? געב א קוק אין די שאפינג קארט פון די פרויענישע פסח ארדערס. קיינמאל נישט געועון אזויפיל היימישע פראדאקטס כשר לפסח. אפשר מאכסטו א חילוק צווישן געמישט פון גראסערי, און געמישט פונעם שכן?
שטיבער וואו מ'מישט זיך נישט, זענען די פרויען געווענליך אויך מקפיד זיך נישט צו מישן, פארקערט ווי דער מנהג פאר'ן קריג.

47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ'מישט זיך טאקע אבער נישט מיט "קאמפעניס".
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
גוים פלעגט גיין מיט היט און רעקל. אידן נישט?
איך רעד פון אזוי שפעט ווי פופצן-צוואנציג יאר צוריק.

50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי'שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
אפשר בין איך נישט פונעם המון עם...
נו, איך מיין נישט דעם גאנצן המון עם; רובו ככולו, און כמעט אלע בחורים.

51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
גיי ווייס פארוואס

52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ'האט גענומען ביז היינט.
תלוי במחלוקת המשוגעים

53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
אוי מיי גאד. און דאס איז נישט דוקא פון קינדער. אויך פארשידענע ספרים צענזורירן ענינים וואס איז פונקט אזוי תורת משה, ווייל אפשר וועט א קלוג בחורל לייגן א האנד דערויף

55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע "ראבער בענדס" אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת"ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון "גוטע" שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט'ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ'האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
און?
זאג דו אליין.

60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
מען האט זיך געוואלט באהאלטן פונעם גוי ווי מער מ'האט געקענט , און זיך איינגערעד אז עס וועט העלפן.. היינט זענען די ארומיגע גוים באקאנט מיט אונז מיט אדער אן די פאות

62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
דאס גייט מען גאנץ זיכער צוריק איינפירן אדער גייען די בחורים זיך אליינס אנפייפן
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קארל אום פרייטאג מערץ 16, 2012 1:27 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך לאדיך אפ » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:55 pm

אמאל פלעגט מען ליידער זיך שפילן מיט די גויאישע און פריצות'דיגע לעגא מענטשעלעך. היינט ב"ה איז אכשר דרא, מ'האט מצוה קינדער מענטשעלעך.
אמאל פלעגט די ניי-געבוירענע איינשלאפן מיט בערעלעך אין הונטעלעך וועלכע האבן זיך געדרייט העכער די קעפ. היינט ב"ה שלאפן נישט די תינוקות איין אן די "מצוה מאביל".
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

Re: אכשר דרא

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:20 am

קארל האט געשריבן:7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
מואוויס מיינסטו דאס וואס מען פלעגט זען אין שטוב? ברענג קלארער ארויס וואס די מיינסט
אין באבובער מוסדות פלעגט מען ווייזן האליוואוד מואוויס.

אזוי? טאקע אינטרעסאנט, למשל וואסארא מין מאוויס האט מען געוויזן?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6916
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5397 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7226 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט