אונזערע קינדער אונזער פארמעגן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

אונזערע קינדער אונזער פארמעגן

שליחה דורך בן תמליון »

דער נושא איז שוין איבערגעשמועסט געווארן דא עס איז מיר אבער אויסגעקומען איינצולערנען א פרישן אינגערמאן אויף א שטעלע ער וועט האפענטליך קענען ברענגען פרנסה און דאס מיאוסער מציאות שמייסט אין פנים שפיר איך צו רעדן דערפון. דער אינגערמאן איז א פיינער מיט גוטע כשרונות ער וואלט געווען פאסיק פאר דעם אחריות'דיקן פאזיציע אבער מרא דשמיא ער קען נישט קיין ווארט ענגליש, אלעס קען איך אויסלערנען אבער נישט עי בי סי און ספעלינג און אן דעם איז נישטא קיין זשאב אלעס הייבט זיך אן מיט ליינען און שרייבן. דער אינגערמאן זאגט די לעצטע מאל ער האט בכלל עפעס ענגליש געלערנט, בעסער געווארפן פיטשעס אויפן טיטשער, איז געווען צען יאר צוריק אין כיתה ח' נא וואס ווילסטו פון מיר. רבותי עס איס צייט צו אויפהייבן די שטימעס: הערט אויף צו מאכן אונזערע קינדער קאליקעס איך וויל מיין קינד ווען ער האט חתונה זאל קענען פשוט די שפראך פון לאנד ער זאל קענען ברענגען פרנסה. לערנט מיט די בחורים אין ישיבה קטנה און גדולה אביסל לימודי חול עס וועט נישט שאטן פארקערט אביסל ווייניקער בחורים וועלן נישט פון זינען גיין פאר ליידיקגיין און אפטוהן מעשים שלא יעשו. ואל תביאינו קיטשי וואלי מיט ווייסיך ווער וואס זענען געווארן מיליאנערן אן קענען שרייבן דעם נאמען, די געשיכטעלעך איז גוט פאר מוצאי שבת אבער נישט אבער נישט פאר לחם לפי הטף.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר